דאָס איז אַ גרינג מאכל צוצוגרייטן, און פּאַסט זיך גוט צו צו פֿיש. דאָס קאָרי־געווירץ גיט צו אַ ביסל אַ שאַרפֿן טעם. אויב איר האָט ליב נאָך מער "חריף" (ווי מע זאָגט אין ישׂראל), פֿאַרבײַט 1 לעפֿעלע קאָרי־געווירץ אויף 1/2־1 לעפֿעלעך. אויב ווייניקער שאַרף — בײַט עס אויף אַ 1/2 לעפֿעלע.
1 לעפֿל איילבערט־בוימל
1 לעפֿעלע קאָרי־פּראָשיק
1 ציבעלע, צעשניטן
4 טעפּלעך צעשניטן קרויט
3 לעפֿל לימענע־זאַפֿט
3 לעפֿל פּשוטער יאָגורט
הייצט אָן דעם בוימל אין אַ פּאַטעלניע איבער אַ מיטעלן פֿײַער. מישט אַרײַן דעם קאָרי־געווירץ בערך אַ האַלבע מינוט, און דערנאָך גיט צו די ציבעלע, און קאָכט זי ביז זי ווערט דורכזיכטיק.
שיט אַרײַן דאָס קרויט און קאָכט עס אָפּ, ביז ס׳ווערט ווייך. דרייט אָפּ דאָס פֿײַער, מישט אַרײַן די לימענע־זאַפֿט און יאָגורט און דערלאַנגט צום טיש.