‫פֿון רעדאַקציע

די וואָך, אין די לעצטע טעג פֿון די ייִדישע יום־טובֿים, איז אין מינסק אָפּגעמערקט געוואָרן דער 65סטער יאָרצײַט, זינט ס‘זײַנען ליקווידירט געוואָרן די לעצטע ייִדן אויף דער טעריטאָריע פֿון ווײַסרוסלאַנד. סוף זומער 1943 האָבן זיך אין די געטאָס פֿונעם אָקופּירטן ווײַסרוסלאַנד נאָך געפֿונען אַרום 30 טויזנט ייִדן. די לעצטע ייִדן, פֿון די געטאָס אין די שטעטלעך גלובאָקאָ און לידע, ווי אויך די רעשטלעך פֿון מינסקער געטאָ, זײַנען אויסגעהרגעט געוואָרן דעם 23סטן אָקטאָבער.

ווײַסרוסלאַנד און אוקראַיִנע זײַנען פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה געווען צווישן די גרעסטע סאָוועטישע רעפּובליקן, וואָס די ייִדישע באַפֿעלקערונג האָט דאָרט זיך אויסגעלעבט אין ייִדיש און באַקומען פֿון דער נײַער מאַכט ממשותדיקע נאַציאָנאַלע פּריווילעגיעס, בתוכם דערציִונג און בילדונג, פּרעסע, קולטורעלע אינסטיטוציעס, קאָלווירטן און ווירטשאַפֿטלעכע אונטערנעמונגען. אמת, די ערשטע קרבנות פֿון די סטאַליניסטישע רדיפֿות אויף ייִדן אין די 30ער יאָרן, זײַנען אויך געווען אין ווײַסרוסלאַנד.

אין דער רעפּובליק האָבן דעמאָלט געלעבט אַרום 900 טויזנט ייִדן, און לויט דער סטאַטיסטיק האָבן 95 פּראָצענט אָנגעוויזן, אַז זייער ערשטע שפּראַך איז ייִדיש. אויפֿן מלוכה־הערב פֿון דער ווײַסרוסישער רעפּובליק איז צווישן די אַנדערע דרײַ שפּראַכן (רוסיש, ווײַסרוסיש, פּויליש), געווען אויך אַן אויפֿשריפֿט אין ייִדיש — "פּראָלעטאַריער פֿונ אַלע לענדער, פֿאַרייניקט זיכ!".

ווי באַקאַנט, איז ווײַסרוסלאַנד, געווען צווישן די ערשטע שטחים, פֿאַרכאַפּט פֿון דער דײַטשישער אַרמיי, שוין אין די ערשטע טעג און וואָכן פֿון דער מלחמה צווישן דײַטשלאַנד און סאָוועטין־פֿאַרבאַנד. פֿאַרשטייט זיך, אַז די ייִדישע באַפֿעלקערונג, וואָס ס‘רובֿ פֿון זיי האָבן זיך נישט באַוויזן צו עוואַקויִרן, זײַנען געווען דער ערשטער קרבן אין די הענט פֿון די זאָנדער־קאָמאַנדעס. ווי עס ווײַזן די ציפֿערן, איז אין די יאָרן 1941־1944 אומגעקומען און אומגעבראַכט געוואָרן פֿון 500 טויזנט ביז 800 טויזנט ווײַסרוסישע ייִדן און אַרום 50 טויזנט ייִדן, דעפּאָרטירט קיין ווײַסרוסלאַנד פֿון די אייראָפּעיִשע לענדער. עס זײַנען ליקווידירט געוואָרן אַרום 250 געטאָס פֿון די נאַציס און זייערע באַהעלפֿע. די מינסקער געטאָ, אויפֿגעשטעלט אין 1941, איז געווען איינע די גרעסטע אין אייראָפּע, וווּ ס‘זײַנען פֿאַרניכטעט געוואָרן 100 טויזנט ייִדן.

די טרויער־אונטערנעמונגען זײַנען פּלאַנירט געוואָרן פֿון די הויכע רעגירונג־פֿענצטער. אַלעקסאַנדער לוקאַשענקאָ גופֿא, דער פּרעזידענט פֿון ווײַסרוסלאַנד, האָט אָפּגעהאַלטן אַ רעדע בעת דער טרויער־אַקאַדעמיע בײַם דערעפֿענען דעם מעמאָריאַל־קאָמפּלעקס "יאַמאַ" (גרוב"). "אין די ביטערע מינוטן פֿון אונדזער אַלגעמיינעם טרויער, ווענד איך זיך אין געדאַנק צום ליכטיקן אָנדענק פֿון יעדן קרבן, אומגעבראַכט פֿון די נאַצישע הענט — צו די שווײַגנדיקע שאָטנס פֿון פֿרויען, מענער, אַלטע און קינדער, וועלכע רינגלען אונדז דאָ אַרום אומזיכטיקערהייט, און איך זאָג זיי פֿעסט: ׳קיין מאָל מער ניט! קיין מאָל טאָר זיך נישט איבערחזרן דאָס ווילדע, וואָס די פֿאַשיסטן האָבן געטאָן, קיין מאָל טאָרן נישט נעמען די אויבערהאַנט די אידעען פֿון קסענאָפֿאָביע און נאַציאָנאַלער אומגערעכטיקייט׳".

דער ווײַסרוסישער פּרעזידענט האָט געזאָגט וויכטיקע זאַכן. מע קאָן אַפֿילו דערלאָזן, אַז ער טראַכט אַזוי, אָבער די אַלע זײַנע מעשׂים און רייד, וואָס לוקאַשענקאָ האָט געטאָן און געזאָגט ביז אַהער, לאָזן איבער טיפֿע ספֿקות אין זײַן אויפֿריכטיקן אויפֿפֿיר. לוקאַשענקאָ איז שוין נישט איין יאָר בײַ דער מאַכט, אָבער דווקא איצט האָט ער זיך געכאַפּט, אַז אין ווײַסרוסלאַנד איז פֿאַקטיש ניטאָ קיין איין בכּבֿודיקער דענקמאָל, וואָס וואָלט פֿאַראייביקט דעם אומקום פֿון אַ ממשותדיקן טייל פֿון דער אַמאָליקער ווײַסרוסישער באַפֿעלקערונג, וועלכע האָט צוזאַמען מיט די ווײַסרוסישע שכנים פֿאַרגאָסן שווייס און בלוט פֿאַר דער ערד. הײַנט נייטיקט זיך לוקאַשענקאָ אין אַזעלכע ליבעראַלע זשעסטן, כּדי צו "ווײַזן דער וועלט..."; און ווי אַ לאַקמוס־פּאַפּיר ווערן ווידער אויסגענוצט די "די שווײַגנדיקע שאָטנס" פֿון אונדזערע קדושים.

אפֿשר וואָלט מען עס נישט געדאַרפֿט דערמאָנען אין די טרויערדיקע טעג, אָבער מיר, לעבעדיקע, טאָרן עס נישט פֿאַרשווײַגן.

עס זײַנען ליקווידירט געוואָרן אַרום 250 געטאָס פֿון די נאַציס

Ich ken nisht farshteen farvus hobn di idn nisht farzucht tzu antloifn in di velder fun di gettos. Ich bin geboiren in Litve un hob farbracht a sach tzait in di dortike velder - zei zainen azoi gedicht az keiner ken dich dort nisht gefinen. Men ken essen piltze un yagodes un azoi iberleben. In Detzember vet a film aroiskumen mit Daniel Craig vegen idishe partizanen brider vos hobn gekemft kegen di natzis in di litvishe velder - ich empfel alle idn zoln dizen film zeen.