טעאַטער
אַ סצענע פֿון "דיבוקים" — דיבוק־קרבנות צי קרבנות פֿון דער געזעלשאַפֿט
אַ סצענע פֿון "דיבוקים" — דיבוק־קרבנות צי קרבנות פֿון דער געזעלשאַפֿט

"דיבוקים", אַזוי אין מערצאָל, רופֿט אָן די "הבימה" די דרײַ ספּעקטאַקלען פֿון דער טעאַטראַלער אונטערנעמונג אַרום דעם דיבוק־מאָטיוו — טעאַטער, טאַנץ און ליאַלקעס, וואָס דריקט זיך אויס אין אַן איינטאָגיקן פֿעסטיוואַל.

די יעניקע וואָס האָבן אַ גוטן זכּרון, געדענקען מן־הסתּם, אַז אין דריטן אַקט פֿון דער לעגענדאַרער דראַמע "דער דיבוק", אין דעם הויז פֿון רבין, פֿאָדערט דער רבי מיט שטרענגע ווערטער דער דיבוק זאָל פֿאַרלאָזן דעם קערפּער פֿון דער בתולה. "דיבוק, גיי אַרויס!" בייזערט זיך אויף אַ קול דער צדיק פֿון מיראָפּאָל. דער דיבוק אָבער רירט זיך נישט און פֿאַרבלײַבט דאָרט, וווּ ס'איז אים גוט.

פּונקט אַזוי ווי דער דיבוק וואָס זאָגט זיך קאַטעגאָריש אָפּ צו פֿאַרלאָזן דעם קערפּער פֿון דער כּלה, מיט דער זעלבער עקשנות נעגירט זיך די "הבימה" צו פֿאַרלאָזן דעם דיבוק. דאָס איז פֿאַרשטייט זיך אַן אינערלעכער וויץ, אָבער עס איז בכלל נישט ווײַט פֿון דער ווירקלעכקייט.

אידענטיפֿיצירט איז "דער דיבוק" מיטן טעאַטער "הבימה" ווי אַן אומצעשיידלעכער צווילינג; דאָס איז אַ לעבנס פֿאַקט וואָס מען מוז אָננעמען אַזוי ווי מען נעמט אָן אַ געזעץ. אין משך פֿון די 90 יאָר עקזיסטענץ פֿון טעאַטער האָט מען דעם "דיבוק" פֿאָרגעשטעלט אין ישׂראל אומצייליקע מאָל. די ערשטע יאָרן לויט דער לעגענדאַרער אויפֿפֿירונג פֿון וואַכטאַנגאָוו און ווי ווײַט מעגלעך נאָך מיט די אָריגינעלע אַקטיאָרן, וואָס האָבן געשפּילט אין יענער היסטאָרישער פֿאָרשטעלונג פֿון 1922, אין מאָסקווע.

שפּעטער האָט די "הבימה" ממשיך געווען צו שטעלן דעם "דיבוק" אויפֿן סמך פֿון די מאָדערנע אויפֿפֿאַסונגען פֿון יונגע רעזשיסאָרן, יעדער איינער לויט זײַן אייגענעם קינסטלערישן צוגאַנג, אָן שום באַגרענעצונגען. עס איז פֿאַראַן אַפֿילו אַ ווערסיע, וווּ לאה, די צניעותדיק־שעמעוודיקע כּלה, באַווײַזט זיך נאַקעט, ווי די מאַמע האָט זי געהאַט.

"דער דיבוק" פֿאַרלאָזט נישט די "הבימה", ווי מיר זעען. ער קומט שטענדיק צוריק. איצט אַפֿילו פֿאַרשיינט און פֿאַרבעסערט — דרײַ באַזונדערע קונסטצווײַגן "דיבוקים" — אין דער פֿאָרם פֿון אַ טעאַטער־פֿעסטיוואַל.

אויסטערליש, ווי דער ספּעקטאַקל אַליין, איז דאָס אָרט וואָס די "הבימה" האָט אויסגעקליבן דורכצופֿירן די פֿאָרשטעלונג — דעם צענטער "נא לגעת" ("ביטע, אָנצורירן"). אין אַלטן פּאָרט פֿון יפֿו, וווּ מען פֿירט הײַנט דורך אַ ווײַט פֿאַרנעמיקן רעמאָנט, געפֿינט זיך די נײַע געבײַדע מיטן שוין גאָרנישט פּשוטן נאָמען, "נא לגעת". אין אָט דער געבײַדע, וואָס דינט ווי אַ היים פֿאַר פֿיזיש־אומפֿעיִקע, איז טעטיק דער טעאַטער "נא לגעת" און זײַנע עלף בלינדע און טויבע אַקטיאָרן, וועלכע פֿירן דאָרט אויף די פּיעסע "נישט בלויז אויף ברויט"; דער קאַפֿע־הויז "קאַפֿיש", וווּ דער גאַנצער פּערסאָנאַל באַשטייט פֿון טויבע, און דער רעסטאָראַן "בלעק־אַוּט", דאָרט ווערט דאָס עסן סערווירט אין דער פֿינצטער דורך בלינדע קעלנערס. אין דעם אַנאָנס־קאַרטל וואָס ווערט פֿאַרטיילט בײַם אַרײַנגאַנג, שטייט געשריבן: "ווען איר וועט אַרויסגיין פֿון דאַנען — וועט איר זען, הערן, פֿילן און טראַכטן אַנדערש..." ס'איז אָבער נישט אין גאַנצן אַזוי; דער עולם קוקט אויף זיי ווי אויף בייזוווּנדער; "אוי — קאָן מען הערן פֿון דערווײַטנס — גיט נאָר אַ קוק, זיי פֿאַרשטייען אַלץ וואָס מען זאָגט זיי!"

