אַנאַבעלאַ איז אַ באַקאַנטער נאָמען אויף דער ייִדישער טעאַטער־בינע אין ישׂראל. איר בינע־טעטיקייט דאַרף פֿאַרטיילט ווערן אויף צוויי פּעריאָדן — איין תּקופֿה אין רומעניע, שפּעטער אין ישׂראל אין פֿאַרשיידענע ייִדישע טעאַטערס, און די צווייטע תּקופֿה, אפֿשר די וויכטיקסטע — אין "ייִדישפּיל־טעאַטער" אין תּל־אָבֿיבֿ אין די לעצטע 15 יאָר.
אַנאַבעלאַ, אָדער ווי איר ריכטיקער נאָמען — חנה־בלימע קעלנער, איז געבוירן געוואָרן אין רומעניע נאָכן אויסברוך פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה.
איר פֿאָטער איז געווען אַ פֿידלער. אין אירע זכרונות דערציילט זי: "יענע צײַטן זענען אין מײַן זכּרון פֿאַרבליבן אין גאַנצן פֿאַרנעפּלט. איך זיץ אין שטוב מיט דער מאַמען. דער טאַטע איז נישטאָ אין דער היים. רײַסט זיך אַרײַן אַ דײַטשיטשער זעלנער. איך געדענק אַ סך הינט. די קינדער פֿון געטאָ טאָרן נישט וויינען... איך בין געווען קראַנק און הונגעריק. איבערגעלעבט די מלחמה. די עלטערן האָבן זיך צוריקגעקערט פֿון טראַנסניסטריע. מיך האָט מען געשיקט אין אַ העברעיִשן קינדער־גאָרטן אין בוקאַרעשט. אין דעם קינדער־גאָרטן האָב איך פֿאַרזוכט דעם טעם פֿון טעאַטער... כ'האָב געשפּילט די ראָלע פֿון אַ קליינעם רבין". ווי אַלע טאַלאַנטירטע קינדער אין די קאָמוניסטישע לענדער האָט אַנאַבעלאַ געלערנט קלאַסישן באַלעט און האָט פּרובירט שפּילן קלאַוויר. זי האָט פֿאַרענדיקט אַ מיטלשול און האָט שטאַרק געוואָלט ווערן אַ שוישפּילערין... נאָך עטלעכע עקזאַמענעס איז זי אָנגענומען געוואָרן אין איינעם פֿון די שטאָטישע טעאַטערס. פֿאַר איר עולה זײַן קיין ישׂראל האָט זי נאָך באַוויזן צו שפּילן אַ הויפּט־ראָלע אין אַ פֿילם.
אַנאַבעלאַ האָט פֿאַרענדיקט אַ טעאַטער־סטודיע אין בוקאַרעשט. עולה געווען קיין ישׂראל אין יאָר 1963. די סוכנות האָט זי צוזאַמען מיט איר משפּחה "אײַנגעאָרדנט" אין נצרת. וואָס טוט מען אין אַזאַ פּראָווינציעל שטעטל?.. "אין בעסטן פֿאַל", דערציילט זי, "קאָן איך דאָרט אַרבעטן אין אַ שאָקאָלאַד־פֿאַבריק..."
ווי אַלע נײַע עולים איז אַנאַבעלאַ אַוועק אין אַן אולפּן — אַ יונגע, פֿעיִקע האָט זי שנעל אויסגעלערנט עבֿרית. זי איז אַריבער קיין תּל־אָבֿיבֿ. מיט איר נייגונג צו לײַכטן, מוזיקאַלישן רעפּערטואַר האָט זי זיך באַטייליקט אין די באַרימטע אָפּערעטעס "סילוויאַ" און "די פּרינצעסין טשאַרדאַש". שמעון דזשיגאַן האָט אַנאַבעלאַ געזען אויף דער בינע און זי גלײַך אַנגאַזשירט אין זײַן רעוויו־טעאַטער. בײַ דזשיגאַנען האָט זי געשפּילט בײַ אַ צענדליק ראָלעס ביז דזשיגאַן איז אַוועק אין דער אייביקייט. פֿון יענער צײַט גייט זי נישט אַראָפּ פֿון די טעאַטער־ברעטער. אין אַ רעצענזיע פֿון באַרימטן ליטעראַטור־ און טעאַטער־קריטיקער שמעון קאַנץ פֿון יאָר 1972 אונטערן נאָמען "'מאָטקע גנבֿ' מיט מײַק בורשטיין אין דער הויפּט־ראָלע" שרײַבט ער צווישן אַנדערן: "אַנאַבעלאַ אין דער ראָלע פֿון מערי איז דאָ אַ צענטראַלע געשטאַלט און איז די גאַנצע צײַט דורכגענומען מיט הויכן פֿיבער. איר טאָן קלינגט טיף אין אַלע אירע איבערוואַנדלונגען. אין איר אויסגעלאַסנקייט, מיט ביידע פֿיס אין זומפּ פֿון גנבֿה און רציחה און אין איר ליבע ביז 'מקריבֿ זײַן דאָס אייגענע לעבן' — אויסגעפֿירט מיט שוישפּילערישן כּוח".
