אַ סצענע פֿון פֿײַוויש פֿינקעלס פֿאָרשטעלונג: פֿון רעכטס — דזשון גייבל, פֿײַוויש פֿינקעל, מערווין גאָלדסמיט. |
איך קען שוין פֿײַווישן אַ שפּאָר ביסל צײַט און האַלט פֿון אים אַ וועלט. ער איז אַ ליבלעכער, שמייכלענדיקער און צוגעלאָזענער מענטש, אַ טײַערער ייִד, און דערצו — אַ גוטער קאָמעדיאַנט. אַמאָל, ווען ער איז געווען נאָך אַ יונגער־מאַן איז ער געווען הויך און ברייטבייניק, גלײַך ווי אַ ווירע. אָבער ווען ס׳איז געקומען צו זײַנע פֿיס, זאָל גאָט שומר און מציל זײַן; גיגאַנטישע פֿיס, אין זיי קען אַרײַן אַ נאָזהאָרן. און פֿײַוויש, ווי נאָר ער איז אַרויף אויף דער בינע מיט זײַנע גראָמאַדנע, ריזיקע פֿיס, אַזוי האָב איך זיך באַלד געשיט פֿון געלעכטער, און ווי נאָר ער האָט געעפֿנט ס׳מויל און געצויגן די ווערטער ווי מען ציט אַ פֿאָדעם פֿון אַ געשטריקטן זאָק, אַזוי האָב איך זיך שוין ווידער געוואַלגערט אויף דער פאָדלאָגע און געהאַלטן זיך בײַ די זײַטן.
מיט דער צײַט איז פֿײַוויש, זאָל לעבן און געזונט זײַן, אַרײַן אין די אַריכות־ימים, אָנגעצויגן אַכט און אַכציק און ס׳גייט אים ווי געשמירט, האָט ער אויפֿגעלעבט. זײַן טעאַטראַלער מזל האָט זיך אַ קאַפּיטשקע פֿאַרשפּעטיקט, ווײַל מיטן וואָדעוויל איז ער ווײַט נישט פֿאַרפֿאָרן. אָבער ווי נאָר ער איז אַרײַן אין די זיבעציקער, האָט זײַן גוטער מלאך אים באַגליקט און האָליוווּד האָט אים אויפֿגעכאַפּט. נאָך אַלעמען, שטעלט ער מיט זיך פֿאָר אַ קאָמישע פֿיגור. און טאַלאַנט פֿאַרמאָגט ער, איז חי געלעבט.
פֿײַוויש פֿינקל און טעאָדאָר ביקעל האָבן מיט אַ פּאָר יאָר צוריק אויפֿגעפֿירט מײַן איבערזעצונג פֿון ניל סײַמאָנס "די גאָלדענע יאַטן" (The Sunshine Boys), בײַ אַ ריזיקן עולם, און ס׳געלעכטער האָט פֿאַרהילכט דעם זאַל פֿון "סימפֿאָני ספּייס." נאָך פֿריִער האָט עס אויפֿגעפֿירט שמוליק עצמון אין "ייִדישפּיל"־טעאַטער אין תּל־אָבֿיבֿ און ס׳איז געגאַנגען אַ רויך. אַנטקעגן וואָס זאָג איך עס? אַנטקעגן דעם וואָס עס וואָלט געקענט זײַן אַ שלאַגער.
דעם אמת געזאָגט, האָב איך פֿײַווישן ליב סײַ ווי אַ קאָמעדיאַנט און סײַ ווי אַ מענטש. און ער מיך — דאָס אייגענע, כאָטש איך בין ווײַט פֿון זײַן אַ קאָמעדיאַנטקע. בין איך אַוועק אין דער "פֿאָלקסבינע" זען פֿײַווישן דערלאַנגען סחורה פֿון זײַן אַמאָליקן רעפּערטואַר. ער האָט געזונגען און געטאַנצט, און אַלץ באַגלייט פֿון זײַנע צוויי זין, אויסערגעוויינטלעכע מוזיקאַלישע טאַלאַנטן, עליאָט און איִען פֿינקל; עליאָט אויף דער פּיאַנע און איִען אויפֿן קסילאָפֿאָן. אַ חוץ דעם, האָבן זיי פֿאַרמאָגט אַ קאַפּעליע פֿון אַ זעקס ערשטקלאַסיקע מוזיקער. קענט איר זיך שוין פֿאָרשטעלן אַז ס׳איז געווען מוזיקאַליש גוט צוגעגרייט.
