דעם אמת געזאָגט, האָב איך זיך גאָר ניט געקליבן נאָך אַ מאָל שרײַבן וועגן אַלעקסאַנדער פּאָמעראַנץ (זען דעם פֿריִערדיקן אַרטיקל פֿון דעם ציקל). אָבער איך בין די טעג געווען אין ייִוואָ און בשעת-מעשׂה אַרײַנגעקוקט אין דער פּאָמעראַנץ-זאַמלונג פֿונעם אַרכיוו. זע איך פּלוצעם, אַז ניט אַזוי איז שוין גלאַט געווען מיט זײַן בוך "די סאָוועטישע הרוגי-מלכות", וואָס איז אַרויס אין בוענאָס-אײַרעס, מיטן ציל אָפּצומערקן דעם צענטן יאָרצײַט פֿון דעם 12טן אויגוסט 1952 — ווען מע האָט אומגעבראַכט די פֿירנדיקע ייִדישע שרײַבער אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד.
ס'איז אַ מאָדנע בוך. נאָך מער — ס'איז, אין תּוך אַרײַן ניט קיין בוך, נאָר כּלערליי אַרטיקלען און מאַטעריאַלן, וואָס דער מחבר האָט באַשלאָסן צונויפֿקלײַבן אונטער איין טאָוול. (דאָך בין איך צופֿרידן, אַז כ׳האָב עס, ווײַל ס'איז כּולל אַ סך נוצלעכע זאַכן.) וועגן דער צעשויבערטקייט פֿון דער אויסגאַבע האָבן געשריבן כּמעט אַלע רעצענזענטן. אָבער די גרעסטע טענות האָט מען געהאַט ניט צום אינהאַלט, נײַערט צום נאָמען.
אין "פֿאָרווערטס" האָט זיך אויף דעם בוך אָפּגערופֿן זלמן יעפֿרויקין (1895–1966). אַ דערפֿאַרענער ייִדישער לערער, איז ער זינט 1953 געווען דער בילדונגס-דירעקטאָר פֿון "אַרבעטער-רינג" און פֿון צײַט צו צײַט זיך געדרוקט אין דער צײַטונג. זײַן אַרטיקל, "די אומגעקומענע ייִדישע שרײַבער אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד", איז אַרויס דעם 12טן מײַ 1963. האָט ער אין אים געשריבן:
"די עשׂרה-הרוגי-מלכות זײַנען דאָך אומגעקומען, ווײַל זיי האָבן עפֿנטלעך, ניט באַהאַלטענערהייט, זיך געהאַלטן בײַ ייִדישקייט, זיי זײַנען ניט געווען קיין אַנוסים. [...] קיינער פֿון די דערמאָרדעטע און פֿאַרפּײַניקטע תּנאים האָט אין זײַן לעבן ניט געזונגען שקלאַפֿערישע לידער צו די הערשערס, די פֿאַרגוואַלדיקערס". דאָס איז געווען דער סטאַנדאַרד, געשאַפֿט אין יאָר 135, ווען דער רוימישער קיסר אַדריאַנוס האָט געשיקט אויף טויט די צען ייִדישע געלערנטע. וואָס שייך די סאָוועטישע ייִדישע קרבנות, האָבן זיי דאָך געטרײַ געדינט דעם רעזשים. אַזוי אַז, לויט דער לאָגיק פֿון יעפֿרויקין און אַנדערע, האָט פּאָמעראַנץ ניט געטאָרט ציִען אַ פּאַראַלעל צווישן די געשעענישן אין די רוימישע און סאָוועטישע צײַטן.
אַזאַ אימאַזש פֿון די סאָוועטישע שרײַבער איז געווען כאַראַקטעריש פֿאַרן "פֿאָרווערטס". צו פֿאַרשטיין עס בעסער, וועל איך ברענגען אַן אויסצוג פֿון אַן עדיטאָריאַל, וואָס דער "פֿאָרווערטס" האָט געדרוקט דעם 27סטן אויגוסט 1941, נאָכן אויפֿרוף פֿון סאָוועטיש-ייִדישע שרײַבער און טוער "צו אונדזערע ייִדישע ברידער פֿון דער גאַנצער וועלט", וואָס האָט פֿאַקטיש פֿאַרלייגט דעם יסוד פֿאַרן ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט:
"ווי מיינט איר? מ'דאַרף טאַקע דערמאָנען די ייִדן אין אַמעריקע [...], אַז זיי זאָלן האַסן היטלערן?
