פּובליציסטיק

הײַנטיקע וואָך איז די נאַכט פֿון מאָנטיק אויף דינסטיק געווען די נאַכט פֿון געשפּאַנטער זאָרג און פֿון אומרויִקער אויסוואַרטונג — סײַ פֿאַר די אַמעריקאַנער און סײַ פֿאַר די ישׂראלים. די אַמעריקאַנער האָבן געוואַרט — ווער מיט אומרו און ווער מיט האָפֿענונג — אויף דעם אויסגאַנג פֿון די מיטל־וואַלן צום אַמעריקאַנער קאָנגרעס; די ישׂראלים, דאַקעגן, האָבן געוואַרט — אויך ווער מיט אומרו און ווער מיט האָפֿענונג — אויף דעם אויסגאַנג פֿון די פֿאַרהאַנדלונגען צווישן דער הסתּדרותּ און דעם פֿינאַנץ־מיניסטעריום, כּדי צו וויסן ביז זעקס אַזייגער אינדערפֿרי, צי וועלן זיי דאַרפֿן זיך אויפֿהייבן און גיין צו דער אַרבעט, אָדער נישט; ווײַל אויף דינסטיק, זעקס אַזייגער אינדערפֿרי, איז דורך דער הסתּדרותּ פּראָקלאַמירט געוואָרן דער אַלגעמיינער שטרײַק אין דעם עפֿנטלעכן סעקטאָר פֿון דער ישׂראלדיקער ווירטשאַפֿט. פֿאַר די אײַנוווינער פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אַזוי ווי פֿאַר דעם מחבר פֿון די דאָזיקע שורות איז די די שפּאַנונג פֿון דער דערוואַרטונג געוואָרן פֿאַרלענגערט מיט נאָך אַ האַלבן מעת־לעת, ווײַל די אַנטשיידונג פֿון דעם פּאַרלאַמענטאַרישן פֿאַרמעסט וועט דאָרט פֿאַלן ערשט מיטן סוף פֿון דעם וואַל־פֿאַרמעסט; און די נבֿיאים, ווי באַוווּסט, לעבן הײַנט שוין נישט אין דעם הייליקן לאַנד.

דער רעזולטאַט פֿון דער הײַנטיקער שלאָפֿלאָזער נאַכט אין ישׂראל איז שוין טאַקע באַוווּסט: דער גענעראַל־שטרײַק איז געוואָרן אָפּגערופֿן. די צדדים זײַנען געקומען צו אַ פּשרה, און צו דער פּשרה איז מען געקומען, אַזוי ווי אַלעמאָל, אין דער לעצטער רגע, אין דער צוועלף־זעקסטער שעה. דרײַ חדשים צײַט האָט מען שוין געוווּסט וואָס יעדער איינער וויל, און מע האָט זיך געאַמפּערט, און, אַזוי ווי אַלעמאָל איבערגעלאָזט די אַנטשיידונג אויף דער סאַמע לעצטער מינוט, כּדי אפֿשר אַרויסצוציִען יעדער איינער בײַם צווייטן די נשמה. און ווי געוויינטלעך, אויב מען דערגייט צו אַ פּשרה און דער שטרײַק ווערט אָפּגערופֿן, איז די פּשרה אויפֿן מיטן וועג, נאָך דעם ווי עס איז שוין נישט געבליבן קיין כּוח צו גיין ווײַטער.