דערצו האָבן זיי אויך פֿאַרמאָגט אַן עלטער פּאָרל אַקטיאָרן. ביידע האָבן זיי געפֿירט טענצע און געזענגע. דער עלטערער זינגער (מערווין גאָלדשמידט) האָט דווקא געהאַט אַ שוואַכע שטימע און אויסגעפֿירט זײַן רעפּערטואַר מאָנאָטאָן. דאָס אייגענע מיט דער פֿרויענצימער (דזשון גייבל), וועלכע האָט געהויבן די פֿיסלעך, געשאָקלט מיט די היפֿטן עלעהיי אַ יונג מיידעלע.
איך בייג זיך אַראָפּ צו מײַן חבֿרטע און פֿרעג זי:
"האָב איך נישט אַמאָל געזען די קליינע טענצערקע און זינגערקע אין אַן אַנדער מוזיקאַלישער פּיעסע?" ברעכט מען זיך די קעפּ; וווּ האָבן מיר זי אַמאָל געזען? אַהאַ! כ׳האָב עס דערשנאַפּט. זי האָט אַמאָל געשפּילט אין אַן איין־פּערזאָניקער פֿאָרשטעלונג; כּלומרשט, די לעבנס־געשיכטע פֿון מאַלי פּיקאָנען. נו, נו, האָב איך זי דעמאָלט אָפּגעוואַשן אין "פֿאָרווערטס", דערמיט וואָס זי האָט נישט געקענט אַרויסרעדן קיין איין ייִדיש וואָרט לײַטיש. הײַנט, בײַ דער פֿאָרשטעלונג האָט זי ממש אויסגעגליכן די צונג און איר ייִדיש איז געווען אַ סך געלונגענער.
נאָך דער פֿאָרשטעלונג האָב איך זיך אַרײַנגעכאַפּט צו פֿײַווישן אין זײַן גאַרדעראָבע און מיר האָבן געכאַפּט אַ וואַרעמען שמועס. דאָרט האָב איך אים געפֿרעגט:
"ווער האָט געשריבן דעם הײַנטיקן מאַטעריאַל פֿאַר דיר, פֿײַוויש?"
ער האָט אויסגעגלאָצט אויף מיר אַ פּאָר דערשטוינטע אויגן און געענטפֿערט:
"ס׳טײַטש! איך מיט מײַנע בנים האָבן דאָס צונויפֿגעשטעלט. די סצענעס קומען פֿון מײַן אַמאָליקן רעפּערטואַר. אַזוי, אַז איך פֿיל זיך דערין ווי אַ פֿיש אין וואַסער."
מען דאַרף באמת ליב האָבן פֿײַווישן און פֿאַרשטיין די זאַך פֿון זײַן קוקווינקל. נאָך אַלעמען, איז ער שוין נישט קיין יונגער־מאַנטשיק. אָבער כּל־זמן די פֿיס טראָגן, דאָס מויל רירט זיך, דער קאָפּ אַרבעט, פֿאַרוואָס דאָס נישט? און, ווי געזאָגט, ער איז געווען אַרומגערינגלט פֿון זײַנע העכסט טאַלאַנטירטע און פֿעיִקע מוזיקער — זײַנע צוויי זין — איז ער געווען אַ פֿאַרגעניגן צו זען ווי אַ טאַטע און זין פֿאַרווײַלן אַ ייִדישן עולם.
די רעזשי געהערט דעם יונגן מאָטל דידנערן, וועלכער איז זלמן מלאָטעקס רעכטע האַנט. ער רעזשיסירט, אַנגאַזשירט און זעט די זאַך זאָל קלאַפּן. בײַם סוף פֿון דער פֿאָרשטעלונג איז צוגעקומען אַן עלטערע פֿרוי, צו איינעם פֿון די יונגע־לײַט וואָס זײַנען געווען פֿאַרבונדן מיט דער פֿאָרשטעלונג און געהאַט טענות צו אים:
"פֿאַרוואָס אַזוי ווייניק ייִדיש?"
יענער איז געווען אַן אומשולדיקער קרבן און נישט געוווּסט וואָס צו ענטפֿערן.
