שבת, דעם 27סטן מערץ האָבן די פֿירער פֿון 27 לענדער, מיטגלידער פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד, זיך צוזאַמענגענומען אינעם הויז פֿון דער בערלינער אָפּערע, כּדי צו הערן בעטהאָווענס סימפֿאָניע #5, אויסגעפֿירט לכּבֿוד דעם 50סטן יאָרטאָג זינט ס׳איז אויפֿגעקומען דער אייראָפּעיִשער פֿאַרבאַנד; נאָכן קאָנצערט, זײַנען אַלע געסט אויפֿגענומען געוואָרן אין דער פּרעזידענט־רעזידענץ. בײַם בראַנדענבורגער טויער, וווּ עס זײַנען אויפֿגעשטעלט געוואָרן 27 "נאַציאָנאַלע" געצעלטן, האָט מען דעם המון מכבד געווען מיט נאַציאָנאַלע מאכלים און זיי פֿריילעך געמאַכט מיט פֿאַרשידענע אַטראַקציעס, אין וועלכע עס האָבן זיך באַטייליקט די באַרימטע פּאָפּ־שטערן. אויפֿן אַנדערן טאָג, גאַנץ פֿרי, האָבן די זעלבע מלוכה־פֿירער פֿון 27 לענדער זיך אויסגעשטעלט בײַם בראַנדענבורגער טויער און אויסגעהערט בעטהאָווענס "צום פֿרייד" — דער אָפֿיציעלער הימען פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד, און געמאַכט אַ קאָלעקטיוו בילד פֿאַר די קומענדיקע דורות. עס האָבן זיך אָנגעהויבן די אָפֿיציעלע פֿײַערונגען, וואָס אין שפּיץ פֿון זיי איז אונטערגעשריבן געוואָרן די אַזוי גערופֿענע "בערלינער מעלדונג".
שטעלט זיך אַ פֿראַגע: צי איז געווען טאַקע וואָס צו פֿײַערן? בלי ספֿק — יאָ! קודם־כּל, האָט די עקאָנאָמישע אינטעגראַציע געשפּילט אַ גרויסע ראָלע אינעם אויסגלײַכן דעם עקאָנאָמישן מצבֿ פֿון אַלע מיטגלידער פֿונעם "פֿאַרבאַנד". איטאַליע, למשל, וואָס אַ סך אירע בירגער האָבן געמוזט פֿאַרלאָזן זייערע היימען, האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַן אינדוסטריאַליזירט לאַנד מיט אַ בכּבֿודיקן לעבנס־ניוואָ. אַן אַנדער קבצניש לאַנד — שפּאַניע, האָט אויך געמאַכט אַ ממשותדיקן שפּרונג פֿאָרויס נאָכן אַרײַנטרעטן אינעם "פֿאַרבאַנד". ערנסט אָנטוויקלט האָבן זיך פּאָרטוגאַל און גריכנלאַנד.
דאָס אײַנפֿירן איינהייטלעכע סטאַנדאַרטן און דאָס אָפּשאַפֿן דעם גרענעץ־אָפּצאָל האָט באַפֿרײַט אַ וואָגיקן רעסורס־רעזערוו און דערנעענטערט די לענדער פֿונעם "פֿאַרבאַנד" צו די עקאָנאָמישע סטאַנדאַרטן פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן און יאַפּאַן. זייער אַ גרויסע נוץ האָט געבראַכט אויך דאָס אוניפֿיצירן אַ סך פּונקטן פֿון די נאַציאָנאַלע געזעצן. אין אַלע "פֿאַרבאַנד"־לענדער איז אָפּגעשאַפֿן געוואָרן די טויט־שטראָף; מער־ווייניקער אויף איין אופֿן זײַנען אויסגעסדרט געוואָרן די ציווילע געזעצן.
מע דאַרף אָבער נישט מיינען, אַז דער וועג צו אַן עקאָנאָמישער און בירגערלעכער אינטעגראַציע איז געווען אָן גריבער און בערגלעך. הײַנט אָבער קאָן מען קלאָר זאָגן, פֿאַר וואָס האָבן זיך אייניקע מעשׂים אויף דעם דאָזיקן וועג פֿון פֿאַראייניקונג צו מאָל זיך אײַנגעגעבן, און אייניקע זײַנען דורכגעפֿאַלן. די באַשלוסן זײַנען גוט דורכגעטראַכט און צוגעגרייט געוואָרן איידער מע האָט זיי אָנגענומען, און וואָס די ווירקלעכקייט אַליין האָט אָנגעוויזן אויף זייער פּאָליטישער לייזונג, — אַזעלכע באַשלוסן האָבן זיך אַרויסגעוויזן דערפֿאָלגרײַכע. איין בײַשפּיל: בעת די טעכנאָלאָגישע סטאַנדאַרטן אין דער אויטאָמאָביל־אינדוסטריע זײַנען געוואָרן איינהייטלעך פֿאַר דײַטשלאַנד, איטאַליע, פֿראַנקרײַך און ענגלאַנד, איז אָפּגעפֿאַלן די נויטווענדיקייט אין גרענעץ־אָפּצאָל.