שפּילן שלום אַשס "מאָטקע גנבֿ" איז נישט קיין פּשוטער ענין... דאָס איז איינע פֿון די קאָמפּליצירטסטע פּיעסעס אין ייִדישן טעאַטער־רעפּערטואַר.
שפּעטער קומט "דער דיבוק" פֿון ש. אַנ־סקי. די דאָזיקע דראַמע איז אויפֿגעפֿירט געוואָרן אין פֿאַרשיידענע ווערסיעס — "די ווילנער טרופּע", "הבימה", "דער ייִדישער מלוכה־טעאַטער אין פּוילן", "דער ייִדישער קונסט־טעאַטער אין ניו־יאָרק" פֿון מאָריס שוואַרץ. "דער דיבוק" איז געשפּילט געוואָרן אין צענדליקער שפּראַכן אין דער גאָרער וועלט. אין ישׂראל איז די דראַמע געשפּילט געוואָרן מיט 25 יאָר צוריק. די הויפּט־ראָלע פֿון מיראָפּאָליער צדיק האָט געשפּילט כאַש־גראָדנער, אין דער ראָלע פֿון לאה — אַנאַבעלאַ.
דער קריטיקער זאבֿ בר־נוץ שרײַבט אין דער צײַטונג "מעריבֿ" פֿון 1975: "די פֿאָרשטעלונג איז אַ דערגרייכונג. אַנאַבעלאַ, די סובטעלע און שיינע אַקטריסע, שאַפֿט אַ געלונגענע בינע־געשטאַלט. די פֿאָרשטעלונג אין ייִדיש האָט אין גאַנצן אַן אַנדער אַספּעקט. דאָס איז אַ געשעעניש, אַ העפּענינג, אַ וואַרעמער טעאַטער, וואָס שפּילט אין אַ וואַרעמער שפּראַך פֿאַר אַ הייס פּובליקום".
העברעיִשער טעאַטער־רעצענזענטן שרײַבן נישט בדרך־כּלל אַזעלכע געהויבענע רעצענזיעס וועגן ייִדיש טעאַטער, בפֿרט נאָך מיט דרײַסיק יאָר צוריק...
אין יאָר 1976 שפּילט אַנאַבעלאַ די ראָלע פֿון דער איידעלער קבצנטע מיטן הויקער אין דער מוזיקאַלישער, מאָדערנער פֿאָרשטעלונג "פֿישקע דער קרומער" פֿון מענדעלע מוכר־ספֿרים. אין אַן אינטערוויו פֿאַר דער העברעיִשער צײַטונג "לאשה" שרײַבט ברוריה אַבֿידן: "אין דער פֿאָרשטעלונג 'פֿישקע דער קרומער' האָט אַנאַבעלאַ געפֿונען אַ גלענצנדיקע געלעגנהייט זיך צו באַווײַזן מיט איר פֿילפֿאַרביקן טאַלאַנט".
אַנאַבעלאַ שפּילט אין דער זעלבער צײַט די הויפּט־ראָלע אין אַ לײַכטער מעלאָדראַמע "די שיכּורטע". אין דער פֿאָרשטעלונג באַטייליקן זיך אַזעלכע באַקאַנטע אַקטיאָרן, ווי יצחק כאַוויס, אינאָ טאָפּער, לענאַ ליכטענבערג, אַבֿרהם ינאַי, עלאַ לאָטענבערג — רעזשי מיכאל גרינשטיין.
אין יאָר 1992 איז אַנאַבעלאַ געוואָרן אַ מיטגליד פֿון "ייִדישפּיל־טעאַטער" אונטער דער אָנפֿירונג פֿון שמואל עצמון.
