|
מע בלײַבט שטיין אין די גאַסן פֿון ישׂראל אינעם טרויער טאָג, כ״ז ניסן |
Getty Images |
ביז הײַנט צו טאָג איז נאָך אַלץ ניטאָ אין חינוך־מיניסטעריום פֿון מדינת־ישׂראל אַ פֿאָרמעלע, איינהייטלעכע לערן־פּראָגראַם, פֿאַר דעם לימוד פֿון אונדזער חורבן און דעם אומקום פֿון דעם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום.
דער פֿאַרלוסט פֿאַר אונדזער פֿאָלק איז אומגעהײַער גרויס, און די וווּנדן זענען נאָך טיף און אומהיילבאַר.
עס וועלן נאָך דויערן אַ סך דורות ביז עס וועט זיך אײַנשטעלן אַן איינהייטלעכער צוגאַנג, אַ "קאָנסענסום" צווישן די פֿאַרשיידענע שיכטן פֿון אונדזער פֿאָלק, סײַ אין ישׂראל און סײַ אין די תּפֿוצות, לגבי דער אַלגעמיינער, שותּפֿותדיקער טראַגעדיע, צו דעם חורבן און זײַנע קאָנסעקווענצן פֿאַר די הײַנטיקע און קומענדיקע דורות.
באַזונדערס פּראָבלעמאַטיש און שטאַרק פֿילבאַר איז דער לימוד וועגן דעם חורבן מיט די "תּינקות של בית רבן", מיט די קינדער אין די שולן פֿון מדינת־ישׂראל. אַזוי ווי פֿאַרשיידנאַרטיק און צעשפּליטערט איז דער פּלוראַליסטישער געוועב פֿון דער באַפֿעלקערונג אין לאַנד — אַזוי זענען אויך דער לעבנס־שטייגער, די פֿאַרשיידענע פּאַרטיי־אידעאָלאָגיעס, אָנשויונגען, רעליגיעזע און נאַציאָנאַלע זיטן און מינהגים. די פֿאַרשיידענע סעקטאָרן און שטרעמונגען פֿון דער באַפֿעלקערונג האָבן זייער אייגענעם ספּעציפֿישן צוגאַנג און באַציִונג צו דעם לימוד פֿון חורבן — מיט זייערע קינדער אין די רעגירונגס־שולן, ישיבֿות און חדרים.
דאָס אָפּמערקן דעם אַלגעמיינעם טרויער־טאָג נאָך דעם חורבן און דעם אומקום פֿון אַ דריטל פֿון אונדזער פֿאָלק דורך דײַטשישע רוצחים און זייערע אַרויסהעלפֿער, אין דער צווייטער וועלט־מלחמה, שיידט זיך אונטער, לויט יעדער עדה און עטנישער גרופּע, און דעריבער איז נאָך אַלץ ניטאָ קיין איינהייטלעכע לערן־פּראָגראַם אין דער נעץ פֿון די פֿאַרשיידענע לערן־אַנשטאַלטן איבערן לאַנד.
מיט יאָרן צוריק, האָט די כּנסת אין ישׂראל באַשטימט דעם טאָג פֿון כ"ז ניסן (27ער טאָג אין חודש ניסן), ווי דער אַלגעמיינער טרויער־טאָג פֿון גאַנצן פֿאָלק אומעטום, נאָך די 6 מיליאָן קדושים און דעם חורבן פֿון דעם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום. עס האָבן זיך אײַנגעשטעלט באַשטימטע פֿאָרמעס פֿון טרויער־צערעמאָניעס און עס זענען געשאַפֿן געוואָרן עטלעכע פּאַסיקע יזכּר־תּפֿילות, וואָס זענען מיט דער צײַט אַרײַנגענומען געוואָרן אין דעם סידור און מחזור. אין דעם לוח פֿון אַ יאָר פֿיגורירט דער דאָזיקער טאָג ווי "יום־הזכּרון לשואה ולגבֿורה" — דער אָנדענק־טאָג פֿון חורבן און גבֿורה.
געוויסע סעקטאָרן אין ישׂראל און אויך אין די תּפֿוצות מערקן אָפּ די דאָזיקע יאָרצײַט לויטן אַלגעמיינעם קאַלענדאַר, דעם 19טן אַפּריל, ווען עס איז אויסגעבראָכן דער אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ, וואָס האָט סטימולירט און דערמוטיקט אַנדערע געטאָס און לאַגערן אונטער דער נאַצישער אָקופּאַציע, צו שטעלן אַ פֿיזישן ווידערשטאַנד, און נישט דערלאָזן, אַז די דײַטשישע מערדער זאָלן פֿירן די ייִדן צו די גריבער ווי "שאָף צו דער שחיטה".
