‫פֿון רעדאַקציע

אַמעריקע לעבט די לעצטע פּאָר וואָכן אַן אָנגעשטרענגט לעבן. דאָס וואָס די רעפּובליקאַנער האָבן איבערגענומען די מערהייט אינעם רעפּרעזענטאַנטן־הויז, איז קיין גרויסע סענסאַציע נישט געוואָרן (לייענט פּרטימדיקער אויף ז' 1). אָבער די טעמע פֿון אונדזער לייט־אַרטיקל איז בפֿירוש וועגן דער אַלגעמיינער שטימונג, וואָס האַלט זיך די לעצטע צוויי יאָר אין דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט. אויב וועלן עס אויסדרוקן מיט איין וואָרט, וואָלט דאָס פּאַסיקסטע מסתּמא געווען — פֿאַרלוירנקייט.

מער פֿון אַלע וויילער פֿילן זיך פֿאַרלוירן די כּסדרדיקע אָנהענגער פֿון דער דעמאָקראַטישער פּאַרטיי. אָבער נישט נאָר זיי! דער איצטיקער פּרעזידענט, באַראַק אָבאַמאַ, האָט מיט צוויי יאָר צוריק געקראָגן סימפּאַטיע און שטיצע נישט בלויז צווישן די דעמאָקראַטיש־געשטימטע וויילער; זײַן פּערזענלעכקייט און צוצי־כּוח, אָדער ווי מ'האָט ליב צו זאָגן, זײַן כאַריזמע, האָט געמאַכט כּישוף. מ'האָט מער געשטימט פֿאַר אים פּערזענלעך, ווי פֿאַר די דעמאָקראַטן בכלל.

אָבער שוין גאָר אין גיכן איז געקומען אַן אַנטוישונג. פֿאַר וואָס? צו היציק האָט אָבאַמאַ און זײַן אַדמיניסטראַציע זיך צוגעכאַפּט צו רעפֿאָרמירן די וויכטיקע זײַלן פֿון דער אַמעריקאַנער קאָנסערוואַטיווקייט — די פֿינאַנץ־סיסטעם, די מעדיצינישע פֿאַרזיכערונג, די זיכערהייט־סטרוקטורן... זײַלן, וואָס זײַנען שוין היפּש פֿאַרפֿוילט געוואָרן; פֿון דעסטוועגן, זײַנען זיי הייליק און אָנרירן זיי — איז סכּנות־נפֿשות!

די אַכט יאָר פֿון דזשאָרדזש בושס רעפּובליקאַנער ממשלה האָבן די דאָזיקע זײַלן נישט פֿאַרפֿעסטיקט, נאָר פֿאַרקערט, נאָך מער צעשאָקלט. עולם —גולם! שוין אויפֿן אַנדערן טאָג, ווי בוש האָט פֿאַרלאָזט דאָס "ווײַסע הויז" האָט מען וועגן אים און זײַנע טועכצן פֿאַרגעסן. אַלע בליקן זײַנען אָנגעשטעלט געוואָרן אויפֿן נײַעם באַלעבאָס פֿונעם "ווײַסן הויז". אַלע בליקן און אַלע שפּיזן.

דער הייליקער פֿינאַנציעלער זײַל, האָט גאָר אין גיכן זיך אונטערגעבראָכן. קוים אים אונטערגעשפּאַרט, האָט אָבאַמאַ און זײַן אַדמיניסטראַציע זיך גענומען צו "רעמאָנטירן" דעם צווייטן הייליקן זײַל. אויף דעם באַהאַנדלונג־טיש פֿונעם רעפּרעזענטאַנטן־הויז איז אַרויפֿגעלייגט געוואָרן דער רעוואָלוציאָנערער פּראָיעקט פֿון רעפֿאָרמירן די מעדיצינישע פֿאַרזיכערונג. זשום און רעש איז געווען אַ סך. אָבער דער רעזולטאַט... אַגבֿ נאָך ביז הײַנט צו טאָג איז נישט קלאָר, חוץ עטלעכע פּונקטן, וואָס זשע שטעלט מיט זיך טאַקע פֿאָר די "רעפֿאָרמירטע" מעדיצינישע פֿאַרזיכערונג־סיסטעם?

די ענטוזיאַסטישע אײַנגעשפּאַרטקייט פֿונעם דעמאָקראַטישן פּרעזידענט האָט זיך אויף דעם נישט אויסגעשעפּט. די קלעפּ, געקראָגן אינעם לאַנד האָט ער באַשלאָסן צו פֿאַרהיילן מיט די קאָמפּרעסן פֿון דער אויסערלעכער פּאָליטיק. אַזוי איז פֿאָרגעקומען דער אײַליקער (אָדער פֿאַרשפּעטיקטער!) צורוקצי פֿון איראַק און דער בליץ־באַשלוס צו פֿאַרגרעסערן די מיליטער־קראַפֿט אין אַפֿגאַניסטאַן.

די אַלע סטראַטעגישע מאַנעוורען האָבן דעם אַנטי־טעראָריסטישן מצבֿ אין דער וועלט בעסער נישט געמאַכט. נאָך מער: די סכּנותדיקע פּעקלעך פֿון דער לעצטער וואָך, אַרויסגעשיקט דורך "אַל־קײַדאַ", באַווײַזן נאָר, אַז די טעראָריסטן זיצן נישט ליידיק און זוכן דרכים ווי אַזוי אַרײַנצוטרײַבן די וועלט אין פּחד און שרעק.

וואָס שייך דער מיטל־מיזרחדיקער פּאָליטיק, האָט אָבאַמאַ אויסגעקליבן די שוין אויסגעפּרוּווטע טאַקטיק, אַז דריקן דאַרף מען אויף ישׂראל, מחמות ס'איז דאָ אויף וועמען צו דריקן. דערבײַ ווערט גענוי באַצייכנט די צײַט, ווען ישׂראל און די פּאַלעסטינער מוזן קומען צו אַן הסכּם. צו אַזאַ אולטימאַטיווער פֿאָרעם פֿון פֿירן פֿאַרהאַנדלונגען האָט נאָך קיין איין אַמעריקאַנער פּרעזידענט זיך נישט דערטראַכט.

זײַנען אפֿשר די רעפּובליקאַנער גערעכט מיט זייער צעווילדעוועטער קריטיק קעגן דעם פּרעזידענט און דער דעמאָקראַטישער פּאַרטיי? צוריק גערעדט, וואָס לייגן זייערע קאַנדידאַטן פֿאָר? צי הערט מען פֿון זיי זאַכלעכע פֿאָרשלאָגן, ווי אַזוי, למשל, צו פֿאַרקלענערן די אַרבעטלאָזיקייט, אָדער דעם מלוכישן בודזשעט־דעפֿיציט? און בכלל, צי האָבן זיי קאָנסטרוקטיווע אידעען, חוץ פּאַרטיייִשע און פּערזענלעכע אינטערעסן?

איז ווידער: עולם־גולם! די רעפּובליקאַנער האָבן טאַקע איבערגענומען דאָס רעפּרעזענטאַנטן־הויז, צי וועט עס אָבער עפּעס ענדערן צום גוטן?