אָבער דאָס מאָל איז דער פֿאַרמעסט צווישן די צדדים צוגעגאַנגען געמיטלעך, אָן געשרייען און אָן רײַסענישן, אַפֿילו מיט אַ בשותּפֿותדיקן שמייכל אויף ביידע פּנימער — סײַ אויפֿן פּנים פֿון עופֿר עייני, דעם פּראַגמאַטישן מנהיג פֿון דער "נײַער הסתּדרותּ" און סײַ פֿון דעם פֿינאַנץ־מיניסטער יובֿל שטײַניץ, דער ווילן־אויספֿירער פֿון דעם פּרעמיער־מיניסטער פֿון דער רעגירונג און דער אויבער־מיניסטער פֿון די מלוכישע פֿינאַנצן. נישט געקוקט אויף דער דאָזיקער געמיטלעכקייט, איז דער ערשטיקער קאָנטראַסט צווישן די פֿאָדערונגען פֿון דער הסתּדרותּ און דער נאָכגיב־גרייטקייט פֿון דער רעגירונג (אַ לוין־העכערונג פֿון 10.5% — קעגן דער מלוכישער ברייטהאַרציקייט פֿון 1.5%) — געווען אַזוי טיף ווי עס זײַנען טיף די סאָציאַלע קאָנטראַסטן אין דעם לאַנד, וואָס האָט זיך פֿאַרמאָסטן צו זײַן אַ מוסטער פֿון סאָציאַלן יושר פֿאַר דער וועלט.

קען זיך דאָך דאַכטן, אַז די פּשרה, וואָס איז דערגרייכט געוואָרן (חוץ אַ גאַנצער ריי פּשרות און אָפּמאַכן אויף די פֿאַרשיידענע ספּעציפֿישע געביטן) וועגן אַן אַלגעמיינער לוין־העכערונג פֿון 6.25 פּראָצענט אין פֿאַרלויף פֿון די נאָענטסטע דרײַ יאָר, איז אַ יושרדיקע. ווײַזט זיך אָבער אַרויס, אַז אויך דער יושר איז אַ רעלאַטיווער (און אפֿשר טאַקע דערפֿאַר, ווײַל ער איז בלינד) און איז צומאָל אפֿילו פֿיקטיוו, מער נישט ווי אַן אילוזיע, ווי מען וואָלט געשאָטן זאַמד אין די אויגן. און דאָס טוט טאַקע, מיט הצלחה, דער פֿינאַנץ־מיניסטער יובֿל שטײַניץ ווען ער טענהט, אַז זײַן בודזשעט־פּרעלימינאַר און די דערגרייכטע פּשרה וועגן דער לוין־העכערונג וועלן פֿאַרקלענערן די סאָציאַלע קאָנטראַסטן אין דער באַפֿעלקערונג. דער לאָגישער אויספֿיר איז אָבער אַ קאַפּויערדיקער, ווײַל אויב די לוין־העכערונג פֿון 6.25% וועט אַרײַנברענגען יעדן חודש אַן ערך 2,000 שקלים אַן אָנגעשטעלטן, אַ פֿונקציאָנאַר, אַ באַאַמטן, וואָס זײַן געהאַלט באַטרעפֿט, לאָמיר זאָגן, 30,000 שקלים, וועט דער לוין פֿון 5,000 שקלים אַרײַנברענגען דעם אַרבעטער סך־הכּל נאָך 325 שקלים, ווייניקער פֿון הונדערט דאָלער...

האָבן מיר אָבער פֿאַר זיך דאָ אַ פּיקאַנטע דערשײַנונג. ווען די רעגירונג וויל זיך גרויסן מיט אירע עקאָנאָמישע דערגרייכונגען פֿאַר די מנהיגים פֿון דער וועלט, אָדער פֿאַר די בירגער פֿון דעם לאַנד, באַרימט זי זיך מיט איר גלענצנדיקער עקאָנאָמישער פּאָליטיק ווי איינע וואָס האָט זיך אויפֿן בעסטן אופֿן אַרויסגעקראָגן פֿון דעם גלאָבאַלן קריזיס. ווען אָבער זי שטייט אין אַ קאָנפֿראָנטאַציע קעגנאיבער די בירגער פֿונעם לאַנד וואָס פֿאָדערן פֿאַרבעסערן זייער סאָציאַלן און עקאָנאַמישן מצב — קלאָגט זי פֿאַר זיי איבער דער ביטערער עקאָנאָמישער מערכה פֿון דער מדינה.

איז, באַשליסט, ווי האַלטן מיר: גוט, צי שלעכט? די בירגער ווילן וויסן דעם אמת.