‫פֿון רעדאַקציע

דעם לעצטן מוצאי־שבת איז אינעם שטעטל מאָנסי, לעבן ניו־יאָרק, פֿאַרברענט געוואָרן די שיל, וואָס האָט געהערט צו דער אולטראַ־אָרטאָדאָקסישער באַוועגונג "נטורי קרתא", באַקאַנט מיט איר אַנטי־ציוניסטישן צוגאַנג...

ווער איז שולדיק אין דער שעדלעכער אַקציע, איז דערווײַל נישט קלאָר, אָבער די שׂרפֿה ווערט פֿאַרבונדן מיט יענעם "ברידערלעכן קוש", וואָס איז אַזוי דעמאָנסטראַטיוו געוויזן געוואָרן אויף אַלע טעלעוויזע־קאַנאַלן, און וואָס די איראַנישע פּראָפּאַגאַנדע־מאַשין האָט אַזוי פֿיפֿיק אויסגענוצט, בעת דער פּאַסקודנער אַנטי־חורבן־קאָנפֿערענץ.

פּאָליטיק

דער רעזולטאַט פֿון דעם באַזוך, וועלכן די סטייט-סעקרעטאַרין קאָנדאָליזאַ רײַס האָט אָפּגעשטאַט אין ירושלים, איז געווען ענלעך צום רעזולטאַט פֿון דעם שטאַרק רעקלאַמירטן פֿאַרמעסט צווישן די פֿוטבאָל-רעפּרעזענטאַנצן פֿון ישׂראל און ענגלאַנד, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין דער זעלבער וואָך אויף דעם פֿוטבאָל-סטאַדיאָן אין רמת־גן. דער רעזולטאַט פֿון 0:0 איז געווען אַ דערוואַרטער, כּמעט אַפֿילו אַ פֿאַרלאַנגטער, און דאָך — אַנטוישנדיק. אַזוי אויפֿן פֿוטבאָל-סטאַדיאָן און אַזוי אויך אין דער פּאָליטיק אויפן מיטעלן אָריענט.

פּובליציסטיק
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

שבת, דעם 27סטן מערץ האָבן די פֿירער פֿון 27 לענדער, מיטגלידער פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד, זיך צוזאַמענגענומען אינעם הויז פֿון דער בערלינער אָפּערע, כּדי צו הערן בעטהאָווענס סימפֿאָניע #5, אויסגעפֿירט לכּבֿוד דעם 50סטן יאָרטאָג זינט ס׳איז אויפֿגעקומען דער אייראָפּעיִשער פֿאַרבאַנד; נאָכן קאָנצערט, זײַנען אַלע געסט אויפֿגענומען געוואָרן אין דער פּרעזידענט־רעזידענץ. בײַם בראַנדענבורגער טויער, וווּ עס זײַנען אויפֿגעשטעלט געוואָרן 27 "נאַציאָנאַלע" געצעלטן, האָט מען דעם המון מכבד געווען מיט נאַציאָנאַלע מאכלים און זיי פֿריילעך געמאַכט מיט פֿאַרשידענע אַטראַקציעס, אין וועלכע עס האָבן זיך באַטייליקט די באַרימטע פּאָפּ־שטערן.

קהילה־לעבן
די אָפֿיציעלע מבֿינים פֿונעם קאָנקורס פֿאַרזוכן די געפֿילטע פֿיש

בוענאָס־אײַרעס (ייִט״אַ) — די טוריסטן, וועלכע האָבן שפּאַצירט איבערן מאָדערנעם אײַנקויף־צענטער פֿון פּאַלערמאָ־האָליוווּד, האָבן לעצטנס געהאַט אַ שטיקל סורפּריז. צווישן די מאָדערנע קונסט־גאַלעריעס און גאָרמיי־רעסטאָראַנען בײַם "קאָסטאַ־ריקאַ און אַרמעניע פּלאַץ" האָט מען דעם 24־25סטן מערץ אָפּגעהאַלטן דעם צווייטן "געפֿילטע פֿיש פֿעסטיוואַל" — אַ פֿאַרמעסט אויסצוקלײַבן די געשמאַקסטע געפֿילטע פֿיש.

ליטעראַטור
פֿון אַ. זאַכאַרענקאָוו (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"פּאָעטן און בעטלער, מוזיקאַנטן און נבֿיאים, זעלנער און שווינדלער, מיר, קינדער פֿון דער האַרבער רעאַליטעט, נייטיקן זיך כּמעט נישט אין עפּעס אַ דמיון, ווײַל אונדזער גרעסטע שוועריקייט איז — מיר האָבן קיין מיטלען ניט אויף צו מאַכן אונדזער לעבן אַ ביסל מער גלייבווירדיקער".
ג.ג. מאַרקעז. פֿון זײַן נאָבעל־פּרײַז־וואָרט

רעליגיע
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

פֿון דער הײַנטיקער וואָך אָן וועט די רובריק אַרום דער וואָכן־פּרשה און די יום־טובֿים געפֿירט ווערן פֿון אונדזער קאָרעספּאָנדענט מ. אַלקין. "מה נשתּנה?" — מיט וואָס וועט דער נײַער פּרשה־אָפּטייל זיך אונטערשיידן פֿונעם פֿריִערדיקן קאָלום, "תּורה־געדאַנק", געפֿירט פֿון ה. מאַניעווסקי?