איך האָב זיך דערווײַל דערמאָנט וועגן דער ערשטער ייִדישער פֿאָרשטעלונג אויף דער ישׂראלדיקער טעלעוויזיע, וואָס שמעון דזשיגאַן האָט אַמאָל אויפֿגעפֿירט אין מדינת־ישׂראל. מיך האָט מען דעמאָלט אַנגאַזשירט צונויפֿצושטעלן דעם מאַטעריאַל צום פֿילמירן. ערשטנס, ווײַל דזשיגאַן האָט גערעדט דער עיקר ייִדיש, די קאַמעראַ־לײַט — בלויז העברעיִש און דער רעזשיסאָר איז געווען אַ קאַנאַדער יונגער־מאַן, וועלכער האָט גערעדט בלויז ענגליש. בין איך געווען נישט נאָר די מאַטעריאַל־אויפֿפּאַסערקע, נאָר אויך די פֿאַרבינדלערין צווישן די העברעיִש־ און ענגליש־רעדנער. זאָג איך צו דזשיגאַנען:
"דזשיגאַן, איך פֿאַרשטיי, אַז איר ווילט געבן דעם עולם אײַער אַלטן מאַטעריאַל, וואָלט אפֿשר געווען אַ סיבה צו געבן זיי עפּעס נײַעס! זיכער זײַנען אײַערע אַלטע מאַטעריאַלן געלונגענע. אָבער צום ערשטן אויפֿטריט אויף דער ישׂראלדיקער טעלעוויזיע, דערלאַנגט דעם עולם עפּעס וואָס זיי האָבן נאָך נישט געזען."
"וווּע?" — האָט ער זיך געוואָנדן צו מיר מיט אויסגעגלאָצטע אויגן — "קליינע?", האָט ער מיך גערופֿן, "איך בין אַ קאָמעדיאַנט שוין אַ האַלבן יאָרהונדערטער, און מײַן עולם קען מיך ווי אַ לאַך־מײַסטער."
"אָבער איר קענט דאָך נישט האַלטן אין איין קאָרמען זיי מיט געלעכטער."
"איז וווּזשע ווילסטו, קליינע?" — האָט ער מיך אָנגעקוקט סקאָס — "כ׳זאָל זיך איצט אַוועקזעצן און אײַנשטודירן נײַעם מאַטעריאַל?"
"אַלץ וואָס איך וויל אײַך דערמאָנען דזשיגאַן איז דאָס וואָס איר האָט אָפּגעאַרבעט אַ לעבן־לאַנג מיט אײַער מיטשותּף שומאַכערן, און ביידע האָט איר באַשײַנט די בינע."
"איז וווּזשע ווילסטי פֿין מיִע?"
"איך וויל איר זאָלט דערמאָנען שומאַכערן און דערציילן אַ ביסל וועגן אײַער דערנער־וועג אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד."
דזשיגאַן האָט צוגעשאָקלט מיטן קאָפּ:
"איך וועל דערציילן וועגן דעם אַנטי־פֿאַשיסטישן קאָמיטעט. ווען מיר האָבן פֿאַר זיי אָפּגעשפּילט אַ פּאָר נומערן, און אַנשטאָט לאַכן, האָט משה בראָדערזאָן גענומען וויינען, האָב איך אים געזאָגט: 'משה, וויין נישט, באַהאַלט די טרערן אויף שפּעטער!’ איך האָב אויסגעפֿירט ס׳מײַניקע, ווײַל איך בין דעמאָלט געווען אונטערן אײַנדרוק אַז לאַכן איז געזונט, אַפֿילו דאָקטוירים הייסן לאַכן. אָבער נישט אַ גאַנצע שעה. מען מוז איבעררײַסן די לאַכערײַקע מיט אַן ערנסטן מאָמענט. ערשט דעמאָלט לאַכט זיך טאַקע אַנדערש."
אַ לעבן־לאַנג האָט זיך פֿײַוויש פֿינקל געמאַטערט און געפּלאָגט ביז ער איז צוגעקומען צו עפּעס. ערשט ווען יוסף פּאַפּ האָט אים אָנגעשטעלט, אַזוי דערציילט ער, צו שפּילן אין שעקספּיר־פֿעסטיוואַל, אין אַ פּיעסע וואָס האָט געהייסן "קאַפֿע־קראַון," האָט די דרויסנדיקע וועלט אים באַמערקט און אָנגעשטעלט אויף אַרבעט. איך האָב געזען יענע פֿאָרשטעלונג. איז די מינוט וואָס איך האָב דערזען פֿײַווישן אויף דער בינע, מיט זײַנע טשאַפּעגראָך ריזיקע פֿיס, האָב איך זיך שוין אויסגעצויגן אויף דער פּאָדלאָגע און געפּלאַצט פֿאַר געלעכטער. וואָס זאָל איך אײַך ברײַען, ליבע פֿרײַנד, גייט זען די פֿײַווישן איידער האָליוווּד כאַפּט אים ווידער אויס.