ליטעראַטור

לכּבֿוד דעם יערלעכן "ייִדישן ביכער־חודש" וואָס הייבט זיך אָן די וואָך, האָבן מיר געפֿרעגט בײַ אַ צאָל "פֿאָרווערטס"־לייענער וועלכע מיר ווייסן זענען זיך עוסק אין דער ייִדישער ביכערוועלט, אונדז צו ענטפֿערן אויף דער קשיא, "וואָס איז אײַער באַליבטסט בוך אויף ייִדיש?". מיר האָבן דערבײַ געבעטן מע זאָל אויך באַשרײַבן פֿאַר וואָס, אָדער איבערגעבן אַ פּערזענלעכע געשיכטע פֿאַרבונדן מיטן בוך. די ענטפֿערס זענען געווען פֿאַרשיידענע, טייל לענגערע, טייל קירצערע.

פּראָפֿ׳ אַבֿרהם־מיכל אַסטראָ פֿון "טריניטי־קאָלעדזש" אין סאַן־אַנטאָניאָ, טעקסאַס, האָט רעדאַקטירט אַ בוך פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור פֿון צענטראַל־ און דרום־אַמעריקע. ער שרײַבט: "ווען מע פֿרעגט מיך בחרם, וואָלט איך געזאָגט, 'דער בעל-תּשובֿה’ פֿון יצחק באַשעוויסן. ניט דערפֿאַר ווײַל דאָס וואָלט געווען זײַן בעסט בוך (עס איז לחלוטין ניט אַזוי, נאָר ווײַל עס שטעלט פֿאָר אַזוי שאַרף איינע פֿון די נאָך אַלץ האַרבסטע פּראָבלעמען: די אינטעלעקטועלע און היסטאָרישע אוממעגלעכקייט צו זײַן אַ רעליגיעזער ייִד אַנטקעגן דער עמאָציאָנעלער אוממעגלעכקייט אַוועקצומאַכן מיט דער האַנט די ירושה פֿון 'נעשׂה־ונשמע’."

בעלאַ בריקס־קלײַן, די טאָכטער פֿונעם שרײַבער רחמיאל בריקס, און אונדזער "פֿאָרווערטס"־פֿאָרשטייערין אין ישׂראל, ענטפֿערט, אַז "דאָס ספֿרל וואָס איז מיר טײַער איז מײַן טאַטנס 'די וואָס זענען נישט געבליבן’ וווּ ער דערציילט וועגן די שיינע ייִדן און זייערע טראַדיציעס אין זײַן שטעטל סקאַרזשיסק־קאַמיענע. נאָר דורך זײַנע באַשרײַבנדיקע ווערטער, קאָן איך זיך באַקענען מיט מײַן משפּחה — באָבע, זיידע, מומעס, פֿעטערס, קוזינען — די מענטשן וואָס צוליב דעם חורבן זענען ניט זוכה געווען צו לעבן אַ פֿול לעבן. דער טאַטע האָט מיר דערציילט, אַז דאָס דאָזיקע בוך איז דער פֿונדאַמענט פֿון אַלע זײַנע פֿריִערדיקע שאַפֿונגען. ווען איך בענק, לייען איך תּמיד אַ קאַפּיטל."

אונדזער מיטאַרבעטער פּראָפֿעסאָר מיכאל קרוטיקאָוו פֿון מישיגאַן, שרײַבט, "מײַן באַליבסטע בוך אויף ייִדיש איז 'די משפּחה מאַשבער’ פֿון דער נסתּר, אַ צוויי־בענדיקער משפּחה־ראָמאַן וועגן באַרדיטשעוו אין די 1860ער און 1870ער יאָרן. דאָס איז אַ מין בוך, וואָס מען דאַרף לייענען לאַנג און פּאַמעלעך, אומקערנדיק זיך צו די פֿריִערע קאַפּיטלעך און עפּיזאָדן. דער לייענער ווערט בהדרגה אַרײַנגעזאַפּט אינעם אייגנאַרטיקן ריטעם פֿון נסתּרס פּראָזע, מיט אירע לאַנגע און שווערע פּעריאָדן. דעם שרײַבער האָט זיך אײַנגעגעבן צו דערגרייכן אַ קינסטלערישן סינטעז פֿון צוויי סטילן, דעם סימבאָליזם פֿון זײַן יוגנט און דעם רעאַליזם פֿון זײַנע רײַפֿע יאָרן.

