|
די אָפֿיציעלע מבֿינים פֿונעם קאָנקורס פֿאַרזוכן די געפֿילטע פֿיש |
YOK |
בוענאָס־אײַרעס (ייִט״אַ) — די טוריסטן, וועלכע האָבן שפּאַצירט איבערן מאָדערנעם אײַנקויף־צענטער פֿון פּאַלערמאָ־האָליוווּד, האָבן לעצטנס געהאַט אַ שטיקל סורפּריז. צווישן די מאָדערנע קונסט־גאַלעריעס און גאָרמיי־רעסטאָראַנען בײַם "קאָסטאַ־ריקאַ און אַרמעניע פּלאַץ" האָט מען דעם 24־25סטן מערץ אָפּגעהאַלטן דעם צווייטן "געפֿילטע פֿיש פֿעסטיוואַל" — אַ פֿאַרמעסט אויסצוקלײַבן די געשמאַקסטע געפֿילטע פֿיש.
די געווינערין איז געוואָרן בערטאַ אַזיצרי, אַ 73־יאָריקע באָבע, וואָס האָט אַפֿילו נישט פּלאַנירט זיך צו באַטייליקן אינעם פֿאַרמעסט, אָבער אירע אייניקלעך האָבן זיך אײַנגעשפּאַרט און זי פֿאַרשריבן.
"מײַן משפּחה האָט בכלל נישט שטאַרק ליב פֿיש, נאָר מײַנע געפֿילטע פֿיש — דאָס יאָ," האָט אַזיצרי דערקלערט פֿאַר דער ייִט״אַ. "מײַן טאָכטערס מאַן איז נישט קיין ייִד, און דערפֿאַר האָבן מײַנע אייניקלעך געהאַלטן, אַז דאָס איז אַ פּאַסיקע אונטערנעמונג וווּ מע קען זיך באַטייליקן, ווײַל זי איז נישט קיין רעליגיעזע, אָבער אַ לעבעדיקע, און באַטאָנט געטרײַשאַפֿט צו טראַדיציעס פֿון דור צו דור."
די אָרגאַניזאַטאָרן פֿונעם פֿעסטיוואַל שאַצן, אַז בערך 16,000 מענטשן האָבן באַזוכט די 40 קיאָסקן פֿון ייִדישע מאכלים און האַנט־אַרבעט, און מיטגעטאַנצט צו דער מוזיק פֿון 13 מוזיקאַלישע פֿאָרשטעלונגען, אַרײַנגערעכנט אַ כאָר פֿון אַ קלויסטער. די אונטערנעמונג האָט צונויפֿגעשטעלט YOK — אַן אָרגאַניזאַציע געגרינדעט אין 2005 מיט אָרטיקע פֿאָנדן, כּדי צונויפֿצושטעלן געזעלשאַפֿטלעכע און קולטורעלע אַקטיוויטעטן פֿאַר אָפּגעפֿרעמדטע ייִדן. די אָרגאַניזאַטאָרן האָבן זיי דורכגעפֿירט פֿאַר פּסח, כּדי צו אינספּירירן די אַסימילירטע ייִדן זיך צו לערנען וועגן פּסח, און ווי אַזוי צו פּראַווען דעם יום־טובֿ. אינעם רעפּערטואַר פֿון די מוזיקער זענען געווען ייִדישע לידער, קלעזמערישע ניגונים, ווי אויך באַלקאַנישע, ספֿרדישע, העברעיִשע און חסידישע לידער.
אַחוץ אַזיצרי, וועלכע אַרבעט אין דער בראַנזשע פֿון קליידער און מעבל, האָבן זיך זונטיק נאָך מיטאָג באַטייליקט אינעם געפֿילטע פֿיש־פֿאַרמעסט צווישן 1,746 מענטשן. "ס׳איז געווען אַ פֿאַרגעניגן," האָט זי באַמערקט, און צוגעגעבן, אַז איר פֿאַרשטאָרבענער מאַן פֿלעג ליב האָבן צו פּראַווען די ייִדישע יום־טובֿים. זי האָט אָבער דערקלערט, אַז צוליב דעם הויכן פּרײַז פֿון די געוויינטלעכע פֿיש, סטראָנגע (trout) און באָגאַ (אַ זילבער־קאָלירטער טײַך־פֿיש), ניצט זי צוויי אַנדערע מינים: — העכט־דאָרש (hake) און "דאָראַדאָ" (דעלפֿין).
די באַזוכער אויפֿן פֿעסטיוואַל האָבן אויך הנאה געהאַט פֿון קנישעס און סאַמבוסאַס — טערקישע קעז־געבעקסן, און אויף יעדן ראָג האָט מען אויסגעטיילט מצה.
צווישן די העמדלעך, וואָס YOK האָט פֿאַרקויפֿט פֿאַר $6 אַ שטיק, איז דאָס פּאָפּולערסטע געווען אַ העמד פֿאַר נישט־ייִדישע פֿרײַנד: "אָרגולאָ גוי" ("כ׳בין שטאָלץ צו זײַן אַ גוי"). מע האָט אויך פֿאַרקויפֿט זייף אין דער פֿאָרעם פֿון קניידלעך, פֿאַר $10 אַ פּעקל. דערצו האָט מען פֿאַרקויפֿט געפֿעס מיט ייִדישע סימבאָלן, קאַרעס פֿאַרן סדר, פֿיל־פֿאַרביקע יאַרמלקעס און קאָמפּאַקט־דיסקן פֿונעם חזן לייבעלע שוואַרץ.
עטלעכע פֿון די באַזוכער האָבן געזאָגט, אַז דאָס קומען אַהין האָט דערוועקט זכרונות פֿון זייערע קינדער־יאָרן. אסתּר רובינשטיין, אַ 67־יאָריקע אַרגענטינער־געבוירענע אַדוואָקאַטין, וואָס אירע עלטערן שטאַמען פֿון מיזרח־אייראָפּע, האָט זיך צעוויינט בײַם הערן דאָס ליד "אַרום דעם פֿײַער". "מײַן טײַערע שוועסטער דאָלי פֿלעג דאָס זינגען, ווען מיר זענען געווען קינדער," האָט זי דערקלערט.
ריקאַרדאָ פּאָדגאַיִז, אַ מעבל־דיזײַנער, האָט געזאָגט, אַז ער איז געקומען, "כּדי זיך צו דערמאָנען אין מײַן באָבעס מאכלים, בפֿרט די געהאַקטע לעבער מיט ציבעלעס".
גידאָ רובינשטיין, אַ 35־יאָריקער אַדוואָקאַט, איז געקומען אויפֿן פֿעסטיוואַל מיט זײַן פֿרוי און עופֿעלע. "איך האָב זי געבראַכט אַהער כּדי זי איבערצוצײַגן, אַז מיר זאָלן זיך אָנשליסן אין אַ ייִדישן קלוב," האָט ער דערקלערט.