דער דאָזיקער ווידערשטאַנד און אומקום פֿון די קעמפֿער אין וואַרשעווער געטאָ האָט דעמאָנסטרירט פֿאַר דער וועלט די העלדישקייט און גבֿורה פֿון די ייִדן, ניט נאָר אין וואַרשעווער געטאָ אַליין, נאָר אויך אין די אַנדערע געטאָס, קאָנצענטראַציע־לאַגערן, פֿון די פּאַרטיזאַנער אין די וועלדער און די ייִדישע זעלנער אין די אַליִיִרטע אַרמייען אויף די פֿראָנטן אין אייראָפּע. עס איז צו באַדויערן, אַז עס איז ניטאָ קיין אייניקייט בײַ אונדז בײַם אָפּמערקן דעם דאָזיקן טרויער־טאָג. די עקסטרעם־אָרטאָדאָקסן אין ישׂראל און אין אַנדערע לענדער, אָנערקענען ניט דעם באַשלוס פֿון דער כּנסת, פֿאַר אַן אַלגעמיין־אָנערקענטן טרויער־טאָג. עס איז זייער פֿאַרדריסלעך, און ממש ווייטיקלעך, צו זען, ווי זיי איגנאָרירן און זענען ממש מחלל דעם אָנדענק פֿון די קדושים אין דעם אַלגעמיינעם טרויער־טאָג, כ"ז ניסן.
ווען עס ווויען די רירנדיקע, דערשיטערנדיקע קלאַנגען פֿון די אַלאַרעם־הילכער איבער גאַנץ לאַנד, און אַלץ און אַלע בלײַבן שטיין שטיל אין די גאַסן, אויף די וועגן, אין די הײַזער און אַרבעטס־פּלעצער, ווען מען איז זיך מתיחד מיט דעם הייליקן אָנדענק פֿון די קדושים, בלײַבן ניט די דאָזיקע פֿאַנאַטישע, רעליגיעזע עקסטרעמיסטן שטיין, כאָטש אויף צוויי מינוטן און זיי גייען זיך און לויפֿן זיך ווײַטער, איגנאָרירנדיק דעם גאַנצן שטילן אַרום. ווי זיי וואָלטן ניט געווען אַ טייל פֿון אונדזער פֿאָלק, ווי צווישן די זעקס מיליאָן קדושים זענען ניט געווען זייערע אייגענע משפּחות און קרובֿים...
זיי זאָגן, אַז דער מינהג צו באַערן דעם אָנדענק פֿון די טויטע, דורך בלײַבן שטיין שטיל צוויי מינוט, איז אַ קריסטלעכער מינהג. עס רירט ניט אָן זייערע הערצער און זייערע געפֿילן...
זיי בויקאָטירן אויך די אַנדערע טרויער־צערעמאָניעס איבערן לאַנד. כ"ז ניסן איז ניט אָנערקענט פֿון זיי ווי דער נאַציאָנאַלער טרויער־טאָג, די רירנדיקע טרויער־אַקאַדעמיע אין "יד־ושם" איז פֿון די, וועלכע היטן ניט אָפּ שבת און יום־טובֿ און די תּרי"ג מיצוות, טענהן זיי.
אין דער אַלגעמיינער יערלעכער לערן־פּראָגראַם פֿאַר די שולן אין ישׂראל, וואָס ווערט פֿאָרמולירט אין דעם חינוך־מיניסטעריום, איז ניטאָ ווי אַ באַזונדער קעגנשטאַנד דער לימוד וועגן חורבן פֿון אייראָפּעיִשן ייִדנטום. עס איז אײַנגעשלאָסן ווי אַ באַזונדער קאַפּיטל אין דעם לימוד פֿון ייִדישער געשיכטע. עס ווענדט זיך אָן אין יעדער אינדיווידועלער לערערין אָדער לערער, לויט זייער אויפֿפֿאַסונג, זייער באַהאַוונטקייט און פּערזענלעכער באַציִונג צו דער דאָזיקער טעמע, און אַז עס דערנענטערט זיך דער טרויער־טאָג כ"ז ניסן, ווערט צוגעגרייט אַ טרויער־צערעמאָניע. מען צינדט אָן זעקס ליכט, מען לייענט אויסצוגן פֿון דער חורבן־ליטעראַטור, און מען זינגט עטלעכע טרויער־לידער.
אין געוויסע פּלעצער לאַדט מען אײַן איינעם פֿון דער שארית־הפּליטה צו דערציילן זײַנע פּערזענלעכע דערפֿאַרונגען אין די מלחמה־יאָרן. איך אַליין האָב מערערע יאָרן געהאַט די געלעגנהייט אויפֿצוטרעטן בײַ אַזעלכע טרויער־צערעמאָניעס אין אַ סך שולן איבערן לאַנד.
מען דאַרף אָנערקענען דעם בײַשטײַער פֿון אַזעלכע אינסטיטוציעס, ווי "יד־ושם", "משׂואה" און דער מוזיי אין קיבוץ "לוחמי הגיטאות", וועלכע האַלטן אָפּ אין לויף פֿון דעם יאָר, אײַנשליסנדיק די זומער־חדשים, סעמינאַרן און אויסשולונג־פּראָגראַמען פֿאַר לערער אין ישׂראל, און אויך פֿאַר לערער, ניט־ייִדן, פֿון אויסלאַנד.