דאָס איז אַ טרויעריק בוך, וואָס דער נסתּר האָט געשריבן בעת דער עוואַקואַציע, און בשעת זײַן טאָכטער איז אויסגעגאַנגען פֿאַר הונגער אין לענינגראַד, ווען די ערשטע ידיעות וועגן דעם חורבן זענען אָנגעקומען פֿון די אָקופּירטע שטחים פֿון פּוילן און סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. פֿאַר מיר איז דער צווייטער באַנד דאָס גרעסטע ווערק וועגן חורבן אין דער ייִדישער ליטעראַטור, הגם די האַנדלונג קומט פֿאָר אין גאָר אַן אַנדער תּקופֿה".

אַרטור קאָלניקס אילוסטראַציע צו "אלף־בית"פֿון אליעזר שטיינבאַרג
אַרטור קאָלניקס אילוסטראַציע צו "אלף־בית"פֿון אליעזר שטיינבאַרג

די פּאָעטעסע ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן האָט געענטפֿערט, אַז "איינס פֿון מײַנע באַליבטסטע ביכער, צוליב סענטימענט, איז געווען מײַן ערשט ביכל בכלל, אליעזר שטיינבאַרגס "אַלף בית" וואָס איך קען נאָך הײַנט אויף אויסנווייניק. דאָס בוך איז געדרוקט געוואָרן אין 1920, דאָס יאָר פֿון מײַן געבוירן, און איך בין אויפֿגעוואַקסן צוזאַמען מיט אים. טאַטע־מאַמע האָבן פֿאַר מיר געלייענט, און ווען גאָר אַ קליין קינד האָב איך אויפֿגעזאָגט פֿאַרן מחבר איינס פֿון זײַנע קינדערלידער פֿונעם בוך — "אויף אַ שטיין זיצט אַ רעטעך מיט אַ כריין".

פּראָפֿ׳ יצחק ניבאָרסקי פֿון פּאַריזער ייִדיש־צענטער האָט אויך אויסגעקליבן אַ בוך פֿון אליעזר שטיינבאַרג — זײַן קלאַסישן באַנד משלים.

חנה מלאָטעק, מוזיקאָלאָג און רעדאַקטאָרין פֿון דער רובריק "פּערל פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע", שרײַבט, אַז "איך האָב עטלעכע באַליבטע ביכער. איינס איז 'די לידער פֿון איציק מאַנגער’. איך קוויק זיך מיט זײַן פּאָעזיע, גראַמען, אימאַזשן און מוזיק. זײַנע לידער זענען פּשוט, בליציק מיט אײַנפֿאַלן, לײַכט צו לייענען און פֿאַרשאַפֿן פֿאַרגעניגן. געוויסע לידער זײַנע וואָס פֿאַרמאָגן מוזיק, האָב איך אַרײַנגענומען אין יאָסל מלאָטעק און מײַנע אַנטאָלאָגיעס פֿון ייִדישע לידער. זיי זענען צווישן די פּאָפּולערסטע לידער; גענוג צו דערמאָנען 'אויפֿן וועג שטייט אַ בוים’, 'יאָסל בער’, 'איינזאַם’, 'דאָס קליין ציגײַנערל’, 'זע דאָס קליידל טאַטעשי’ און נאָך און נאָך.

בונעם העלער האָט אַ ליד, אין וועלכן ער באַשרײַבט ווי מאַנגער, שוין אַלט און קראַנק, פֿלעגט ווערן שטאַרק גערירט ווען ער האָט געהערט זײַן ליד "אויפֿן וועג", געזונגען אויף דעם ראַדיאָ אין ישׂראל.

