- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
"אַ גילגול פֿון אַ ניגון", פֿון י. ל. פּרץ. "די־ווי־די"–פֿילם פֿון אַ ספּעקטאַקל פֿון רפֿאל גאָלדוואַסער, מיטן "לופֿט–טעאַטער", 2009. רפֿאל גאָלדוואַסער איז אַ ייִדישער אַקטיאָר מיט אַ באַזונדערן גאַנג, עפּעס וואָס איז אין אונדזערע צײַטן אומגעוויינטלעך, און אפֿשר ממש איינציק. אַ געבוירענער אין אַרגענטינע, אַן אַקטיאָר בן אַקטיאָר (זײַן טאַטע, זישע גאָלדוואַסער, איז דאָרטן געווען גוט באַקאַנט סײַ פֿון דער בינע, סײַ ווי אַ רעציטאַטאָר), האָט ער זיך געלערנט טעאַטער בײַ גרויסע מײַסטערס אין פּאַריז, אָפּגעאַרבעט עטלעכע יאָר אין ישׂראל און וווינט שוין איצט אַרום אַ פֿערטל יאָרהונדערט אין שטראַסבורג. מיט צוויי וואָכן צוריק זענען געוואָרן באַקאַנט די נעמען פֿון די נאָבעל־לאַורעאַטן אין וויסנשאַפֿט. די פּרעמיע אין מעדיצין איז צוגעטיילט געוואָרן דעם דײַטשישן וויסנשאַפֿטלער האַראַלד צור האַוזען, פֿאַר זײַן אַנטדעקן, אַז געוויסע מינים פּאַפּילאָמאַ-ווירוסן זענען גורם דעם מוטערהעלדזל-ראַק בײַ פֿרויען, און די פֿראַנצויזישע ווירוסאָלאָגן פֿראַנסואַז באַרע־סינוסי און לוק מאָנטאַניע, פֿאַרן אַנטדעקן דעם ווירוס פֿונעם אימונאָדעפֿיציט בײַ מענטשן (HIV). דעם ערשטן סעפּטעמבער איז אומגעקומען עודד שראַם, איינער פֿון די בעסטע הײַנטצײַטיקע מאַטעמאַטיקער. ער איז געווען דער סאַמע אײַנפֿלוסרײַכער מומחה אין דער טעאָריע פֿון משמעותדיקייט (probability theory), איינעם פֿון די גרונט-געביטן אין דער מאָדערנער מאַטעמאַטיק. דער טראַגישער אומגליקפֿאַל איז פֿאָרגעקומען אין די בערג, ווען שראַם האָט געפּרוּווט אַרויפֿצוקלעטערן אויפֿן שפּיץ גײַ (Guye), אין די קאַסקאַד-בערג, שטאַט וואַשינגטאָן, ניט ווײַט פֿון סיעטל. אין פּאַריז איז ערשט אַרויס אַ קאָמפּאַקטל פֿון זשאַק גראָבער "ייִדישע לידער פֿון נעכטן און הײַנט". דער דיסק אַנטהאַלט זיבעצן לידער, געזונגען פֿון גראָבערן; ס'רובֿ פֿון זיי געשאַפֿן פֿון דעם זינגער. מיט עטלעכע לידער און מיט דעם זינגען פֿון זשאַק גראָבער האָט מען זיך געקענט באַקענען פֿריִער׃ אויף דער טאַשמע "אַנדערע ייִדישע לידער" (1993), ווי אויך אויף די פֿאָלגנדיקע קאָלעקטיווע רעקאָרדירונגען׃ די טאַשמע "די גאָלדענע פּאַווע" (1985), דאָס קאָמפּאַקטל "די שטימען פֿון געטאָ" (1993), אויף דעם אויפֿנאַם פֿונעם באַגעגעניש "סעווען — ייִדישלאַנד" (2000), און נאָך עטלעכע אַנדערע דיסקן. אַ צדיק האָט פֿאַרגעסן די עצה פֿון זײַן רבין נישט אַרויסצוגיין אַליין שפּעט בײַ נאַכט אין שטאָט. אַ דיבוק, וואָס ער האָט פֿריִער אַרויסגעטריבן פֿון אַ נכפּהניצע, איז איצטער אַרײַן אין אַן אייזל און וואַרט שוין אויף אים אויף אַ פֿינצטערער גאַס... אַבֿרהם אָבֿינו און דרײַ מלאכים זיצן בײַם געדעקטן טיש און רעדן וועגן דעם גורל פֿון סדום... אַ מאַן אין אַ פּוכיקן שטרײַמל, מיט אַ לולבֿ אין האַנט, פֿליט אויפֿן רוקן פֿון אַ ריזיקן פֿויגל... יעדעס יאָר אין אָקטאָבער רופֿט מען אָן די נעמען פֿון די נאָבעל־לאַורעאַטן, בפֿרט אין דרײַ וויסנשאַפֿטלעכע געביטן: מעדיצין און פֿיזיאָלאָגיע, פֿיזיק און כעמיע. די אָפֿיציעלע באַלוינונג-צערעמאָניע קומט פֿאָר שפּעטער, דעם 10טן דעצעמבער. די פּרעמיע אין מעדיצין און פֿיזיאָלאָגיע וועלן הײַיאָר באַקומען מאַריִאָ ר' קאַפּעקקי (פֿאַראייניקטע שטאַטן), מאַרטין דזש' עוואַנס (גרויס-בריטאַניע), און אָליווער סמיטיס (פֿאַראייניקטע שטאַטן), פֿאַרן "אַנטדעקן די פּרינציפּן, ווי אַזוי אַרײַנצופֿירן ספּעציפֿישע מאָדיפֿיקאַציעס אינעם גענאָם פֿון מײַז, אויסנוצנדיק עמבריאָנאַלע שטאַם־קעמערלעך". פֿונעם 6טן ביזן 17טן אויגוסט איז אין שטראַסבורג פֿאָרגעקומען אַ זומער-קורס פֿון דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור — אַ טייל פֿון דער ראָטאַציע־פּראָגראַם, וואָס קומט פֿאָר יעדעס יאָר אין פּאַריז, שטראַסבורג אָדער בריסל. 