ייִדיש־וועלט, קהילה־לעבן, מוזיק
פֿון אַנע ערשלער (פּאַריז)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
לויקע טשאַצקיס
לויקע טשאַצקיס

זונטיק, דעם 25 מאַרץ, איז פֿאָרגעקומען אינעם פּאַריזער טעאַטער "פּאַסאַזש ווער לעז עטואַל" אַ קאָנצערט פֿון לויקע טשאַצקיס "טאַנגעלע: פֿון וואַרשע צו דער גאַנצער וועלט". דער קאָנצערט איז געווען אָרגאַניזירט פֿונעם פּאַריזער ייִדיש־צענטער. באַגלייט פֿון כואַן לוקאַס אײַזענבערג, וואָס האָט געשפּילט אויף דער וויאָלע, און איוואָ דע גרעף, וואָס האָט געשפּילט אויף דער פּיאַנע, האָט די יונגע זינגערין געזונגען ייִדישע טאַנגאָס, וואָס מע האָט אַ מאָל געהערט אין ניו־יאָרק און אין וואַרשע פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה ("איך האָב דיך צופֿיל ליב", "אויגן") און אויך שפּעטערע לידער וועגן חורבן (אַזעלכע ווי "פֿרילינג", "דאָס ליד פֿון ביאַליסטאָקער געטאָ", "דער טאַנגאָ פֿון אָשווענטשים").

לויקע טשאַצקיס האָט געזונגען ניט בלויז אויף ייִדיש, נאָר, צום ערשטן מאָל, צוויי לידער אויך אויף פּויליש: "טאַ אָסטאַטניאַ ניעדזשעלאַ" ("דער לעצטער זונטיק") און "טעסקנאָטאַ" ("בענקשאַפֿט").

אינעם איבעררײַס צווישן די צוויי טיילן פֿונעם קאָנצערט האָב איך געפֿרעגט בײַ די צוהערער: "ווי אַזוי קלינגט דער טאַנגאָ אויף ייִדיש? צוליב וואָס זענען זיי געקומען אויפֿן קאָנצערט, צוליב ייִדיש, צי צוליב טאַנגאָ?" עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז פֿאַר ס׳רובֿ באַזוכער זענען די ייִדישע לידער מער באַקאַנט, ווי דער טאַנגאָ, נאָר זיי אַלע האָבן הנאה געהאַט פֿון לויקע טשאַצקיסעס זינגען. "טאַנגאָ, פֿאַר וואָס ניט? — דערציילט איינער אַ צוהערער. ס'איז מוזיק פֿון מײַנע עלטערן. ווען איך בין געווען אַ ייִנגל, איז טאַנגאָ געווען דער ערשטער טאַנץ". "טאַנגאָ האָט אַ ווייכע און אַ האַרטע זײַט", — דעקלערט שרון ב׳. "עס גייט גוט מיט ייִדיש, מע קען גוט שפּילן מיט די ווערטער, ווען מען זינגט". "ס'איז אינטערעסאַנט. מיר געפֿעלט עס, ווען מע טוט עפּעס אַנדערש אויף ייִדיש", זאָגט מרים ט׳. "איך האָב ליב טאַנגאָ און איך האָב ליב צו טאַנצן", באַטאָנט דאָראָטע וו׳, "דער קאָנצערט געפֿעלט מיר זייער. אַ שאָד נאָר, וואָס מע האָט ניט געקענט טאַנצן אינעם זאַל!"

אַ באַזוכער און אַ באַזוכערין פֿון אַרגענטינער אָפּשטאַם האָבן די טאַנגאָס אויך זייער ליב. אין אַרגענטינע האָבן זיי מערסטנס געהערט זיי אויף שפּאַניש. און הײַנט איז עס פֿאַר זיי אַ טאָפּלט פֿאַרגעניגן: אי ייִדיש, אי טאַנגאָ, וואָס ביידע זענען פֿאַר זיי אַזוי היימיש. יצחק נ' איז ניט אַזאַ גרויסער חסיד פֿון טאַנגאָ, נאָר דער אויפֿטריט פֿון לויקע טשאַצקיס געפֿעלט אים זייער. און עס איז ניט נײַ פֿאַר אים צו הערן טאַנגאָ אויף פּויליש און אויף ייִדיש: אין זײַן מאַמעס הויז אין בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך אויף דער גאַס, האָט ער עס געהערט פֿון קינדווײַז אָן.

שלום ר' קען זייער גוט די לידער, וואָס מע הערט אינעם קאָנצערט. ער טענהט, אַז לויקע זינגט זיי ניט אַזוי ווי ס'איז געווען אַ מאָל אינעם קאַבאַרע "מאָרסקע אָקאָ" ("ים־אויג") אין וואַרשע. און, בכלל, גיט ער צו, האָט ער געהערט אין זײַן יוגנט מער די לידער פֿון שובערט, ניט קיין טאַנגאָס... נאָר שפּעטער, אינעם צווייטן טייל פֿונעם קאָנצערט, באַמערקט מען, אַז ער זינגט צו מיט גרויס פֿאַרגעניגן. ייִנגערע צוהערער קענען ניט פֿאַרגלײַכן דעם הײַנטיקן קאָנצערט מיט די אַמאָליקע קאָנצערטן אין וואַרשע. איינע פֿון זיי, די פֿיר־יעריקע ע', האָט מיר פּשוט געזאָגט, אַז דער קאָנצערט איז איר זייער שטאַרק געפֿעלן.

אַ סך ליבהאָבער פֿון לויקע טשאַצקיסעס זינגען, וואָס זענען שוין פֿריִער געווען אויף אירע קאָנצערטן, האָבן באַמערקט, אַז איר קול און איר זינגען האָבן זיך אַ סך אַנטוויקלט. לאָמיר זשע ווינטשן, אַז די דאָזיקע אַנטוויקלונג זאָל זיך ניט אָפּהאַלטן, און אַז די צוקונפֿטיקע קאָנצערטן זאָלן ווערן אַלץ שענער און שענער!