- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די וואָך, אין די לעצטע טעג פֿון די ייִדישע יום־טובֿים, איז אין מינסק אָפּגעמערקט געוואָרן דער 65סטער יאָרצײַט, זינט ס‘זײַנען ליקווידירט געוואָרן די לעצטע ייִדן אויף דער טעריטאָריע פֿון ווײַסרוסלאַנד. סוף זומער 1943 האָבן זיך אין די געטאָס פֿונעם אָקופּירטן ווײַסרוסלאַנד נאָך געפֿונען אַרום 30 טויזנט ייִדן. די לעצטע ייִדן, פֿון די געטאָס אין די שטעטלעך גלובאָקאָ און לידע, ווי אויך די רעשטלעך פֿון מינסקער געטאָ, זײַנען אויסגעהרגעט געוואָרן דעם 23סטן אָקטאָבער. דער לאַנגער קינסטלערישער וועג פֿון משה יאַסור, אַ געבוירענער אין רומעניע, האָט אים געפֿירט פֿון יאַס, קיין ישׂראל און דערנאָך קיין ניו־יאָרק. כאָטש ער רעזשיסירט שוין לאַנגע יאָרן אינעם בוקאַרעשטער ייִדישן מלוכה־ טעאַטער, וועט ער צום ערשטן מאָל שטעלן פֿאַרן "פֿאָלקסבינע־נאַציאָנאַלן ייִדישן טעאַטער" זײַן באַאַרבעטונג פֿון באַשעוויסעס קלאַסישער דערציילונג "גימפּל־תּם". די פּרעמיערע וועט פֿאָרקומען דעם 23סטן נאָוועמבער און מע וועט זי פֿאָרשטעלן ביזן 28סטן דעצעמבער. ליבע פֿרײַנד, איך מוז זיך מודה זײַן, אַז די הײַנטיקע פֿאַרפֿאַסערס פֿון "מיוזיקלס" טויגן אויף טויזנט כּפּרות. וועט איר דאָך פֿרעגן פֿאַרוואָס? וועל איך אײַך זאָגן: ערשטנס, פֿעלט זיי טאַלאַנט; צווייטנס, פֿעלט זיי הומאָר; דריטנס, פֿעלט זיי פֿאַנטאַזיע; פֿערטנס, פֿעלט זיי וויסן, און פֿיפֿטנס... כ׳גיי זיך דאָ נישט באַווײַזן, אַז איך קען ציילן ביז הונדערט. ווי איז דאָס צו רייד געקומען? פּראָסט און פּשוט. צוליב וואָס דאַרף מען איבערזעצן ייִדישע ליטעראַטור? צו באַקענען די אומות־העולם מיט די אומבאַקאַנטע קולטורעלע אוצרות, אָדער צו אַנטפּלעקן די אייגענע קולטורעלע ירושה פֿאַר די ייִדן, וואָס קאָנען, נעבעך, ניט לייענען קיין ייִדיש? צי דאַרף די איבערזעצונג אָפּהיטן וואָס מער "ייִדישקייט", אָדער פֿאַרקערט, מע דאַרף צופּאַסן די איבערזעצונג צו די אַלגעמיינע באַגריפֿן און קענטענישן? וועלכע ווערק איז כּדאי איבערצוזעצן לכתּחילה, וועלכע שפּעטער, און וועלכע אפֿשר בכלל ניט? יעדער איבערזעצער פֿאַרענטפֿערט, אַזוי אָדער אַנדערש, אָט די און נאָך אַנדערע פֿראַגעס. ציפּי ליבֿני וואַרפֿט אָפּ די פֿאָדערונגען פֿון ש״ס... ציפּי ליבֿני נעמט אָן די פֿאָדערונגען פֿון ש״ס... ש״ס שליסט זיך אָן אין דער רעגירונג (אין וועלכער דער ש״ס איז דערווײַל נאָך אַ מיטגליד אונטער דער צײַטווײַליקער אָנפֿירונג פֿון אהוד אָלמערט)... דער פֿינאַנץ־מיניסטער רוני בר־אָן שטעלט זיך שאַרף אַנטקעגן די פֿאַרלאַנגען פֿון ש״ס און איז גרייט מקריבֿ צו זײַן די קאָאַליציע, כּדי צו ראַטעווען די מלוכישע קאַסע... רוני בר־און איז גרייט מקריבֿ צו זײַן די מלוכישע קאַסע, "בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ" — "בײַם אָנהייב האָט דער אייבערשטער באַשאַפֿן דעם הימל און די ערד"; אַ צאָל קלאַסישע מפֿרשים טײַטשן דעם ערשטן פּסוק פֿון דער תּורה אַ ביסל אַנדערש: "בײַם אָנהייב פֿונעם שאַפֿן דעם הימל און די ערד, האָט דער אייבערשטער...". לויט אַזאַ אָפּטײַטש, דערציילט דער דאָזיקער