פּראָפֿ׳ מרים אײַזיקס פֿון מאַרילאַנדער אוניווערסיטעט האָט אויך "געשטימט" פֿאַר איציק מאַנגער. — "פֿון אַלע שרײַבער האָב איך ליב איציק מאַנגער צום בעסטן, דער עיקר, 'מדרש איציק’, 'די מגילה־לידער’ און 'די וווּנדערלעכע געשיכטע פֿון שמואל אַבא אַבערוואָ’. מע קען זיי איבערלייענען אַ הונדערט מאָל; מע טוט לאַכן מיט טרערן. ער שרײַבט רירנדיק וועגן די אָבֿות און גן־עדן אין די ווערק — מע קען זיי זען, הערן און אַפֿילו שמעקן. איך האָב שטאַרק ליב ייִדישע לעגענדעס און ער ברענגט צונויף די אַלטע לעגענדעס מיט די מיזרח־אייראָפּעיִשע שטעטלעך. לייענט און האָט הנאה."

אונדזער מיטאַרבעטערין מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן, אַ לערערין פֿון ייִדיש אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט, האַלט אויך פֿון איציק מאַנגער. זי האָט געענטפֿערט מיט אַן ארטיקעלע וואָס זי האָט באַטיטלט "מײַן ריטער אין שײַנענדיקן פּאַנצער".

"איך בין אַנטציקט פֿון צוויי ייִדישע שרײַבער און פּאָעטן און איך וועל זיך אײַנשטעלן פֿאַר זיי ביז בלוט. דער באַגאַבטסטער פֿון זיי אַלע איז חיים גראַדע און דער באַליבטסטער פֿון זיי אַלע איז איציק מאַנגער. מײַן לערער אין מיטלשול, חיים קאַזשדאַן, איז געווען אַזוי פֿאַרליבט אין איציק מאַנגערס פּאָעזיע, אַז ער האָט מיך אָנגעשטעקט מיט זײַן ליבע. נו, זײַענדיק אַ פֿערצן־יאָריקע תּלמידה זײַנע, האָט מײַן פֿאַנטאַזיע גענומען וועבן חלומות. זײַן בײַסיקע סאַטירע, זײַן איראָניע, זײַן לירישקייט, זײַן בײַסיקער הומאָר, זײַן ציניזם, זײַן סאַרדאָנישער מזיק־שמייכל, זײַן טרײַבן פֿאַרס, ממש אַ לצנות־טרײַבער.

"צו פֿופֿצן יאָר האָב איך געאַרבעט אינעם 'ייִדישן קולטור־קאָנגרעס’ פֿאַר פּנחס שוואַרצן און חיים בעזן — געפּאַקט קאָנווערטן און אָנגעקלעפּט מאַרקעס. דאָס אַטראַן־הויז איז געשטאַנען אויף דער 78סטער גאַס און מעדיסאָן עוועניו. אונטן איז געווען אַ קאַפֿעטעריע וואָס מאַן און ווײַב, געראַטעוועטע פֿון היטלערס גיהנום, האָבן געפֿירט. כּמעט אַלע ייִדישע שרײַבער און פּאָעטן האָבן דאָרטן געגעסן. דאָרט האָט מיך מײַן לערער קאַזשדאַן באַקענט מיט יעקבֿ גלאַטשטיינען און י. י. שוואַרצן צווישן אַנדערע. מיט אַמאָל דרייט זיך צו מיר אויס מײַן באַליבטסטער לערער און מאַכט — 'אַהין זאָלסטו נישט קוקן!’

'וווּ זאָל איך נישט קוקן?’ — האָב איך געוואָלט וויסן.

'צו דער טיר צו, דעם אַרײַנגאַנג צו דער קאַפֿעטעריע!’

איז דווקא, ווי לוטס ווײַב, האָב איך אויסגעדרייט דעם קאָפּ און דערזען אַ פּאַרשוין וואָס האָט זיך קוים געהאַלטן אויף די פֿיס. אויפֿן קאָפּ אַ צעקניישטער קאַפּעלענדער, פֿון די ליפּן האָט זיך געבאָמבלט אַ סיגאַרעט; פֿון טאַש האָט אַרויסגעשטעקט אַ פֿלעשל בראָנפֿן, און ער איז געווען בגילופֿין.

