דער ייִדישער ביכער-מאַרק איז תּמיד געווען אויף צרות. וועגן דעם האָט געשריבן די ייִדישע פּרעסע, בפֿרט, די וואַרשעווער "ליטעראַרישע בלעטער". איר רעדאַקטאָר, נחמן מײַזעל, פֿלעגט צונויפֿקלײַבן סטאַטיסטיק, וואָס האָט בדרך-כּלל געשאַפֿן אַ טרויעריק בילד. אַ שולד איז געלעגן אויך אויף דער אינטעליגענץ, וועלכע האָט געפֿירט אַ ביטערן קאַמף קעגן דעם "שונד", כאָטש אַזאַ ליטעראַטור האָט מען טאַקע געלייענט. וואָס שייך דער "הויכער ליטעראַטור" איז דער מצבֿ געווען ביטער, ווײַל די ייִדישע אינטעליגענץ האָט פֿון דעסטוועגן געהאַט די נטיה צו לייענען ביכער אויף "הויכע שפּראַכן", בעת די פּרעסע האָט צופֿרידנגעשטעלט דעם ברייטן עולם.
און דאָך זײַנען אויף דער ייִדישער גאַס געווען פֿאַרלאַגן, וווּ די אַרבעט האָט זיך געפֿירט ערנסט — מיט אָפּקלײַבן ווערק, זיי רעדאַקטירן און קאָרעקטירן. צווישן זיי איז געווען דער "ה. לייוויק-פֿאַרלאַג" בײַם פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבערס און זשורנאַליסטן אין ישׂראל. איך נוץ די פֿאַרגאַנגענע צײַט, "געווען", ווײַל די זכרונות פֿון משה צימקינדן "מיר איז באַשערט געווען לעבן בלײַבן: זכרונות פֿון אַ פּאַרטיזאַנער" ווײַזן (הלוואַי זאָל איך זיך טועה זײַן), אַז דער דאָזיקער פֿאַרלאַג איז אויך פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ vanity press, דאָס הייסט, אין אַ דאַך פֿאַר ביכער, וואָס ווערן געדרוקט, ווײַל מחברים (צי זייערע קינדער, אַ שטייגער) האָבן באַצאָלט פֿאַר אַזאַ זאַך, וואָס פֿאַרשאַפֿן פֿאַרגעניגן דעם באַשטעלער פֿון דער סחורה.
איך זאָג ניט, אַז מע טאָר ניט דרוקן אַזעלכע פֿאַרגעניגן פֿאַרשאַפֿנדיקע ביכער. אַדרבא, פֿאַר וואָס ניט? ס׳איז דאָך באַוווּסט, אַז אייניקע אַזעלכע ביכער זײַנען אַזוי באַמערקט און באַליבט געוואָרן, אַז מע האָט זיי שפּעטער אַרויסגעגעבן מיט גרויסע טיראַזשן. און דאָך מוז בלײַבן אַ מחיצה צווישן די צוויי מינים ביכער-פּראָדוקציע. אַנדערש פֿאַרלירט דער פֿאַרלאַג זײַן פּנים, און דער מחבר קען אויך האָבן פּראָבלעמען, ווען מע הייבט אָן דאָס בוך אָפּשאַצן ווי טאַקע אַ "בוך". אַזוינס איז לעצטנס געשען מיט משה צימקינדס בוך, וואָס איז גאַנץ נעגאַטיוו אָפּגעשאַצט געוואָרן אין דעם תּל-אָבֿיבֿער זשורנאַל "לעבנס-פֿראַגן" — זען http://www.lebnsfragn.com/bin/articles.cgi?ID=949. אַ גוטע אָפּשאַצונג האָט באַקומען די הקדמה (באמת זייער אַ געראָטענע!) פֿון דעם שרײַבער מישע לעוו, ווי אויך די רעדאַקטאָרישע קונסט פֿון אלישבֿע כּהן-צדק.
איך קלײַב זיך ניט קריטיקירן דאָס בוך, ווײַל דאָס לייענען האָט בײַ מיר ניט איבערגעלאָזט קיין געפֿיל, אַז איך האָב געהאַט צו טאָן טאַקע מיט אַ בוך. דאָס זײַנען זכרונות, אָנגעשריבן אין זעכציק צי פֿינף-און-זעכציק יאָר אַרום נאָך די געשעענישן, דורך אַ מענטש, וואָס האָט זייער אַ קנאַפּן (ווייך געזאָגט) ליטעראַרישן טאַלאַנט (דערפֿאַר איז באַזונדערס קאָמיש צו לייענען, אַז "דאָס בוך דערשײַנט מיט דער הילף פֿונעם פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבערס און זשורנאַליסטן אין ישׂראל"). און דאָך געפֿין איך עס אינטערעסאַנט.
