רעצעפּטן

טאָמער זוכט איר במשך פֿון דער פּסח־וואָך נײַע רעצעפּטן, מעגט איר אויספּרוּוון דאָס מאכל — אַ געמיש פֿון שפּינאַט, ניס און געטריקנטע פֿרוכטן, באַקאַנט בײַ די ייִדן, וועלכע שטאַמען פֿון מיטעלן מיזרח און צפֿון־אַפֿריקע. ס׳איז אַזוי גרינג צוצוגרייטן און אַזוי געשמאַק, אַז איר קאָנט עס דערלאַנגען אַ גאַנץ יאָר, ווי אַ פֿאָרשפּײַז אָדער בײַ־געריכט פֿונעם מאָלצײַט. דאָס קאָן מען עסן סײַ וואַרעמערהייט, סײַ קאַלטערהייט.

דער רעצעפּט קומט פֿונעם בוך, The Healthy Jewish Cookbook, פֿון מײַקל וואַן סטרייטען.

1/3 טעפּל ראָזשינקעס
זודיק וואַסער
1/4 טעפּל צעדער־ניסלעך (pine nuts)
2 לעפֿל איילבערט־בוימל
1 ציינדל קנאָבל, אין דינע רעפֿטלעך
1/4־2 פֿונט (570 גראַם) שפּינאַט־בלעטלעך, אויסגעוואַשן

זאַפֿט פֿון אַ האַלבער לימענע

ווייקט די ראָזשינקעס אין זודיק וואַסער 10 מינוט, כּדי זיי ווייכער צו מאַכן. זיפּט אָפּ דאָס וואַסער און גיט די ראָזשינקעס אַרײַן אין אַ שיסעלע.

שיט די צעדער־ניסלעך אַרײַן אין אַ הייסער פּאַטעלניע, און מישט זיי כּסדר אַ 15 סעקונדעס, ביז זיי ברוינען זיך צו אַ ביסל (אָבער זעט זיי זאָלן נישט פֿאַרברענט ווערן). שיט די ניסלעך אַרײַן אינעם שיסעלע מיט די ראָזשינקעס.

הייצט אָן דעם איילבערט־בוימל אין דער פּאַטעלניע, איבער אַ קליינעם פֿײַער. גיט אַרײַן די רעפֿטלעך קנאָבל און מישט כּסדר 1 מינוט. גיט צו די אויסגעוואַשענע שפּינאַט־בלעטלעך און מישט 4־5 מינוט ביז זיי ווערן זייער ווייך. מישט אַרײַן די ראָזשינקעס און די צעדער־ניסלעך. קוועטשט אַרײַן דעם לימענע־זאַפֿט.