פּאָליטיק

דער רעזולטאַט פֿון דעם באַזוך, וועלכן די סטייט-סעקרעטאַרין קאָנדאָליזאַ רײַס האָט אָפּגעשטאַט אין ירושלים, איז געווען ענלעך צום רעזולטאַט פֿון דעם שטאַרק רעקלאַמירטן פֿאַרמעסט צווישן די פֿוטבאָל-רעפּרעזענטאַנצן פֿון ישׂראל און ענגלאַנד, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין דער זעלבער וואָך אויף דעם פֿוטבאָל-סטאַדיאָן אין רמת־גן. דער רעזולטאַט פֿון 0:0 איז געווען אַ דערוואַרטער, כּמעט אַפֿילו אַ פֿאַרלאַנגטער, און דאָך — אַנטוישנדיק. אַזוי אויפֿן פֿוטבאָל-סטאַדיאָן און אַזוי אויך אין דער פּאָליטיק אויפן מיטעלן אָריענט.

די בערזע און דער פֿוטבאָל-סטאַדיאָן זענען אין דער לעצטער צײַט געוואָרן די צוויי וויכטיקסטע אינדיקאַטאָרן פֿון דעם פּאָליטישן יאַריד אין אונדזער ראַיאָן, און דער רעזולטאַט 0:0 איז געווען דער אַלגעמיינער אײַנדרוק פֿון די רייד, וואָס קאָנדאָליזאַ רײַס האָט געלאָזט הערן אויף איר פּרעסע-קאָנפֿערענץ אין ירושלים, אָפּשליסנדיק איר באַזוך אין די לענדער פֿון מיטעלן מיזרח. אַזאַ איז געווען דער רעזולטאַט פֿון איר געמיינזאַמער באַגעגעניש מיטן פּרעמיער-מיניסטער אָלמערט און דעם פּרעזידענט פֿון דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ אַבו מאַזען. אין איר געזעגענונגס-רעזומע האָט זי קיין וואַזשנע בשׂורה נישט אָנגעזאָגט, און עס האָט אויסגעזען, ווי זי וואָלט אַהיימגעפֿאָרן קיין וואַשינגטאָן אָן וועזנטלעכע דערגרייכונגען אויפֿן פּאָליטישן שאַכברעט.

זי האָט אויך נישט געהאַט קיין באַזונדערס טײַערע מתּנה צו ברענגען איר "באָס", דעם פּרעזידענט בוש, פֿון איר אָריענטאַלישער רײַזע. נישט פֿון דעם איראַקישן שלאַכטפֿעלד און נישט פֿון דעם פּאַלעסטינער שעכטהויז. דאָס איינציקע, וואָס זי האָט מצליח געווען דאָ איבערצולאָזן אויף פּסח, איז געווען — דאָס צוזאַמענפֿירן דעם זיווג צווישן אָלמערטן און מוכאַמעד אַבאַסן (אַבו מאַזען), באַשטימענדיק פֿאַר זיי רעגולערע "ראַנדעוווּען" יעדע צוויי וואָכן — דערווײַל אָן תּנאָים, שוין אָפּגערעדט פֿון אַ כּתובה. נישט דעם צוריקקער פֿון די געקידנעפּטע ישׂראלדיקע זעלנער און נישט קיין הסכּם וועגן אַן אויסטויש פֿון די געפֿאַנגענע און אַרעסטירטע. נישט קיין לייזונג פֿאַר די "קאַסאַם"-ראַקעטעס און נישט קיין ליקווידאַציע פֿון דעם טעראָר, נישט דאָס דערפֿילן די תּנאָים פֿון דעם אינטערנאַציאָנאַלן "קוואַרטעט" לגבי ישׂראל אאַז"וו. דערווײַל נאָר, ווי געזאָגט, צוויי־וואָכנדיקע "זעונגען" צווישן דעם פּרעמיער פֿון ישׂראל און דעם פֿאָרזיצער פֿון דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ. דערווײַל נאָר אַ פּאַלעסטינער רעגירונג, לויט די תּנאָים פֿון דער "חופּה" אָן אַ דאַך, נאָך דער חגיגה אין מעקאַ. און וואָס שייך דער צוקונפֿט, דעם שלום — איז ער ווײַטער געבליבן אַ ווײַטער חלום.

פֿון ישׂראל און דעם פֿאָרזיצער פֿון דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ. דערווײַל נאָר אַ פּאַלעסטינער רעגירונג, לויט די תּנאָים פֿון דער "חופּה" אָן אַ דאַך, נאָך דער חגיגה אין מעקאַ. און וואָס שייך דער צוקונפֿט, דעם שלום — איז ער ווײַטער געבליבן אַ ווײַטער חלום.