'ווער איז די סטראַשידלע?’ — האָב איך געוואָלט וויסן.

'דאָס איז איציק מאַנגער!’, האָט מיט גרויס צער מיר מודיע געווען מײַן לערער. איר קענט זיך שוין פֿאָרשטעלן מײַן צער. דער סוף איז געווען שיין: מײַן ערשטע פּיעסע, וואָס איך האָב געשריבן איז טאַקע געווען וועגן איציק מאַנגער: זײַן שיכּרות, זײַנע ליבעס, זײַנע אַנטוישונגען, זײַנע שווערע איבערלעבונגען און זײַנע טריומפֿן".

די זינגערין און ביבליאָטעקאַרין אינעם ייִדישן אָפּטייל פֿון דער ניו־יאָרקער שטאָטישער ביבליאָטעק, מרים־חיה סגל ענטפֿערט, אַז "מיר געפֿעלט זייער שירה גאָרשמאַנס בוך 'חנהס שאָף און רינדער’. דער דאָזיקער פֿאַרכאַפּנדיקער ראָמאַן איז באַזירט אויפֿן לעבן פֿון דער מחברין. לייענענדיק דאָס בוך האָב איך זיך פֿאַרטיפֿט אין דער העלדינס ליידן און פֿריידן, וואָס ווערן באַשריבן מיט אַ סך געפֿיל און קאָליר. די העלדין חנה איז אַ פֿײַערדיקע יונגע פֿרוי וואָס וווינט אין אַ קאָמונע, אין קרים, אויף אַ פּרימיטיוון אופֿן. זי האָט שוין דרײַ טעכטערלעך פֿונעם געוועזענעם מאַן. עס קומט צו פֿאָרן אין קאָמונע אַ יונגער מאָלער, נחמיה, און עס וואַקסט צווישן זיי אַ ליבע. די גאַנצע משפּחה קלײַבט זיך איבער קיין מאָסקווע. דאָרטן אַרבעטן זיי זייער שווער און האָדעווען די קינדער. חנה באַקענט זיך מיט דער אָרטיקער ליטעראַרישער סבֿיבֿה. זי אַנטפּלעקט אין זיך דעם טאַלאַנט צו שרײַבן און הייבט אָן דרוקן דערציילונגען באַזירט, צום טייל, אויף איר אייגן לעבן."

דער מבֿין אויף ייִדישער קאַריקאַטור־קונסט און פּאָפּולערער קולטור, ד״ר עדי פּאָרטנוי שרײַבט, אַז "אין דער אמתן האָב איך ניט ליב דעם גאַנצן ענין פֿון 'באַליבטסטן’ דאָס אָדער יענץ. אָבער אויב איך מוז שוין באַשליסן, וואָלט איך אַראָפּגענומען יאָסל קאָטלערס 'מונטערגאַנג’ פֿון די פּאָליצעס.

אין 'מונטערגאַנג’ שיט קאָטלער אַ האָגל פֿון שאַרפֿע און קאָמישע מעשׂהלעך, לידער און בילדער אויף זײַנע לייענער אויף אַ זעלטענעם און שאַפֿערישן אופֿן. קאָטלער איז געווען דאָס צו־פֿרי־געשטאָרבענע צולהכעיסדיקע וווּנדערקינד פֿון דער ייִדישער קונסט, סאַטירע, קאַרטונס און ליאַלקע־טעאַטער. איינער פֿון די שאַפֿערישסטע קינסטלער אין דעם ייִדיש וועלטל, האָט ער געדרוקט אין 'מונטערגאַנג’, זײַן איין און איינציקן בוך, גאָר אָריגינעלע זאַכן. איין בײַשפּיל איז די מעשׂה, "אויפֿן שטערן מאַרס", וואָס איז מסתּמא די ערשטע וויסנשאַפֿטלעך־פֿאַנטאַזיע־מעשׂה געשריבן אויף ייִדיש. אַחוץ אַנדערע פֿאַרכאַפּנדיקע מעשׂיות, געפֿינט מען דאָרטן אַ סך חנעוודיקע לידער ווי "מיט אַ נאָז און אָן אַ נאָז", אַ לידל וואָס טענהט, אַז קינדער מוזן טרינקען אַ סך מילך, אויב זיי ווילן האָבן שיינע — און ניט קיין קליינע — נעזער. די אַלע מעשׂיות זענען באַצירט מיט קאָטלערס אייגנאַרטיקע בילדער. פּראָסט און פּשוט — 'מונטערגאַנג’ איז אַ פּראַכט".