44 תּלמידים פֿון פֿראַנקרײַך, אַמעריקע, ישׂראל, אַרגענטינע, קאַנאַדע, שפּאַניע, דײַטשלאַנד, און — אַ דאַנק אַ ספּעציעלער סטיפּענדיע פֿאַר מיזרח־אייראָפּעיִשע סטודענטן — אויך ניט ווייניק תּלמידים פֿון רוסלאַנד און פּוילן, פּאַריז קען זיך נישט באַרימען, אַז זי זאָל האָבן אַ מאָל געווען צווישן די מעטראָפּאָליעס פֿון ייִדישן טעאַטער. די צאָל ייִדיש–רעדנדיקע אײַנוווינער אין גאַנץ פֿראַנקרײַך האָט אַפֿילו אין די בעסטע צײַטן, אין די דרײַסיקער יאָרן, נישט אַריבערגעשפּאַנט די הונדערט טויזנט; און דווקא ווען ס׳ייִדישע טעאַטער האָט דאָ געהאַלטן אין וואַקסן, האָט דער חורבן פֿאַרשניטן דעם גרעסטן טייל פֿון יענעם ווירקלעכן אָדער פּאָטענציעלן עולם. זונטיק, דעם 25 מאַרץ, איז פֿאָרגעקומען אינעם פּאַריזער טעאַטער "פּאַסאַזש ווער לעז עטואַל" אַ קאָנצערט פֿון לויקע טשאַצקיס "טאַנגעלע: פֿון וואַרשע צו דער גאַנצער וועלט". דער קאָנצערט איז געווען אָרגאַניזירט פֿונעם פּאַריזער ייִדיש־צענטער. באַגלייט פֿון כואַן לוקאַס אײַזענבערג, וואָס האָט געשפּילט אויף דער וויאָלע, און איוואָ דע גרעף, וואָס האָט געשפּילט אויף דער פּיאַנע, האָט די יונגע זינגערין געזונגען ייִדישע טאַנגאָס, וואָס מע האָט אַ מאָל געהערט אין ניו־יאָרק און אין וואַרשע פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה ("איך האָב דיך צופֿיל ליב", "אויגן") און אויך שפּעטערע לידער וועגן חורבן (אַזעלכע ווי "פֿרילינג", "דאָס ליד פֿון ביאַליסטאָקער געטאָ", "דער טאַנגאָ פֿון אָשווענטשים"). דאָס איז אַ גרינג מאכל צוצוגרייטן, און פּאַסט זיך גוט צו צו פֿיש. דאָס קאָרי־געווירץ גיט צו אַ ביסל אַ שאַרפֿן טעם. אויב איר האָט ליב נאָך מער "חריף" (ווי מע זאָגט אין ישׂראל), פֿאַרבײַט 1 לעפֿעלע קאָרי־געווירץ אויף 1/2־1 לעפֿעלעך. אויב ווייניקער שאַרף — בײַט עס אויף אַ 1/2 לעפֿעלע.
1 לעפֿל איילבערט־בוימל
שיט אַרײַן דאָס קרויט און קאָכט עס אָפּ, ביז ס׳ווערט ווייך. דרייט אָפּ דאָס פֿײַער, מישט אַרײַן די לימענע־זאַפֿט און יאָגורט און דערלאַנגט צום טיש. צו זײַן 30סטן יאָרצײַט אליעזר גרינבערג האָט פֿאַרעפֿנטלעכט לידער און עסייען אין פֿיל ביכער און זשורנאַלן, אָבער דאַכט זיך, אַז ער ווערט בפֿרט דערמאָנט פֿאַר די וויכטיקע אַנטאָלאָגיעס פֿון איבערזעצונגען פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, וואָס ער האָט רעדאַקטירט צוזאַמען מיטן אַמעריקאַנער ליטעראַטור־קריטיקער אוירווינג האַו. דער לעצטער נומער "פּינטעלע ייִדיש" איז געווען געווידמעט צו די צוויי מחברים און זייער בײַטראָג צו דער ייִדישער ליטעראַטור אין איבערזעצונג. די נעמען פֿון די סטאַנציעס אינעם פּאַריזער מעטראָ האָבן ווייניק צו טאָן מיט ייִדן אָדער ייִדישקייט. ס׳איז אָבער כּדאַי אפֿשר צו דערמאָנען די סטאַנציעס, אָנגערופֿן נאָך דעם שרײַבער עמיל זאָלאַ און דעם פּאָליטיקער זשאַן זשאָרעס, וואָס זיי ביידע האָבן געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אינעם "דרייפֿוס־פּראָצעס" און דערפֿאַר האָבן זיי געהאַט אַ פּאָזיטיווע השפּעה אויפֿן ייִדישן לעבן אינעם דעמאָלטיקן פֿראַנקרײַך. |