- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דעם ערשטן סעפּטעמבער איז אומגעקומען עודד שראַם, איינער פֿון די בעסטע הײַנטצײַטיקע מאַטעמאַטיקער. ער איז געווען דער סאַמע אײַנפֿלוסרײַכער מומחה אין דער טעאָריע פֿון משמעותדיקייט (probability theory), איינעם פֿון די גרונט-געביטן אין דער מאָדערנער מאַטעמאַטיק. דער טראַגישער אומגליקפֿאַל איז פֿאָרגעקומען אין די בערג, ווען שראַם האָט געפּרוּווט אַרויפֿצוקלעטערן אויפֿן שפּיץ גײַ (Guye), אין די קאַסקאַד-בערג, שטאַט וואַשינגטאָן, ניט ווײַט פֿון סיעטל. עודד שראַם איז געבוירן געוואָרן אין דעצעמבער 1961 אין ירושלים. ער האָט שטודירט אינעם העברעיִשן אוניווערסיטעט, און נאָך דעם אין דער אַספּיראַנטור אין פּרינסטאָן. פֿון 1992 ביז 1999, איז ער געווען אַ פּראָפֿעסאָר אינעם ווייצמאַן-אינסטיטוט, רחובֿות; שפּעטער האָט ער אָנגענומען די שטעלע פֿון אַ פֿאָרשער אין דער טעאָרעטישער גרופּע בײַ דער פֿירמע "מײַקראָסאָפֿט", אין סיעטל. שראַם איז געוואָרן וועלט-באַרימט, ווען ער האָט אַנטדעקט אין 1999 אַ גלײַכונג, וואָס באַשרײַבט "צופֿעליקע פֿלאַכע אויסבייגן". דאָס איז איינע פֿון די וויכטיקסטע מאַטעמאַטישע אַנטדעקונגען פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. דאָס געביט פֿון מאַטעמאַטיק, וואָס שטודירט צופֿעליקייט, הייסט "די טעאָריע פֿון משמעותדיקייט". איינס פֿון די פּשוטסטע בײַשפּילןּ פֿון עפּעס צופֿעליקס איז דאָס וואַרפֿן אַ מטבע. מע קען ניט וויסן יעדעס מאָל פֿון פֿריִער, צי עס וועט אויספֿאַלן דער "קאָפּ" אָדער "אָדלער"; אויב מע וואַרפֿט די מטבע גענוג לאַנג, קען מען אָבער באַמערקן געוויסע געזעצמעסיקייטן אין דער צאָל פֿון "קעפּ" און "אָדלערס". אַן אַנדער בײַשפּיל איז די "בראַון-באַוועגונג": למשל, די כאַאָטישע באַוועגונג פֿון בלומענשטויב-טיילכלעך אין וואַסער. מע זעט אין דער נאַטור אַ סך דערשײַנונגען פֿון צופֿעליקייט: אין די טראַיעקטאָריעס פֿון מאָלעקולן אינעם וואַסער אָדער לופֿט, אין דער פֿאָרעם פֿון וואָלקנס, אין געבראָכענע ליניעס פֿון די ים-ברעגן... מע וואָלט געקאָנט טראַכטן, אַז ס׳איז אוממעגלעך צו באַשרײַבן צופֿעליקייט אָדער כאַאָס מיט גענויע פֿאָרמולעס און מאַטעמאַטישע טעאָריעס; אין דער אמתן איז עס, אָבער ,ניט אַזוי. אין געוויסע פֿאַלן, קען אַ ריי קליינע צופֿעליקע געשעענישן אויסזען ניט צופֿעליק אויף דער גלאָבאַלער סקאַלע. צום בײַשפּיל, די מאָלעקולן פֿון לופֿט באַוועגן זיך כאַאָטיש, אָבער די טעמפּעראַטור, וואָס ווערט באַשטימט נאָך זייער באַוועגונג, קען זײַן די זעלביקע אומעטום אין שטוב. אַן אַנדער מעגלעכקייט איז, ווען אַ ריי קליינע צופֿעליקע געשעענישן גיט אונדז "אַ גלאָבאַלע צופֿעליקייט". די פֿיזיקער האָבן שוין לאַנג באַטראַכט און שטודירט אַזעלכע פֿענאָמענען. נאָר זיי האָבן ניט געקענט געפֿינען אַ פּאַסיקע טעאָריע, וואָס קאָן זיי באַשרײַבן. שראַמס גלײַכונג איז אַ וווּנדערלעכע מאַטעמאַטישע טעאָריע, וואָס באַשרײַבט גלאָבאַלע צופֿעליקע געשעענישן אָדער באַוועגונגען; מען קען זי אויסנוצן בײַם לייזן עטלעכע מאַטעמאַטישע פּראָבלעמען — למשל, צו באַשרײַבן די פֿאָרעם פֿון דער "בראַון-באַוועגונג", אָדער די פֿאַרשפּרייטונג פֿון אינפֿעקציעס און וואַלד-שׂרפֿות. מע קען אויך אויסנוצן שראַמס פֿאָרמולע בײַם שטודירן וויכטיקע פּראָבלעמען אין פֿיזיק. דערצו, איז שראַמס טעאָריע אַזוי שיין, אַז בײַ אַ מאַטעמאַטיקער, וואָס באַקענט זיך מיט איר צום ערשטן מאָל, פֿאַרכאַפּט עס אַזש דעם אָטעם. אויב עס וואָלט געווען אַ ברכה אויף באַזונדערס שיינע מאַטעמאַטישע אַנטדעקונגען, וואָלט מען זי זיכער געמוזט זאָגן אין דעם דאָזיקן פֿאַל... די ווערק פֿון עודד שראַם האָבן שטאַרק משפּיע געווען אויף מאַטעמאַטיק און מאַטעמאַטישער פֿיזיק; זײַן טויט איז אַ גרויסער פֿאַרלוסט פֿאַר דער וויסנשאַפֿט. כּבֿוד זײַן אָנדענק. A groise ironieSubmitted by Srulik on Sun, 2008-09-21 11:24.
Dos iz zeer ironish az dizer genialer matematiker hot antdekt di glaichung fun der varsheinlichkeit teorie ober er hot nisht faroisgezeen di hoiche varsheinlichkeit fun zain toit fun klettern oif di hoiche un geferliche berg. Emetzer hot gezolt im farhindern fun zich bateiliken in aza narisher tetigkeit. |