פּראָפֿ׳ גענאַדי עסטרײַך אַ מיטאַרבעטער, פּראָפֿ׳ אינעם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט און מיטרעדאַקטאָר פֿונעם זשורנאַל "די צוקונפֿט", שרײַבט: "מיר איז שווער אויסצוקלײַבן אַ ייִדיש בוך, וואָס איך האָב ליב מער פֿון די איבעריקע. אָבער איך קען אָנרופֿן אַ בוך, וואָס האָט — גאַנץ צופֿעליק — געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין מײַן לעבן. די רייד גייט וועגן 'טראָט פֿון דורות’, דער דריטער, און לעצטער, ראָמאַן פֿון פּרץ מאַרקיש. אַרויס איז דאָס בוך אין מאָסקווע אין יאָר 1966, דאָס הייסט, שוין נאָך מאַרקישעס טראַגישן טויט דעם 12טן אויגוסט 1952.

דאָס בוך האָב איך געקויפֿט, גלייב איך, אין יאָר 1970, און נאָך איצט, אין פֿערציק יאָר אַרום, געפֿינט זיך עס אין מײַן ביבליאָטעק. 'טראָט פֿון דורות" איז, בכלל, געווען דער ערשטער ראָמאַן, וואָס איך האָב איבערגעלייענט אויף ייִדיש. געלייענט האָב איך עס אויף אַ קול, ווײַל מײַן טאַטע האָט דעמאָלט כּמעט אין גאַנצן פֿאַרלוירן די ראיה. גלײַכצײַטיק איז דער פּראָצעס פֿון לייענען, מיט דעם טאַטנס פֿאַרטײַטשונגען, געוואָרן מײַן קורס פֿון ליטעראַרישן ייִדיש. אַ דאַנק דעם ראָמאַן האָב איך פֿאַרברייטערט דעם וואָקאַבולאַר, וועלכער איז געווען באַגרענעצט מיט די ווערטער פֿון אונדזער טאָג-טעגלעכן לעבן, שוין אָפּגעשמועסט פֿון די דיאַלעקטישע ד' אַמות.

הקיצור, דער ראָמאַן וועגן דעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ האָט מיר געהאָלפֿן גובֿר זײַן די כאַראַקטערישע שוועריקייטן פֿון אַ מענטש, וואָס קען דאָס 'משפּחה-לשון’, אָבער פֿאַרשטייט שלעכט אַנדערע רעגיסטערס פֿון דער שפּראַך. איך האָב דאָך געמוזט זיך דערוויסן, למשל, אַז 'בלומען’ איז דאָס זעלבע וואָס מיר האָבן גערופֿן 'קווייטן’, אַז אויף 'גרעט’ קען מען זאָגן 'וועש’, און אַז "נתפּעל ווערן" איז דאָס זעלבע וואָס בײַ אונדז האָט מען אויסגערעדט 'מיספּאָל ווערן’.

אין אַ פּאָר חדשים אַרום וועט אין אָקספֿאָרד אַרויסגיין אַ באַנד, צונויפֿגעשטעלט פֿון אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען מכּוח פּרץ מאַרקיש. איך בין איינער פֿון די רעדאַקטאָרן און מחברים פֿון דער אויסגאַבע, און מײַן קאַפּיטל איז טיילווײַז טאַקע וועגן דעם ראָמאַן 'טראָט פֿון דורות’, וואָס האָט אַן אָרט אויף מײַנע ביכער-פּאָליצעס שוין אין משך פֿון פֿיר יאָרצענדליק."