בלויז פֿאַראַכטונג האָט דער אויפֿרוף פֿון מאָסקווער שרײַבער געדאַרפֿט אַרויסרופֿן. און ס'איז גוט וואָס די גרופּע האָט באַלד אויך צוגעשיקט איר פֿאָטאָגראַפֿיע, אַז מ'זאָל קענען זען ווער איז ווער."
און דער ענדיטאָריאַל-שרײַבער האָט צעטיילט די "נעמען און פּנימער" אויף דרײַ קאַטעגאָריעס: (1) די וואָס האָבן "געדינט דער 'גע-פּע-או', בעת זי האָט געמאַכט געיעגן אויף ייִדן אין סאָוועטישע שטעט", (2) די וואָס האָבן "צוגעפּאַטשט בראַוואָ", ווען מע האָט אונטערגעשריבן דעם מאָלאָטאָוו-ריבענטראָפּ-פּאַקט, און (3) די "קאָמוניסטישע הויף-שרײַבער". הקיצור, לויט דער לאָגיק פֿונעם דעמאָלטיקן "פֿאָרווערטס"-עולם, איז די גאַנצע סאָוועטיש-ייִדישע קולטור-לאַנדשאַפֿט געווען אָפּגעסמט און ס'איז ניט פֿאַרבליבן דאָרטן מיט וועמען צו רעדן. סײַדן, דער נסתּר און אפֿשר נאָך אַ פּאָר ניט-קאָנפֿאָרמיסטישע פּען-מענטשן. פֿון אַזאַ נעגאַטיווער, ממש מיט שׂינאה, באַציִונג שטאַמט דער פּראָטעסט קעגן פּאָמעראַנצעס מסורישער אַנאַלאָגיע.
ניט-צופֿרידנקייט מיטן נאָמען פֿון פּאָמעראַנצעס בוך האָבן אַרויסגעזאָגט אויך אַנדערע ייִדישע צײַטונגען. למשל, דעם 21סטן אָקטאָבער 1962, האָט וועגן דעם געשריבן יעקבֿ גלאַטשטיין אין דער צײַטונג "דער טאָג". זײַן אַרטיקל האָט טאַקע געהייסן "זײַנען זיי געווען 'הרוגי-מלכות'?". גלאַטשטיין האָט געהאַט טענות ניט נאָר צום מחבר גופֿא, נאָר אויך צום פֿאַרלעגער — דעם אַרגענטינער ייִוואָ, וועלכער האָט "געמעגט אָפּרעדן דעם מחבר פֿון אַ געשמאַקלאָזן נאָמען פֿאַרן בוך, וואָס איז קעגן דעם גאַנצן באַגריף פֿון די 'הרוגי-מלכות', פֿון יום-כּיפּורדיקן מוסף".
דעם 16סטן יאַנואַר 1963 האָט דער ייִדישער פּען-קלוב צונויפֿגעקליבן אַ ספּעציעלע פֿאַרזאַמלונג פֿון זײַנע מיטגלידער, כּדי אַרומצורעדן דעם דאָזיקן ענין. די מיינונגען האָבן זיך צעטיילט. דער סוף איז געווען, אַז אַהרן גלאַנץ-לעיעלעס, דער דעמאָלטיקער פּרעזידענט פֿונעם קלוב, האָט פֿאָרגעלייגט זיך אָפּהאַלטן פֿון זײַן זייער דאָגמאַטיש:
"וועגן די, וואָס זײַנען אין אונדזער געשיכטע אַרײַן ווי קדושים און הרוגי-מלכות אין אַן אָרעאָל פֿון הייליקייט, זײַנען געבליבן וווּנדערלעכע לעגענדעס. ווער קאָן וויסן, וואָס די לעגענדע וועט האָבן צו דערציילן וועגן די דערמאָרדעטע ייִדישע שרײַבערס? וואָס פֿאַר אַ שטראַלן פֿון יסורים און מאַרטירערטום עס וועלן זיך טראָגן פֿון דער נסתּר?"
לעיעלעס איז געווען גערעכט. מיט דער צײַט האָט עס אַלץ אָנגעהויבן אויסזען אַנדערש, און די באַציִונג האָט זיך געביטן. יעדע תּקופֿה האָט דאָך אַן אייגענעם קאָנטעקסט.