עס איז באַקאַנט, אַז דער אינטערעס אין דעם חורבן־לימוד, האָט זיך אין די לעצטע יאָרן זייער פֿאַרשטאַרקט. ווי עס באַריכט ד"ר חיים גערטנער, דער דירעקטאָר פֿון דער צענטראַלער שול פֿאַר דעם לימוד בײַם "יד־ושם" אין ירושלים, זענען ערשט מיט 4 יאָר צוריק געווען אין דעם יערלעכן סעמינאַר אַרום 2,500 לערער. הײַנט צו טאָג איז זייער צאָל געוואַקסן ביז אַרום 22,000 לערער. ער האָט אָנגעוויזן, אַז וואָס מער מיר דערווײַטערן זיך פֿון דער חורבן־תּקופֿה, אַלץ מער וואַקסט און ווערט פֿאַרשטאַרקט דער אינטערעס זיך צו באַקענען און פֿאָרשן מער דעם דאָזיקן געביט.
באַזונדערס דאַרף אונטערגעשטרײַכט ווערן דער בײַטראָג פֿון די דאָזיקע אינסטיטוציעס אין צוגרייטן די טויזנטער תּלמידים און יוגנטלעכע פֿון די מיטלשולן, וועלכע קומען אַהין אויף באַזוכך און סעמינאַרן, איידער זיי פֿאָרן קיין פּוילן אָנטייל צו נעמען אין דעם "מצעד לחיים", אין דעם "מאַרש פֿון די לעבעדיקע", וואָס קומט פֿאָר אין אוישוויץ־בירקענאַו יעדעס יאָר, אין דער וואָך פֿון כ"ז ניסן.
אין אַלגעמיין, זענען דאָ געוויסע וויכּוחים, וואָס שייך דעם פּאַסיקן עלטער פֿון די קינדער אין די שולן, ווען מען זאָל אָנהייבן זיי צו באַקענען מיט די פּרטים פֿון דעם חורבן. עס זענען דאָ פֿאַרשיידענע מיינונגען צווישן די מומחים און דערציִער אויף דער דאָזיקער טעמע. אין "יד־ושם" האַלט מען, אַז די קינדער פֿון קינדער־גאָרטן און פֿון די נידעריקע קלאַסן אין די עלעמענטאַר־שולן, זענען שוין פֿעיִק צו באַנעמען געוויסע פּרטים פֿון דעם חורבן. שוין אין זייער יונגן עלטער זענען זיי אויסגעשטעלט צו דער השפּעה פֿון וואָס זיי זעען און הערן אויף דער טעלעוויזיע און דער מעדיאַ בכלל. דער דאָזיקער לימוד דאַרף אָבער געמאַכט ווערן דורך זייער לערערין, וואָס האָט דעם פֿאַראַנטוואָרטלעכן און סענסיטיוון צוגאַנג צו דעם יונגן עלטער פֿון די קינדער.
דאַקעגן ד"ר נילי קרן (קערען), די אַקאַדעמישע ראַטגעבערין פֿון דעם חורבן־אינסטיטוט אין "משׂואה", וואָס געפֿינט זיך אין קיבוץ תּל־יצחק, האַלט, אַז מען דאַרף וואַרטן ביז די תּלמידים דערגרייכן דעם עלטער פֿון דעם פֿערטן, פֿינפֿטן קלאַס אין מיטלשול, ווען זיי ווערן רײַפֿער און שטאַרקער צו באַנעמען אַלזײַטיק די טרויעריקע גרוילן און פּײַנען, ווי אויך צו פֿאַרשטיין די פֿאַרשיידענע ניואַנסן פֿון דער ייִדישער מאַרטיראָלאָגיע בשעת דעם חורבן.
ד"ר נילי קרן איז אַ באַקאַנטע פֿאָרשערין פֿון חורבן, זי האָט פֿאַרפֿאַסט אַ צאָל וויכטיקע פֿאָרשאַרבעטן וועגן דעם חורבן. עס איז באַקאַנט איר לערנבוך וועגן חורבן פֿאַר די העכערע און מיטלשול־קלאַסן. ערשט אין 1979 האָט דער חינוך־מיניסטעריום באַשלאָסן אײַנצושליסן אין דער אַלגעמיינער לערן־פּראָגראַם דעם לימוד פֿון חורבן, ווי אַן אינטעגראַלער טייל פֿון דעם לימוד פֿון דער געשיכטע פֿון ייִדישן פֿאָלק. זינט דאַן זענען דערשינען נאָך אַ צאָל וויכטיקע לערנביכער אויף דער דאָזיקע טעמע. עס דאַרף באַזונדערס דערמאָנט ווערן דאָס בוך "דער חורבן און זײַן באַדײַט" פֿון פּראָפֿעסאָר ישׂראל גוטמאַן און פּראָפֿעסאָר חיים שאַצקער.