ד״ר חיה ביר, מײַסטער־לערער אין ענגלאַנד און זינגערין, שרײַבט, "נישט מעגלעך צווישן אַלע אוצרות אין קיין שום שפּראַך זיך אָפּשטעלן אויף איין בוך! אין אַלכּסנדר שפּיגלבלאַטס 'דורכן שפּאַקטיוו פֿון אַ זייגער־מאַכער’ קוקט צוריק דער מחבר צו זײַנע יוגנט־יאָרן אין דער בוקעווינע. ער באַשרײַבט משפּחה, מענטשן, לעבנס־שטייגער, ערטער. ס׳איז געשריבן אין אַ רײַכער שפּראַך, שאַרפֿזיניק, הײַנטצײַטיק (אין אַ קורס וואָס כ׳האָב געלערנט מיט עטלעכע יאָר צוריק — 'זכרונות אויף ייִדיש’, זענען די סטודענטן געווען גאָר באַגײַסטערט פֿון שפּיגלבלאַטס בוך.

זאָל אויך דערמאָנט ווערן 'וואַרשעווער צוואות’ פֿון רחל אויערבאַך. כאָטש דאָס בוך לייגט זיך שווער אויפֿן האַרצן, איז דאָס אַ וווּנדערלעך געמיש פֿון רעפּאָרטאַזש, זכרונות, געשיכטע, אַקטועלע געשעענישן, שאַרפֿע באַשרײַבונגען פֿון יחידים און, בכלל, וועגן דעם ייִדישן קולטור־לעבן אין וואַרשע פֿאַר דער מלחמה און אין צײַט פֿון דער מלחמה — מע קערט זיך צוריק צו די ביכער, נאָך אַ מאָל און ווידער אַמאָל."

בילד פֿון "מעשׂה־בוך פֿון מײַן לעבן" באַנד 1, פֿון אָדרי בערגנער
בילד פֿון "מעשׂה־בוך פֿון מײַן לעבן" באַנד 1, פֿון אָדרי בערגנער

ד׳׳ר שבֿע צוקער, דירעקטאָרין פֿון דער "ייִדיש־ליגע" און רעדאַקטאָרין פֿון "אויפֿן שוועל" שרײַבט: "מלך ראַוויטשעס 'דאָס מעשׂה־בוך פֿון מײַן לעבן’ אין דרײַ בענד איז פֿון מײַנע באַליבטסטע ייִדישע ביכער. מסתּמא ניט מײַן באַליבטסט בוך (דעם כּבֿוד קומט שלום־עליכמס 'טבֿיה דער מיליכיקער’), נאָר אַזוי ווי איך בין זיכער, אַז אַנדערע וועלן שרײַבן וועגן דעם, וועל איך שרײַבן וועגן מלך ראַוויטשעס 'מעשׂה־בוך’.

ס׳איז טאַקע אַ מעשׂה־בוך, אָן אַ בפֿירושן סיפּור־המעשׂה: אַ סעריע זכרונות און וויניעטן וואָס הייבן זיך אָן מיט ראַוויטשעס קינדער־יאָרן אין אַ גאַליציאַנער שטעטל און דערגייען ביז האַרט פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה, ווען ער איז געווען אַ ליטעראַט אין וואַרשע און האָט געדינט ווי דער סעקרעטאַר פֿון דעם "ייִדישן שרײַבער־פֿאַראיין" אויף טלאָמאַצקע 13.