פּסוק וועגן דעם פּראָצעס פֿון באַשאַפֿונג, און נישט וועגן אַ פֿאַרענדיקט געשעעניש. אונדזער קלאַסיקער, שלום-עליכם, האָט געעצהט, אַז ווען עפּעס אַן ענין ווערט נימאס-ומאָוס, דאַרף מען בײַטן די טעמע און זיך ווענדן צו מער פֿריילעכע זאַכן, אַזעלכע ווי כאָלערע אין אָדעס. איך לייג פֿאָר צו פֿאַרגעסן, לכל-הפּחות, אויף עטלעכע מינוט, וועגן די וואַלן אין אַמעריקע און אַ קוק טאָן, וואָס עס קומט פֿאָר מיט די וואַלן אין די לענדער, בשכנות מיט רוסלאַנד. אין יענעם טייל פֿון דער וועלט פֿילט מען באַזונדערס שאַרף די נאָכווייענישן פֿון דער רוסיש-גרוזינישער מלחמה. זי האָט אַרויפֿגעלייגט אַ שטעמפּל סײַ אויף די צווישן-מלוכישע באַציִונגען, סײַ אויף דער צעשטעלונג פֿון די פּאָליטישע כּוחות אין די לענדער גופֿא. "דיבוקים", אַזוי אין מערצאָל, רופֿט אָן די "הבימה" די דרײַ ספּעקטאַקלען פֿון דער טעאַטראַלער אונטערנעמונג אַרום דעם דיבוק־מאָטיוו — טעאַטער, טאַנץ און ליאַלקעס, וואָס דריקט זיך אויס אין אַן איינטאָגיקן פֿעסטיוואַל. די יעניקע וואָס האָבן אַ גוטן זכּרון, געדענקען מן־הסתּם, אַז אין דריטן אַקט פֿון דער לעגענדאַרער דראַמע "דער דיבוק", אין דעם הויז פֿון רבין, פֿאָדערט דער רבי מיט שטרענגע ווערטער דער דיבוק זאָל פֿאַרלאָזן דעם קערפּער פֿון דער בתולה. "דיבוק, גיי אַרויס!" בייזערט זיך אויף אַ קול דער צדיק פֿון מיראָפּאָל. מיט צוויי וואָכן צוריק זענען געוואָרן באַקאַנט די נעמען פֿון די נאָבעל־לאַורעאַטן אין וויסנשאַפֿט. די פּרעמיע אין מעדיצין איז צוגעטיילט געוואָרן דעם דײַטשישן וויסנשאַפֿטלער האַראַלד צור האַוזען, פֿאַר זײַן אַנטדעקן, אַז געוויסע מינים פּאַפּילאָמאַ-ווירוסן זענען גורם דעם מוטערהעלדזל-ראַק בײַ פֿרויען, און די פֿראַנצויזישע ווירוסאָלאָגן פֿראַנסואַז באַרע־סינוסי און לוק מאָנטאַניע, פֿאַרן אַנטדעקן דעם ווירוס פֿונעם אימונאָדעפֿיציט בײַ מענטשן (HIV). בײַ אַברהם רייזענען איז דאָ אַ קורצע דערציילונג, אין וועלכער דער הויפּטהעלד חלומט וועגן אַ קוק טאָן אויף אַמעריקע מחוץ ניו-יאָרק. זײַן חלום איז ניט באַשערט געווען מקוים צו ווערן, ווײַל ער, אַ פּראָסטער ייִדישער אַרבעטער, האָט ניט געהאַט קיין געלט אויף אַזעלכע עקסקורסיעס. מײַן מצבֿ איז, גאָט צו דאַנקען, ניט אַזוי דראַמאַטיש, אַזוי אַז איך קען זיך דערלויבן אַזאַ וווילטאָג — נעמען אַן אויטאָ און זיך אַרויסכאַפּן אויף עטלעכע טעג פֿון דער שטאָט. טײַערע חזנטע, איך האָב זיך געלייגט אין בעט יענע נאַכט און ווען איך האָב זיך צוגערירט צום קישן, האָב איך דערזען אַ טשאָקאָלאַד מיט אַ קאַרטל! מײַן מאַן האָט זיי דאָרטן געלאָזט. טאַקע זיס! האָב איך געעפֿנט און איבערגעלייענט דאָס קאַרטל און געשטוינט; ס׳איז דאָרטן געשטאַנען — "דעם ראָש־השנה שיק איך דאָס קאַרטל מיט ליבשאַפֿט צו מײַן מאַמען!" דאָס וואָרט "מאַמע" איז אָנגעשריבן געוואָרן מיט גרויסע אותיות. דאָס איז אַ גרינגער בײַ־מאכל צוצוגרייטן, און פּאַסט זיך גוט צו צו כּמעט אַלע הויפּט־געריכטן: פֿיש, הינדל, רינדספֿלייש, אָדער וועגעטאַרישע מאָלצײַטן. די צעקוועטשטע פּאָמידאָרן מעגן זײַן פֿון אַ פּושקע.
3 לעפֿל איילבערט־בוימל
|