די דערווײַליקע רעזולטאַטן זענען דעריבער, ווי אויבן געזאָגט, אַזוי ווי פֿון דעם פֿוטבאָל-פֿאַרמעסט מיט ענגלאַנד — 0:0.

דאָס מיינט אָבער נישט צו זאָגן, אַז אויפֿן מיזרח-פֿראָנט איז קיין נײַעס נישטאָ. דער פֿײַער-שפּײַענדיקער פּאָליטישער וווּלקאַן אין דעם סטראַטעגישן ראַיאָן פֿאַרטראָגט נישט קיין לאַנגע פֿײַער-איבעררײַסן, און דער פּאָליטישער יאַריד פֿאַרטראָגט נישט קיין וואַקווּם. צוליב דעם פּאָליטישן וואַקווּם איז מיט זיבן יאָר צוריק אויסגעבראָכן די צווייטע אינטיפֿאַדע און מיט פֿינף יאָר צוריק איז אויפֿגעקומען די "וועגן-מאַפּע" פֿון דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט. און אויב פּרעזידענט בוש האָט זיך פֿאַרפּלאָנטערט אין איראַק און זײַן פּאָפּולאַריטעט האַלט אין איין פֿאַלן אין דער היים, אויפֿן אַמעריקאַנער פּאָליטישן פֿאָרום — איז אויפֿגעקומען דער נײַער פּערסישער המן אין דער געשטאַלט פֿון אַכמעדינאַדזשאַד און די איראַנישע אַטאָמישע געפֿאַר, וואָס האָט אויפֿגעוועקט דעם וווּלקאַן.

אין דעם וואַקווּם האָבן זיך אַרײַנגעריסן די אייראָפּעיִשע מדינות און דער "קוואַרטעט" פֿון איין זײַט, און פֿון דער אַנדערער זײַט, די מדינות פֿון דעם אַראַבישן נאַפֿט-פֿראָנט, בראָש מיט סאַודיע, וועלכע האָבן זיך דערפֿילט באַדראָט פֿון זייער מיליטאַנטישן שכן און האָבן איבערגענומען די איניציאַטיוו, כּדי "אײַנצושטעלן אַ סדר", אַן אָרדענונג אין דעם ראַיאָן.

נישט בלויז פֿאַר דעם איראַנישן גולם האָבן די אַראַבישע מדינות זיך דערשראָקן, נאָר אויך פֿאַר דעם פּלוצעם מעכטיק אויסגעוואָקסענעם מוסולמענישן פֿונדאַמענטאַליזם, וועלכער באַדראָט זייערע הערשנדיקע רעזשימען, און פֿאַר דעם ישׂראל־פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט, וועלכער באַדראָט די פּאָליטישע סטאַביליטעט אין דעם ראַיאָן. דער דאָזיקער בלוטיק אייטערדיקער קאָנפֿליקט ווערט באַטראַכט ווי דער צענטראַלער וווּלקאַן-קראַטער, דער פּולווער-פֿאַס פֿון די קאָנפֿליקטן אין דעם ראַיאָן — כאָטש נישט אַלע מאָל איז ער טאַקע דאָס, אָבער ווי אַ גוטער תּירוץ דינט ער אַלע יאָרן. די "פּאַלעסטינער טראַגעדיע" דינט פֿון איין זײַט ווי דער צעמענט פֿון דער סאָלידאַריטעט, וואָס פֿאַרבינדט און פֿאַראייניקט די לענדער פֿון דער אַראַבישער וועלט. פֿון דער אַנדערער זײַט אָבער, און נישט זעלטן, דינט די פּאַלעסטינער טראַגעדיע, ווי די עיקרדיקע סיבה פֿון נישט ווייניק אינטערעס־קעגנזאַצן און מחלוקתן צווישן די אַרומיקע אַראַבישע לענדער, וואָס באַטראַכטן זיך ווי די "אַפּוטרופּסים" פֿון די פּאַלעסטינער און זאָרגן כּלומרשט פֿאַר זייער וווילזײַן.

באַזונדערס, אין לעצטן יאָר, נאָכן נצחון פֿון "כאַמאַס" אין דעם שיעור-נישט אויסגעבראָכענעם, באַצײַטנס פֿאַרהאַלטענעם בירגער-קריג אין דער אָקופּירטער און האַלב-אויטאָנאָמער פּאַלעסטינע.

