דעם לעצטן מוצאי־שבת איז אינעם שטעטל מאָנסי, לעבן ניו־יאָרק, פֿאַרברענט געוואָרן די שיל, וואָס האָט געהערט צו דער אולטראַ־אָרטאָדאָקסישער באַוועגונג "נטורי קרתא", באַקאַנט מיט איר אַנטי־ציוניסטישן צוגאַנג...
ווער איז שולדיק אין דער שעדלעכער אַקציע, איז דערווײַל נישט קלאָר, אָבער די שׂרפֿה ווערט פֿאַרבונדן מיט יענעם "ברידערלעכן קוש", וואָס איז אַזוי דעמאָנסטראַטיוו געוויזן געוואָרן אויף אַלע טעלעוויזע־קאַנאַלן, און וואָס די איראַנישע פּראָפּאַגאַנדע־מאַשין האָט אַזוי פֿיפֿיק אויסגענוצט, בעת דער פּאַסקודנער אַנטי־חורבן־קאָנפֿערענץ.
די מיטגלידער פֿון דער, מישטיינס געזאָגט, "ייִדישער דעלעגאַציע" אין טעהעראַן האָבן זיך שוין גוט אָנגעבידעוועט, זינט זייער פֿאַרלאָזן דעם גאַסטפֿרײַנדלעכן איראַנישן פּרעזידענט אַכמאַדינעדזשאַד. איינער פֿון דער "דעלעגאַציע", רב משה־אַריה פֿרידמאַן פֿון ווין, האָט בעת זײַן קומען קיין פּוילן, צום קבֿר פֿונעם רבין אלימלך פֿון ליזשעסק, אַרײַנגעכאַפּט אַ פּאָר גוטע פּעטש פֿון עטלעכע חסידים, בראָש מיט יהודה מעשי־זהבֿ, דער גרינדער פֿון דער אָרגאַניזאַציע ז״קא. די בושה האָט נישט אויסגעהאַלטן אַפֿילו זײַן אייגן ווײַב און איז פֿון דעם זעלבן משה־אַריה אַנטלאָפֿן מיט די קינדער.
דעם בריטישן מיטגליד פֿון דער "דעלעגאַציע", הרבֿ אַהרן כּהן, קומט אויס כּסדר האַלטן לעבן זיך אַ פּאָר לײַבוועכטער, אויס־מורא, מע זאָל אים, חלילה, נישט באַגראָבן אויף דער גאַס.
מיר וועלן זיך דאָ נישט לאָזן צו באַטראַכטן, צי עס קומט די אומגליקלעכע מיטגלידער פֿון דער "דעלעגאַציע" בפֿרט, און דער גאַנצער באַוועגונג בכלל, אַזאַ אויסקומעניש; זיי האָבן אַליין אויסגעקליבן זייער וועג אין דער אמונה, און פֿאַר דער אמנה, ווי באַוווּסט, מוז מען זײַן גרייט אויסצושטיין אַלע ניסיונות.
צי האָט עס אָבער אַ שײַכות צו דער לעצטער שׂרפֿה? און אויב די שיל האָבן, חלילה, אונטערגעצונדן די קעגנער פֿון דער דאָזיקער עקסטרעמער חסידישער באַוועגונג, אָדער ריכטיקער געזאָגט, די פֿאַראורטיילער פֿון דער ייִדישער "דעלעגאַציע" צו דער אַנטי־חורבן־קאָנפֿערענץ, — האָבן זיי זיך דען אַליין נישט אויפֿגעפֿירט פּונקט ווי די ווילדע נאַציס אין דער טרויעריק־באַרימטער "קרישטאָלנאַכט", ווען הונדערטער ייִדישע שילן האָבן געברענט און געפֿלאַקערט אין די שטעט פֿון היטלערישן דײַטשלאַנד?
זיך נישט אָנגענומען די קריוודע
די אַראַבישע וועלט בכלל און דאָס פּאַלעסטינער געסל בפֿרט איז שוין אַזוי צוגעוווינט געוואָרן, אַז נאָכגעבן מוזן נאָר אַנדערע, און מאַכן "זשעסטן" — מוזן נאָר אַנדערע, און אַז נאָר אַנדערע מוזן זיך אָננעמען זייער קריוודע, אַז ווען עס געשעט דווקא נישט אַזוי, ווײַזן זיי אַרויס מלא־אומצופֿרידנקייט: "וואָס הייסט!?"
פּונקט אַזוי איז לעצטנס געשען, ווען די קאַנצלערין פֿון דײַטשלאַנד, אַנגעלינאַ מערקעל, האָט באַזוכט די פּאַלעסטינער אַדמיניסטראַציע. זי האָט בפֿירוש נישט אַרויסגעוויזן קיין גרויסן אינטערעס צו די "לעבנס־וויכטיקע" פּראָבלעמען פֿון דער פּאַלעסטינער אויטאָריטעט: זיך אָפּגעזאָגט צו באַהאַנדלען די מעשׂים פֿון צה"ל אויף די פּאַלעסטינער שטחים, פֿון דעם אַזוי גערופֿענעם "זיכערהייט־צוים", די עקספּאַנסיע פֿון די אַגרעסיווע ישׂראל־קאָלאָניסטן.
די קאַנצלערין פֿון דײַטשלאַנד האָט זיך מער אינטערעסירט מיטן גורל פֿונעם פֿאַרכאַפּטן ישׂראל־סאָלדאַט גלעד שליט, און דער פֿאַקט האָט בפֿירוש אַנטוישט די פּאַלעסטינער אַדמיניסטראַציע, בראָש מיט אַבו מאַזען.
"מיר האַלטן, — האָט דערקלערט אַ פּאַלעסטינער הויך־באַאַמטער, — אַז זי האָט צעשטערט די דיפּלאָמאַטישע נאָרמעס. מערקעל איז נישט געקומען ווי אַ פֿאַרמיטלער, וואָס וויל בעטן צו בײַנײַען דעם שלום־פּראָצעס, און האָט נישט אַרויסגעוויזן קיין אָביעקטיוון צוגאַנג. איר באַזוך האָט אויסגעזען ווי אַ שליחות וואָס דריקט אויס די אינטערעסן פֿונעם קעגנערישן צד, פֿון ישׂראל."
דער אויסערן־מיניסטער פֿון דער איצטיקער פּאַלעסטינער רעגירונג, זיאַד אַבו אַמר, איז אויך געבליבן אומצופֿרידן נאָך זײַן באַזוכן פּאַריז: "הײַנט נייטיקן מיר זיך אין שטיצע און אין אַ קאָנסטרוקטיוון דיאַלאָג, און מיר דערוואַרטן פֿון אייראָפּע אַ מער לאָגישע אויפֿפֿירונג, אין פֿאַרגלײַך מיט דער אויפֿפֿירונג פֿון ישׂראל און די פֿאַראייניקטע שטאַטן."
דעם ענטפֿער האָט אַמר געגעבן זײַן פֿראַנצויזישן קאָלעגע, דעם אויסערן־מיניסטער דוסט־בלאַזי, אויף זײַן פֿאָרשלאָג, אַז די פּאַלעסטינער אַדמיניסטראַציע זאָל אַרויסווײַזן אַ "זשעסט פֿון גוטן וויל" און באַפֿרײַען גלעד שליט. אַזעלכע "זשעסטן" האָט שליטס משפּחה זיך נישט דערוואַרט. אַזאַ "לאָגיק" איז פֿרעמד דער פּאַלעסטינער אַדמיניסטראַציע.