"ראַוויטש באַשרײַבט זיך אַליין ווי אַן עלנט ייִנגל, וועמען דער טאַטע האָט ניט געלאָזט זיך חבֿרן מיט אַבי וועמען און צום באַדויערן האָט, לויטן טאַטן, געוווינט אין שטעטל נאָר 'אַבי ווער’. דערפֿאַר אָבער האָט דער מחבר אַנטוויקלט די קונסט פֿון באַמערקן אַלץ אַרום זיך — סײַ מיטן אויג, סײַ מיטן האַרץ. קען זײַן, אַז דאָס ביכל איז סענטימענטאַל, איז וואָס? ס'איז אַ טייל פֿון זײַן חן. ווען איך האָב דאָס בוך צום ערשטן מאָל איבערגעלייענט, האָב איך זיך געפֿילט טרויעריק, ווי אַ גוטער חבֿר וועט מיך באַלד פֿאַרלאָזן. איך האָב געוואָלט, אַז די מעשׂיות זאָלן זיך ציִען אָן אַ סוף, איך זאָל זיך ווײַטער קענען אויסלעבן אין דער־אָ וועלט. לייען איך אים, ווען איך קען, נאָך אַ מאָל. איך האַלט אים לעבן מײַן בעט און קוק אָפֿט אַרײַן איידער איך לייג זיך שלאָפֿן. אַזוי ווי ס׳איז ניטאָ קיין סיפּור־המעשׂה קען מען אַוועק פֿון אים און צוריקקומען און עפֿענען אויף וואָסער קאַפּיטל מע וויל און זיך קיין מאָל ניט פֿילן פֿרעמד — אַן אמתער גוטער־פֿרײַנד.

לייזער בורקאָ, מיטאַרבעטער, ייִדיש־לערער אינעם "ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר", און אַספּיראַנט, שרײַבט: "מײַן באַליבטסט בוך אין ייִדיש איז מסתּמא דער צווייטער באַנד פֿון 'מײַן טאַטנס בית־דין־שטוב’, די המשך־זאַמלונג פֿון יצחק באַשעוויס. די דאָזיקע מעשׂיות זײַנען נאָך בעסער ווי די באַקאַנטע, פֿריִערדיקע עפּיזאָדן אינעם ערשטן באַנד. מע קען פּלאַצן פֿאַר געלעכטער. ספּעציעל האָב איך ליב די מעשׂה וועגן דעם גר, וואָס 'רררעדט’ מיט אַ שטאַרררקן 'ררריש’ און פֿאַרלירט די געדולד, וואַרטנדיק אויף משיחן. געפֿונען האָב איך דאָס בוך דווקא אין דער עפֿנטלעכער ביבליאָטעק פֿון באָראָ־פּאַרק — איינער פֿון די ווייניקע צווײַגן וואָס האָט אויך ייִדישע ביכער. נאָכן לייענען האָב איך געליִען דעם באַנד אַ חסידישן חבֿר מײַנעם, האָט ער אויך שטאַרק הנאָה געהאַט דערפֿון.

מיר פֿאַרענדיקן אונדזער אַנקעטע מיטן ענטפֿער פֿון יצחק לודען, מחבר און מיטאַרבעטער, אָנפֿירער פֿונעם "אַרבעטער־רינג" אין תּל־אָבֿיבֿ. "פֿאַר מיר איז דאָס באַליבסטע בוך 'פֿון אַלטן מאַרקפּלאַץ’ פֿון יוסף בולאָף (י. ל. פּרץ פֿאַרלאַג, 1995), געשריבן ווי אַ דראַמאַטישע לעבנס־דערציילונג, ווי אַ געפֿלעכט פֿון פֿאַנטאַזיע און ווירקלעכקייט פֿון דעם מײַסטער פֿון דער בינע, וועלכער אַנטפּלעקט זיך דאָ ווי אַ מײַסטער פֿון דער פּען. איך האָב זיך פֿאַרליבט אין דעם בוך, וואָס זײַנע באַזונדערע קאַפּיטלעך זײַנען געווען געדרוקט אינעם זשורנאַל "די גאָלדענע קייט" און איך האָב געהאַט די זכיה עס צו באַאַרבעטן און צוגרייטן צום דרוק. ווי בולאָף דערציילט אינעם עפּילאָג, האָט ער אָנגעהויבן שרײַבן דאָס בוך ווי אַן אַנטשולדיקונגס־בריוו צו זײַנעם אַ חבֿר פֿון די קינדער־יאָרן, וועלכן ער האָט געהאַט אַמאָל באַליידיקט אין זייער קינדהייט, און דער בריוו איז אויסגעוואַקסן צו אַ פֿאַרכאַפּנדיקן מוסטער־ראָמאַן.

אויב אַנדערע לייענער ווילן ענטפֿערן אויף דער אַנקעטע איז — מהיכא־תּיתי, שרײַבט צו:

editor@yiddish.forward.com