במשך פֿון די לעצטע 15 יאָר האָט אַנאַבעלאַ זיך באַטייליקט אין כּמעט אַלע פֿאָרשטעלונגען, וואָס "ייִדישפּיל־טעאַטער" האָט אויפֿגעפֿירט:
אין דער פֿאָרשטעלונג "די מכשפֿה" פֿון אַ. גאָלדפֿאַדען; "סענדער בלאַנק", "טבֿיה דער מילכיקער", "שווער צו זײַן אַ ייִד" און "דער פֿאַרכּישופֿטער שנײַדער" פֿון שלום־עליכם; "יאָשע קאַלב" פֿון י. י. זינגער; "אַ פּשוטע מעשׂה" פֿון ש. י. עגנון; "מסעות בנימין השלישי" לויט מענדעלע מוכר־ספֿרים; "די לעצטע ליבע" לויט י. באַשעוויס־זינגער; "מירעלע אפֿרת" פֿון יעקבֿ גאָרדין; "לייזער רויטשוואַניעץ" לויט איליאַ ערענבורג; "אַ יריד פֿון געלעכטער" לויט טונקעלער.
אויף צוויי פֿאָרשטעלונגען — "לייזער רויטשוואַניעץ" און "בנימין און סענדערל" וויל איך זיך באַזונדערס אָפּשטעלן.
"לייזער רויטשוואַניעץ" איז פֿאַקטיש נישט קיין פּיעסע אין אָנגענומענעם זין פֿון וואָרט. דאָס איז אַ סאַטירע אויפֿן סאָוועטישן לעבן אין די 20ער יאָרן פֿון פֿאָריקן יאָרהונדערט. די פֿאָרשטעלונג איז אינסצענירט געוואָרן דורך פּוילישע טעאַטראַלן און איז געשפּילט געוואָרן אין פּוילן מיטן גרעסטן דערפֿאָלג.
דער דירעקטאָר פֿון טעאַטער שמוליק עצמון האָט די פֿאָרשטעלונג געזען אין פּוילן און האָט אַראָפּגעבראַכט קיין ישׂראל דעם רעזשיסאָר, קאָמפּאָזיטאָר, סצענאָגראַף און זיי האָבן אין "ייִדישפּיל־טעאַטער" אויפֿגעבויט אַ שאָו, וואָס איז אומפֿאַרגעסלעך — דעם טעקסט, הומאָר, מוזיק און טענץ — אַ ספּעקטאַקל מיט אַלע קאָמפּאָנענטן פֿון אַ גוטער פֿאָרשטעלונג.
אַנאַבעלאַ שפּילט אין דער פּיעסע אַ קאָמישע געשטאַלט — אַ סאָוועטישן קאָמיסאַר, אַ פֿירער פֿון "קאָמסאָמאָל". היות זי קען די סאָוועטישע ווירקלעכקייט האָט זי אין איר ראָלע אַרויסגעבראַכט אַן אינטערעסאַנטע סצענישע געשטאַלט.
די צווייטע ראָלע, וואָס האָט זיך מיר גוט אײַנגעקריצט אין זכּרון, איז קריינע, סענדערלס ווײַב (זי איז דער "מאַן" און ער איז די "ייִדענע"). דער טאַלאַנירטער אַקטיאָר יעקבֿ באָדאָ, דער ייִדישער "סאַנטשאָ פּאַנסאַ", וואָס אַרבעט אויף אַלע כּלים בײַ דער זײַט פֿון סענדערל — געשפּילט אין דער ערשטער ווערסיע דורך י. אַלפּערן, די צווייטע — שׂשׂי קשת).
דער ישׂראלדיקער טעאַטער־קריטיקער ירמי פּינקוס שרײַבט וועגן אַנאַבעלאַ און וועגן ייִדיש טעאַטער: "ייִדיש טעאַטער איז אַ מין גאַלאַקסיע צום העברעיִשן טעאַטער. די צוויי טעאַטערס באַגעגענען זיך נישט. זיי גייען מיט באַזונדערע דרכים. מיר באַמערקן אין ייִדישן טעאַטער גרויסע שוישפּילער. איינע פֿון זיי איז אַנאַבעלאַ, וואָס שפּילט אין 'סענדער בלאַנק' די ראָלע פֿון רבֿקה, דער שווינדלערין, דער טאָכטער פֿון גבֿיר ר' סענדער בלאַנק. ווען זי באַווײַזט זיך אויף דער בינע רעאַגירט דער זאַל מיט שטורמישע אַפּלאָדיסמענטן.
דער עולם האָט משום־מה ליב די אינטריגאַנטקע, וואָס וואַרט, אַז דער טאַטע "זאָל צומאַכן אַן אויג" און זי זאָל קאָנען ירשענען זײַן האָב־און־גוטס"... אַזוי האָט אָפּגעשאַצט די העברעיִשע פּרעסע די פֿאָרשטעלונג...
אַנאַבעלאַ איז הײַנט צו טאָג פֿון די אָנגעזעענע שוישפּילער אין "ייִדישפּיל־טעאַטער".