"דיבוקים" הייבט זיך אָן מיט דער אויפֿפֿירונג נישט דווקא פֿון יענער מיטאָלאָגיש־קלאַסישער דראַמע, וווּ די יונגע פֿאַרליבטע פֿאַראייניקן זיך יאָ, אָבער נאָכן טויט; אַנשטאָט דעם האָט די איניציאַטאָרין און רעזשיסאָרין פֿונעם פּראָיעקט, מאָר פֿראַנק, טעאַטראַליזירט אַ מאָדערנע באַאַרבעטונג איבער שרעקלעכע דיבוק־געשיכטעס, וואָס גייען אַריבער פֿון דור צו דור פֿון 15טן יאָרהונדערט און ווערן דערציילט בסוד פֿון מויל צו אויער. דאָס זײַנען טאַקע יענע סודותפֿולע געשיכטעס וואָס די ייִדישע פֿאָלקלאָריסטן האָבן זיי אויפֿגענומען דירעקט פֿון די פֿאָלקס־דערציילער אין פֿאַרשיידענע מיזרח־אייראָפּעיִשע לענדער. אונדזער גוט־באַקאַנטער "דיבוק" פֿון ש. אַנ־סקי איז בלויז איין געשיכטע פֿון זיי.

אין דער איצטיקער אויפֿפֿירונג נעמען אָנטייל פֿעיִקע "הבימה"־אַקטיאָרן ווי דבֿ רייזער און יגאל שׂדה (סאַדע), וואָס זייער ראָלע באַשטייט אין דערציילן די געשיכטעס. אַלע פֿאַרמאָגן זיי אַן עראָטישן אונטערשלאַק און גלײַכצײַטיק ווערן זיי אויך אַ טייל פֿון דעם וואָס זיי באַשרײַבן. די באַהערשטע פֿון דיבוק אָבער זײַנען ס׳רובֿ סעקסועל־אומבאַפֿרידיקטע יונגע פֿרויען ווי אויך אומרײַפֿע מענער, וואָס זייער אויפֿפֿירונג פּאַסט זיך נישט אַרײַן אין די אָנגענומענע געזעלשאַפֿטלעכע נאָרמעס. איין געשיכטע דערציילט וועגן גײַסט פֿון אַן אויסגעלאַסענעם, וואָס האָט זיך באַזעצט אין קערפּער פֿון אַ הפֿקרדיקער פֿרוי; אַן אַנדערע שילדערט וועגן אַ פֿרישן חתן, אַן אומזיכערער מיט זײַן מענערישקייט, וועלכער ווערט באַהערשט דורך דער נשמה פֿון אַ חזן, אַ פֿאַרגוואַלדיקער פֿון חדר־ייִנגלעך און נאָך אַנדערע אַזעלכע עראָטיש־דראַמאַטישע דערציילונגען.

אין גאַנצן אַן אַנדער כאַראַקטער טראָגט די פֿאָרשטעלונג, אַ געמיש פֿון טעאַטער און טאַנץ, "אין האַלבער נאַכט". דאָס איז אַן אַרײַנבליק אין אַן אַנדער וועלט, דער וועלט פֿון מיסטיק, וווּ די צוויי נשמות שוועבן אַרום אין אַן אוממידלעכער זוכעניש ביז זיי ווערן פֿאַרשוווּנדן, צונויפֿגעגאָסן אין איין גוף. די טענצערין רעננה ראָז און דער אַקטיאָר עופֿר עמרם מיט דער מוזיק־באַגלייטונג פֿון ראלי מרגלית — טשעלאָ און אהוד גאַרליך — קאָנטראַבאַס, געפֿינען אויס אַ באַזונדערע שפּראַך אויסצודריקן אַן עמאָציאָנעלע ליבע־געשיכטע, וואָס זייער פֿאַראייניקונג מאַטעריאַליזירט זיך אויף דער אַנדערער וועלט.

אין דער דריטער פֿאָרשטעלונג "צווישן צוויי וועלטן" נעמען אָנטייל די אַקטיאָרן און ליאַלקעס, כּדי פּרוּוון צו געפֿינען אַ נײַעם קוקווינקל צו דער "דיבוק"־לעגענדע.

דאָס איז געווען אַ טעאַטראַלער פֿעסטיוואַל. ס'איז אָבער שווער צו גלייבן אַז אַזוי אַרום האָט די "הבימה" אויסגעשעפּט דעם דיבוק־מאָטיוו. ס'וועלן נאָך מן־הסתּם קומען אַנדערע קונסט־אויסדרוקן מיטן דיבוק־מאָטיוו, ווײַל ווי געזאָגט, אָט דעם דיבוק קאָן מען נישט אַרויסטרײַבן.