גאָר אַנדערש זעען אויס די באַשלוסן, וואָס זײַנען אָנגענומען געוואָרן, צוליב פֿאַרשידענע פּאָליטישע אַמביציעס און אינטריגעס. עס איז דורכגעפֿאַלן דער פּלאַן צו שאַפֿן געאייניקטע מיליטער־כּוחות, וואָס זייער יסוד וואָלט געדאַרפֿט זײַן די מיליטערישע כּוחות פֿון פֿראַנקרײַך און דײַטשלאַנד. זייער צווייפֿלדיק זעט אויס דאָס אײַנפֿירן איין וואַלוטע — "יוראָ". הגם אַלע פּאָליטיקער און די אייראָפּעיִשע ביוראָקראַטיע האַלטן אין איין אָנקוועלן פֿונעם "יוראָ"־אויפֿטו, בלײַבט דערמיט די באַפֿעלקערונג פֿון אייראָפּע זייער נישט צופֿרידן, צוליב דעם שרעקלעכן יקרות, וואָס די אייראָפּעיִשע מטבע האָט מיטגעבראַכט. אַן ערנסטע אומצופֿרידנקייט רופֿט אַרויס דער באַשלוס פֿון דער ווײַטערדיקער פֿאַרשפּרייטונג פֿונעם "פֿאַרבאַנד" אויף מיזרח; דאָס אײַנשליסן אינעם "פֿאַרבאַנד" אַזעלכע לענדער ווי פּוילן, רומעניע און בולגאַריע, זעט אויס אַבסורדיש.
ווי עס טענהן אייניקע עקאָנאָמיסטן, זײַנען גרייט געווען אָנצוקומען אינעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנדן בלויז טשעכיע און אונגערן, אָבער אַרײַן זײַנען גלײַך צוועלף. פֿאַר וואָס אַזוי? ווײַל אַזוי האָבן געוואָלט דער געוועזענער דײַטשישער קאַנצלער גערהאַרד שרעדער און דער פֿראַנצויזישער פּרעזידענט זשאַק שיראַק. און דאָך, ליגט די פּראָבלעם באַגראָבן טיפֿער; נישט נאָר אין די אַוואַנטוריסטישע באַשלוסן פֿון אייניקע מלוכה־פֿירער; די פּאָליטישע, קולטורעלע און שפּראַכלעכע אָפּגעזונדערטקייט איז געווען און פֿאַרבליבן דער הויפּט־שטרויכלשטיין אויפֿן וועגן צו אַן אמתער פֿאַראייניקונג פֿון אייראָפּע.
נאָך מיט פֿיר יאָר צוריק זײַנען פּאַריז און בערלין געווען צווישן די הויפּט־קעגנער פֿון סאַדאַם כוסיינס רעזשים, און ענגלאַנד איז געוואָרן אַמעריקעס ערשטער שטיצער און פֿרײַנד אין דער מלחמה אין איראַק. הײַנט קלאַמערט זיך די אָפּגעשוואַכטע פֿראַנקרײַך אין דעם לעצטן סימבאָל פֿון איר אַמאָליקער גרויסמאַכט — אין דעם נוקלעאַרן געווער. דײַטשלאַנד שטרעבט מיט אַלע כּוחות צו פֿאַרנעמען אַ פּאָליטיש אָרט, וואָס וואָלט געפּאַסט פֿאַר איר עקאָנאָמישן פּאָטענציאַל. אַפֿילו פּוילן, וואָס עקזיסטירט, אַ דאַנק דער שטיצע פֿונעם "פֿאַרבאַנד", האָט זיך געלייגט אין דער לענג און אין דער ברייט, אַבי צו שטערן רוסלאַנד, בשעת די מאָסקווער פֿאַרהאַנדלונגען מיט בריסל. און אַלץ צוליב דעם, וואָס מאָסקווע האָט באַגרענעצט דאָס אײַנקויפֿן פֿלייש אין פּוילן!
די איצטיקע אייראָפּע, אין פּאָליטישן זין, שיידט זיך ווייניק אונטער פֿון דער אייראָפּע פֿון פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה: אַלע זײַנען קעגן אַלע, אינטריגעס, קעגנקעמפֿערישע בלאָקן און די זעלבע פֿוילע שטיק. בעת דער לעצטער פֿײַערלעכער צערעמאָניע אין בערלין האָט זיך עס באַזונדערס געפֿילט: די אייראָפּעיִשע פּאָליטיקער און ביוראָקראַטן האָבן זיך זייער געסטאַרעט אויסצוזען שיין און צו געפֿעלן איינער דעם אַנדערן; דערבײַ האָבן זיי אויסגעמיטן אַרײַנצוקוקן איינער דעם אַנדערן אין די אויגן.
און נאָך: די פּאָמפּעזע אונטערנעמונג האָט כּמעט נישט אָנגערירט די אייראָפּעיִשע באַפֿעלקערונג, אַפֿילו נישט די דײַטשן, די אײַנוווינער פֿון בערלין. די מענטשן האָבן דעם "גרויסן טראַסק" אויפֿגענומען ווי אַ שׂימחה פֿון דעם אייראָפּעיִשן עליט, אָבער נישט ווי אַ שׂימחה פֿון די אייראָפּעיִשע פֿעלקער. ס׳רובֿ פֿון די פֿעלקער (76 פּראָצענט) האַלטן, אַז אַלע באַשלוסן מוזן אָנגענומען ווערן אין די ראַמען פֿון יעדער מלוכה, נעמענדיק אין באַטראַכט, קודם־כּל, אירע נאַציאָנאַלע אינטערעסן, נישט די אַל־אייראָפּעיִשע.
דער אייראָפּעיִשער פּאָליטישער עליט, וואָס פֿירט אָן מיט דער שׂימחה, ווייסט אָבער נישט אַליין, וווּ צו פֿירן די ריזיקע שיף ווײַטער. ס׳איז קלאָר נאָר איין זאַך, אַז צו פֿאַרקערעווען צוריק און זיך ווידער פֿונאַנדערטיילן איז געגליכן צו אַ קאַטאַסטראָפֿע.