אויב אָבער די אַמעריקאַנער אויסערן-מיניסטאָרין קאָנדאָליזאַ רײַס איז אַהיימגעפֿאָרן פֿון דאַנען מיט אַ קליינעם דערפֿאָלג, איבערלאָזנדיק דעם מאָטאָר פֿון דעם שלום-צוג אויפֿן "אַקטיוון נייטראַל", לויט דער שפּראַך פֿון שאָפֿערן, דאָס הייסט, געלאָזט אים שטיין אַן אָנגעצונדענעם, נישט רירנדיק זיך פֿונעם אָרט — האָט אַ פֿיל בעסערן דערפֿאָלג דאָ געהאַט, אויף זײַן ערשטער רונדרײַזע אין דעם ראַיאָן, דער נײַער סעקרעטאַר פֿון דער "יו-ען", באַן קי מון. אמת, אויך ער האָט נישט מצליח געווען צו פּועלן פֿאַר דער באַפֿרײַונג פֿון גלעד שליט און פֿון די צוויי אַנדערע "געקידנעפּטע" ישׂראלדיקע סאָלדאַטן; און אויך ער האָט נישט מצליח געווען אַרויסצושלעפּן דעם צעטראַסקעטן שלום-צוג פֿון דעם זומפּ, אין וועלכן ער שטעקט פֿאַרזונקען שוין דאָס זיבעטע יאָר. ער איז אָבער געווען אַן עדות פֿון דעם, צום צווייטן מאָל שוין איבערגעחזרטן היסטאָרישן אַקט, וועלכער לאָזט זיך נישט אַראָפּשטויסן פֿון דער אַרענע און פֿון דעם פּאָליטישן סדר-היום, פֿון דער אַזוי גערופֿענער "אַדזשענדע": ער איז געווען אָנוועזנדיק אויף דעם צוזאַמענקום פֿון 22 מנהיגים פֿון די אַראַבישע לענדער אין פּאַלאַץ פֿון דעם קעניג אַבדאַלאַ פֿון סאַודיע. אויף אָט דעם צוזאַמענקום איז נאָכאַמאָל באַשטעטיקט געוואָרן דער באַשלוס, וועלכער האָט מבֿטל געמאַכט די "דרײַ לאַוון פֿון כאַרטום" און האָט פֿאָרגעלייגט ישׂראל אַרײַנצוטרעטן אין פֿאַרהאַנדלונגען וועגן אַ נײַעם סדר פֿון אַ פֿרידלעכער קאָעקזיסטענץ און אַ נאָרמאַליזאַציע מיט אַלע אַראַבישע לענדער אין דעם ראַיאָן, וואָס זאָל אײַנשליסן אויך די לייזונג פֿון דעם פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט.

באַן קי מון איז געווען אַן עדות פֿון אַ היסטאָרישער אַנטוויקלונג פֿון קאָלאָסאַלער חשיבֿות — אָבער נאָר אַ פּאַסיווער עדות. אַ בעסערע מערכה האָט דאָ געהאַט די קאַנצלערין פֿון דײַטשלאַנד, אַנגעלאַ מערקעל, וועלכע האָט "מצליח געווען" אַרויסצוקריגן ערבֿ-פּסח פֿון דעם פּרעמיער אָלמערט די אויסגעצויגענע האַנט צו די "מעסיקערע" אַראַבישע מנהיגים, בראָש מיטן קעניג אַבדאַלאַ פֿון סאַודיע (דערונטער אויך דעם אַנדערן קעניג אַבדאַלאַ — דעם פֿון יאָרדאַניע, פֿון עבֿר-הירדן), אויף אַ ראַיאָן-קאָנפֿערענץ צוזאַמען מיטן פּאַלעסטינער מנהיג אבו-מאַזען.

"אין אַנדערע צײַטן" — אין די פֿריִערדיקע יאָרן — וואָלט אַזאַ דערקלערונג אַרויסגערופֿן אַ שטאַרקערע עמאָציאָנעלע רעאַקציע אין לאַנד, אין פֿאַרגלײַך צו דער איצטיקער גלײַכגילטיקייט, מיט וועלכער די "עפֿנטלעכע מיינונג" האָט רעאַגירט אויף דער דאָזיקער הבֿטחה, וואָס איז געווען באַגלייט מיט דער פֿאַרזיכערונג, וואָס דער פּרעמיער האָט איבערגעשיקט דעם פּרעזידענט אַסאַד פֿון סיריע, אַז עס איז נישט פֿאַראַן קיין ישׂראל-אַמעריקאַנער מיליטערישע פֿאַרשווערונג קעגן איראַן, קיין פּלאַן צו אַטאַקירן טעהעראַן, און אַז ישׂראל האָט אויך נישט בדעה צו פֿאַרפֿירן קיין מלחמה קעגן סיריע "דעם זומער", וועגן וואָס עס שוועבן אַרום קלאַנגען אין דער אַראַבישער וועלט. די דאָזיקע באַרויִקנדיקע פֿאַרזיכערונג האָט אָלמערט געבעטן איבערצוגעבן דעם פּרעזידענט אַסאַד דורך דער נײַ געוויילטער "ספּיקערין" פֿון דעם אַמעריקאַנער קאָנגרעס, נענסי פּעלאָסי, וועלכע איז נאָך איר באַזוך אין ביירוט און אין ירושלים געפֿאָרן זיך טרעפֿן מיטן סירישן הערשער אין דמשׂק.