דער נײַער אָפּטייל, וואָס וועט הייסן "פֿונעם אייביקן קוואַל", וועט באַקענען די לייענער מיט מער פֿילאָסאָפֿישע, פּסיכאָלאָגישע און מיסטישע אַספּעקטן פֿון דער תּורה, ווי אויך וועגן די פֿאַרבינדונגען צווישן ייִדישקייט און דער מאָדערנער וויסנשאַפֿט. די נײַע רובריק "פֿונעם אייביקן קוואַל" האָט בדעה צוצוציִען אַ ייִנגערן לייענער, וואָס אינטערעסירט זיך מיט די פֿראַגעס פֿון ייִדישער טראַדיציע און רעליגיע.

ייִדיש־וועלט, קהילה־לעבן, מוזיק
פֿון אַנע ערשלער (פּאַריז)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
לויקע טשאַצקיס

זונטיק, דעם 25 מאַרץ, איז פֿאָרגעקומען אינעם פּאַריזער טעאַטער "פּאַסאַזש ווער לעז עטואַל" אַ קאָנצערט פֿון לויקע טשאַצקיס "טאַנגעלע: פֿון וואַרשע צו דער גאַנצער וועלט". דער קאָנצערט איז געווען אָרגאַניזירט פֿונעם פּאַריזער ייִדיש־צענטער. באַגלייט פֿון כואַן לוקאַס אײַזענבערג, וואָס האָט געשפּילט אויף דער וויאָלע, און איוואָ דע גרעף, וואָס האָט געשפּילט אויף דער פּיאַנע, האָט די יונגע זינגערין געזונגען ייִדישע טאַנגאָס, וואָס מע האָט אַ מאָל געהערט אין ניו־יאָרק און אין וואַרשע פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה ("איך האָב דיך צופֿיל ליב", "אויגן") און אויך שפּעטערע לידער וועגן חורבן (אַזעלכע ווי "פֿרילינג", "דאָס ליד פֿון ביאַליסטאָקער געטאָ", "דער טאַנגאָ פֿון אָשווענטשים").

פּובליציסטיק
פֿון מרדכי דוניץ (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מע בלײַבט שטיין אין די גאַסן פֿון ישׂראל אינעם טרויער טאָג, כ״ז ניסן

ביז הײַנט צו טאָג איז נאָך אַלץ ניטאָ אין חינוך־מיניסטעריום פֿון מדינת־ישׂראל אַ פֿאָרמעלע, איינהייטלעכע לערן־פּראָגראַם, פֿאַר דעם לימוד פֿון אונדזער חורבן און דעם אומקום פֿון דעם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום.

דער פֿאַרלוסט פֿאַר אונדזער פֿאָלק איז אומגעהײַער גרויס, און די וווּנדן זענען נאָך טיף און אומהיילבאַר.

טעאַטער
פֿון מיכאל בן־אַבֿרהם (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַנאַבעלאַ איז אַ באַקאַנטער נאָמען אויף דער ייִדישער טעאַטער־בינע אין ישׂראל. איר בינע־טעטיקייט דאַרף פֿאַרטיילט ווערן אויף צוויי פּעריאָדן — איין תּקופֿה אין רומעניע, שפּעטער אין ישׂראל אין פֿאַרשיידענע ייִדישע טעאַטערס, און די צווייטע תּקופֿה, אפֿשר די וויכטיקסטע — אין "ייִדישפּיל־טעאַטער" אין תּל־אָבֿיבֿ אין די לעצטע 15 יאָר.

אַנאַבעלאַ, אָדער ווי איר ריכטיקער נאָמען — חנה־בלימע קעלנער, איז געבוירן געוואָרן אין רומעניע נאָכן אויסברוך פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה.

פֿאָרווערטס - 110
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דעם אמת געזאָגט, האָב איך זיך גאָר ניט געקליבן נאָך אַ מאָל שרײַבן וועגן אַלעקסאַנדער פּאָמעראַנץ (זען דעם פֿריִערדיקן אַרטיקל פֿון דעם ציקל). אָבער איך בין די טעג געווען אין ייִוואָ און בשעת-מעשׂה אַרײַנגעקוקט אין דער פּאָמעראַנץ-זאַמלונג פֿונעם אַרכיוו. זע איך פּלוצעם, אַז ניט אַזוי איז שוין גלאַט געווען מיט זײַן בוך "די סאָוועטישע הרוגי-מלכות", וואָס איז אַרויס אין בוענאָס-אײַרעס, מיטן ציל אָפּצומערקן דעם צענטן יאָרצײַט פֿון דעם 12טן אויגוסט 1952 — ווען מע האָט אומגעבראַכט די פֿירנדיקע ייִדישע שרײַבער אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד.

רעצעפּטן

טאָמער זוכט איר במשך פֿון דער פּסח־וואָך נײַע רעצעפּטן, מעגט איר אויספּרוּוון דאָס מאכל — אַ געמיש פֿון שפּינאַט, ניס און געטריקנטע פֿרוכטן, באַקאַנט בײַ די ייִדן, וועלכע שטאַמען פֿון מיטעלן מיזרח און צפֿון־אַפֿריקע. ס׳איז אַזוי גרינג צוצוגרייטן און אַזוי געשמאַק, אַז איר קאָנט עס דערלאַנגען אַ גאַנץ יאָר, ווי אַ פֿאָרשפּײַז אָדער בײַ־געריכט פֿונעם מאָלצײַט. דאָס קאָן מען עסן סײַ וואַרעמערהייט, סײַ קאַלטערהייט.