קודם-כּל, דערמאָנט עס אונדז וועגן דער טעמע גופֿא — ייִדישע פּאַרטיזאַנער. מישע לעוו, אַליין אַ געוועזענער שטאַב-שעף פֿון אַ פּאַרטיזאַנער פּאָלק, שרײַבט, אַז עד-היום ווייסן מיר נאָך אַלץ זייער ווייניק וועגן דעם טייל פֿון דער געשיכטע. אין דער חורבן-וויסנשאַפֿט דאָמינירט דער געדאַנק, אַז די פּאַרטיזאַנער זײַנען געווען, בדרך-כּלל, אַנטיסעמיטן און אַפֿילו געהרגעט די ייִדן, וועלכע פֿלעגן אַרײַנפֿאַלן אין זייערע הענט. ניט ווייניק אַזעלכע פֿאַלן זײַנען טאַקע דאָקומענטירט געוואָרן. אָבער גלײַכצײַטיק זײַנען, בלי-ספֿק, געווען אויך פּאַרטיזאַנער, וועלכע זײַנען ניט שרעקלעך אָפּגעסמט געווען מיט אַנטיסעמיטיזם, און משה צימקינד האָט געהאַט דאָס מזל צו זײַן אין אַזאַ פּאַרטיזאַנער מחנה. ווי איך פֿאַרשטיי, איז עס געווען ניט אַזוי די פֿראַגע פֿון די פּאַרטיזאַנער בכלל, ווי פֿון די לײַט, וועלכע זײַנען געשטאַנען בראָש אַזעלכע גרופּעס.
הקיצור, משה צימקינדס זכרונות זײַנען וויכטיק פֿאַר אַ פֿאָרשער פֿון דעם אָנטייל פֿון ייִדן אין דער סאָוועטישער פּאַרטיזאַנער באַוועגונג. ס׳איז אויך אַ קוואַל פֿאַר אַ חורבן-פֿאָרשער, ווײַל דער מחבר באַשרײַבט גאַנץ פּרטימדיק די שוידערלעכע געשעענישן אין זײַן היימשטעטל פּליסע, אין צפֿון-מערבֿ פֿון ווײַסרוסלאַנד. אַ היפּש ביסל אָרט טיילט אויס משה צימקינד דער באַשרײַבונג פֿון ייִדיש-ווײַסרוסישע באַציִונגען. ווײַסרוסן — פֿרײַנד ווי אויך פֿרעמדע מענטשן — האָבן אים ניט איין מאָל געהאָלפֿן בעת דער מלחמה.
איך וויל דערמאָנען נאָך איין אַספּעקט פֿון זײַנע זכרונות — דעם אידעאָלאָגישן פּלאָנטער, וואָס אַנטפּלעקט זיך בולט אין די קורצע קאַפּיטלעך פֿונעם טעקסט. און אַזאַ פּלאָנטער באַגעגנט מען זייער אָפֿט אין זכרונות פֿון עלטערע סאָוועטישע ייִדן. פֿון איין זײַט, גרויסן זיי זיך מיט זייערע דערפֿאָלגן אין דער סאָוועטישער תּקופֿה פֿון זייער לעבן, אָבער גלײַכצײַטיק, ווילן זיי רעדן וועגן זייער ליבע צו ישׂראל צי צו, למשל, די פֿאַראייניקטע שטאַטן. בלײַבט עס געוויינטלעך ווי בוימל אויף וואַסער, ניט געקוקט אויף אַלע זייערע באַמיִונגען. אַזוי איז עס פֿאַרבליבן אויך אין משה צימקינדס לעבנס-געשיכטע, אין וועלכער אייניקע זײַטלעך, בפֿרט פֿון זײַן אַרבעט אין "געהיימע" סאָוועטישע אַנשטאַלטן, קלינגען זייער רעטענישפֿול.
לויט דער לאָגיק, וועלכע מע קען "אויסקוועטשן" פֿון צימקינדס געשיכטע, באַקומט זיך, אַז די יאָרצענדליקער פֿון זײַן סאָוועטישן לעבן האָבן מיט זיך פּשוט פֿאָרגעשטעלט אַ געצוווּנגענעם איבעררײַס צווישן זײַן ציוניסטישער יוגנט אין פּוילן ביז 1939 און דעם אָנקומען קיין ישׂראל אין אַ האַלב יאָרהונדערט אַרום. כ׳בין גרייט צו גלייבן אין אַזאַ טראַנספֿאָרמאַציע, ווײַל מיר איז ניט איין מאָל אויסגעקומען צו באַגעגענען מענטשן מיט לעבנס-געשיכטעס פֿון אַן ענלעכן סאָרט. נאָך אין רוסלאַנד האָב איך געקענט אַ פּאָר ייִדן-קאָמוניסטן, וועלכע האָבן אויף דער עלטער אָנגעהויבן גיין אין שיל.
אַזוי צי אַזוי, אָבער משה צימקינדס זכרונות וואָלטן געדאַרפֿט אַרויסגיין אין אַן אַנדער פֿאָרמאַט, אפֿשר ווי אַ וועב-זײַטל. דעמאָלט וואָלט מען צו זיי ניט צוגעלייגט די מאָסן פֿון אַ "בוך" און אָפּגעשאַצט אַזוי ווי זיי שטייען און גייען — אַ דאָקומענט פֿון זײַן צײַט און אָרט.