אַ טאָג פֿאַר דעם האָט אָלמערט אין אַן אינטערוויו פֿאַר דעם אייראָפּעיִשן "אָבזערווער" און פֿאַר אַלע מעגלעכע אָרגאַנען פֿון דער ישׂראלדיקער קאָמוניקאַציע אויסגעדריקט זײַן גלויבן, אַז אין משך פֿון די נאָענטסטע פֿינף יאָר וועט דערגרייכט ווערן אַ פֿולער שלום מיט די פּאַלעסטינער שכנים און מיט דער אַראַבישער וועלט. די "עפֿנטלעכע מיינונג", אויב אַזאַ איז פֿאַראַן, האָט געזען אין דעם אַן ערבֿ-פּסחדיקע דערמוטיקונג, און אייגנטלעך נאָך איינע פֿון זײַנע אומצאָליקע און צומאָל סתּירותדיקע צוזאָגענישן, וואָס ער האָט געלאָזט הערן אין דעם יאָר פֿון זײַן רעגירן. מיט פֿינף יאָר צוריק, ווען ער איז געווען נאָר אַ מיניסטער אין דער רעגירונג פֿון שרון, האָבן זײַנע דערקלערונגען געהאַט אַ גרעסערע וואָג. זיי זענען דעמאָלט באַטראַכט געוואָרן ווי אַ כּפֿירה קעגן דער פֿאַרהייליקטער תּורה פֿונעם "ליכּוד", און ווי אַ בשׂורה־טריל פֿון דעם שוואַלב, וואָס האָט אָנגעזאָגט די איבערקערעניש אויפֿן פּראַגמאַטישן וועג פֿון אַריאל שרון, זײַן דעמאָלטיקן "באָס".

הענרי קיסינדזשער האָט אַמאָל געזאָגט, אַז ישׂראל פֿאַרמאָגט נישט קיין אויסערן-פּאָליטיק, נאָר אַן אינערן־פּאָליטיק: אַלע אויסערן-פּאָליטישע דעקלאַראַציעס פֿון אירע רעגירונגען און מיניסטאָרן ווערן געמאַכט פֿאַר דעם אינערלעכן געברויך.

אָלמערטס הבֿטחה, אַז "אין פֿינף יאָר אַרום", האָט שוין אַ טראַגישע דערפֿאַרונג פֿון זינט דעם שלום־קאָנטראַקט מיט מצרים, לויט וועלכן עס האָט געדאַרפֿט געשאָנקען ווערן די פּאַלעסטינער אַ פֿולע אויטאָנאָמיע אין משך פֿון פֿינף יאָר, אין מערץ 1984 — איז נישט מקויים געוואָרן; פֿינף יאָר שפּעטער, אין 1989, האָט דער קעניג פֿייסאַל פֿון סאַודיע פּראָקלאַמירט זײַן שלום־פּלאַן פֿון פֿינף פּונקטן. דער פּרעמיער יצחק שמיר האָט דעמאָלט דערקלערט, אַז דער סאַודישער שלום-פּלאַן איז די גרעסטע געפֿאַר וואָס באַדראָט די עקזיסטענץ פֿון ישׂראל.

לויטן אָפּמאַך פֿון אָסלאָ, וואָס איז געוואָרן אונטערגעשריבן דעם 13טן נאָוועמבער 1993, האָט געדאַרפֿט געשלאָסן ווערן דער ענדגילטיקער שלום מיט די פּאַלעסטינער אין יאָר 1998. דאָס זענען געווען די יאָרן פֿון די בעסטע האָפֿענונגען. אויף די גאַסן פֿון עזה, פֿון שכם און יריחו, האָבן די פּאַלעסטינער, יונג און אַלט, דעמאָנסטרירט מיט בלומען. בשותּפֿותדיקע פּאַטרולן פֿון די ישׂראלדיקע זעלנער און פּאַלעסטינער זענען אַרומגעפֿאָרן איבער די גאַסן און וועגן און געהיטן די זיכערהייט. דער מאָרד פֿון יצחק ראַבין, די גרויסע טעראָר-אָפֿענסיווע פֿון "כאַמאַס" און די רעגירונג פֿון ביבי נתניהו האָבן אַראָפּגעשלײַדערט דעם שלום-צוג פֿון די רעלסן.

