קהילה־לעבן
די אָפֿיציעלע מבֿינים פֿונעם קאָנקורס פֿאַרזוכן די געפֿילטע פֿיש

בוענאָס־אײַרעס (ייִט״אַ) — די טוריסטן, וועלכע האָבן שפּאַצירט איבערן מאָדערנעם אײַנקויף־צענטער פֿון פּאַלערמאָ־האָליוווּד, האָבן לעצטנס געהאַט אַ שטיקל סורפּריז. צווישן די מאָדערנע קונסט־גאַלעריעס און גאָרמיי־רעסטאָראַנען בײַם "קאָסטאַ־ריקאַ און אַרמעניע פּלאַץ" האָט מען דעם 24־25סטן מערץ אָפּגעהאַלטן דעם צווייטן "געפֿילטע פֿיש פֿעסטיוואַל" — אַ פֿאַרמעסט אויסצוקלײַבן די געשמאַקסטע געפֿילטע פֿיש.