דער "קאָמאַנדאָ-שלום", וועלכן אהוד ברק האָט דיקטירט אין קעמפּ דייוויד און דער אויפֿמאַרש פֿון אַריאל שרון אויפֿן הר־הבית אין סעפּטעמבער 2000 (כּמעט פֿינף יאָר נאָכן מאָרד פֿון יצחק ראַבין) האָבן געפֿירט צו דער צווייטער "אינטיפֿאַדע" און האָבן דעם שלום-צוג אַרײַנגעטריבן אין אַ טעמפּן ווינקל.

אין יאָר 2002 האָט דער קעניג פֿון סאַודיע פּראָקלאַמירט זײַן פּלאַן מבֿטל צו מאַכן די באַשלוסן פֿון דער אַראַבישער קאָנפֿערענץ אין 1967 אין כאַרטום, די הויפּט-שטאָט פֿון סודאַן (די פֿאַרפֿליכטנדיקע "דרײַ לאַוון: נישט אָנערקענען ישׂראל, נישט אָנהאַלטן מיט איר קיין שום באַציִונגען און פֿאַרבינדונגען און נישט מאַכן מיט איר קיין שלום) פֿאָרלייגן ישׂראל אַ פֿולע נאָרמאַליזאַציע פֿאַר אַ פֿולן צוריקטריט. אין יענעם באַשלוס איז די פֿראַגע פֿון די פּליטים און זייער רעכט אויף רעפּאַטריאַציע געשטעלט געוואָרן צום פֿאַרהאַנדלען. אין ביירוט איז זיך צוזאַמענגעקומען די אַראַבישע ליגע און האָט באַשטעטיקט דעם פּלאַן ווי אַ היסטאָרישע ווענדונג אין דעם ראַיאָן. די רעגירונג פֿון אריאל שרון האָט די דאָזיקע ווענדונג פֿולשטענדיק איגנאָרירט. נאָך מער, עס איז פֿאַרווערט געוואָרן אַראַפֿאַטן צו פֿאַרלאָזן זײַן "הויז-אַרעסט" אין דער אָפֿיציעלער רעזידענץ אין "מוקאַטאַ" אין ראַמאַלאַ און ס'איז אים נישט דערלויבט געוואָרן צו פֿאָרן קיין ביירוט, צו דער קאָנפֿערענץ פֿון דער ליגע, וואָס וואָלט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט די באַטייליקונג פֿון די פּאַלעסטינער אין דער פֿולער אַראַבישער אָנערקענונג פֿון מדינת־ישׂראל. אַזוי אַרום איז פֿאַרפּאַסט געוואָרן די גרעסטע היסטאָרישע געלעגנהייט פֿאַר ישׂראל. הײַנט, נאָך פֿינף יאָר, ווערט איבערגעחזרט דער זעלבער אַקט — אָבער דער פּרײַז איז געשטיגן בנוגע דעם "רעכט אויף צוריקקער".

פֿיר חדשים נאָך דער כּלל-אַראַבישער קאָנפֿערענץ פֿון 2002 איז פּרעזידענט בוש געקומען מיט זײַן "מאַפּע פֿון די וועגן".

סוף 2005, פֿינף יאָר נאָך שרונס אויפֿמאַרש אויפֿן הר־הבית, האָט געדאַרפֿט דערגרייכט ווערן אַן ענדגילטיקער שלום־אָפּמאַך, לויט דער "וועגן-מאַפּע", וואָס פּרעזידענט בוש האָט פּראָקלאַמירט אין פֿעברואַר 2002, און דער שלום זעט זיך אָבער נישט אויפֿן האָריזאָנט אויך נאָך די פֿינף יאָר, אין 2007 — חוץ אין דער נײַער הבֿטחה פֿון דעם פּרעמיער-מיניסטער אהוד אָלמערט, וועלכער וואַרט, ווי געזאָגט, אויף... ווינאָגראַדן.

און דאָך איז דער יום-טובֿ פּסח נישט בלויז דער יום-טובֿ פֿון באַפֿרײַונג, נאָר אויך דער יום-טובֿ פֿון דער הבֿטחה, פֿון דער האָפֿענונג.

תּל-אָבֿיבֿ, 2טער אַפּריל, 2007