טעאַטער
פֿון איציק גאָטעסמאַן
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
משה יאַסור שטייט פֿאַרן יאַסער רומעניש־נאַציאָנאַלן טעאַטער
משה יאַסור שטייט פֿאַרן יאַסער רומעניש־נאַציאָנאַלן טעאַטער

דער לאַנגער קינסטלערישער וועג פֿון משה יאַסור, אַ געבוירענער אין רומעניע, האָט אים געפֿירט פֿון יאַס, קיין ישׂראל און דערנאָך קיין ניו־יאָרק. כאָטש ער רעזשיסירט שוין לאַנגע יאָרן אינעם בוקאַרעשטער ייִדישן מלוכה־ טעאַטער, וועט ער צום ערשטן מאָל שטעלן פֿאַרן "פֿאָלקסבינע־נאַציאָנאַלן ייִדישן טעאַטער" זײַן באַאַרבעטונג פֿון באַשעוויסעס קלאַסישער דערציילונג "גימפּל־תּם". די פּרעמיערע וועט פֿאָרקומען דעם 23סטן נאָוועמבער און מע וועט זי פֿאָרשטעלן ביזן 28סטן דעצעמבער.

משה יאַסור איז אויפֿגעוואַקסן אין דער שטאָט יאַס און אינעם שטעטל רידיקינען (Raducaneni), אַן ערך 20 מײַל אויף צפֿון פֿון יאַס, אין רומעניע. זײַן טאַטע איז אומגעקומען אינעם יאַסער פּאָגראָם, יוני 1941, אין וועלכן 14,000 ייִדן זענען דערהרגעט געוואָרן. די מלחמה האָט ער איבערגעלעבט מיט זײַן מאַמען אין אַ קעלער־שטיבל אין יאַס. אָבער אַן אויסטערלישן פֿאַקט דערציילט יאַסור: בעת דער מלחמה, אין ברען פֿונעם גרויסן אַנטיסעמיטיזם, האָט ער זיך געלערנט ייִדיש, העברעיִש און אַנדערע ייִדישע לימודים אין אַ ייִדישער שול, וווּ די לערער זענען געווען די גרעסטע ייִדישע פּראָפֿעסאָרן אינעם לאַנד, וועלכע די פֿאַשיסטישע רעגירונג האָט זיי אַרויסגעטריבן פֿון די אוניווערסיטעטן. איצט האָבן זיי געלערנט מיט יונגע קינדער. "מײַן לערער אינעם ערשטן קלאַס האָט רעדאַקטירט דעם ׳גרויסן רומענישן ווערטערבוך׳; ער איז געווען איינער פֿון די גרעסטע מומחים אין דער רומענישער שפּראַך. מיט אונדז האָט ער געלייענט פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע."

באַלד נאָך דער מלחמה איז יאַסור און זײַן מאַמע צוריקגעפֿאָרן אין זייער שטעטל און געבליבן דאָרט אויף צוויי יאָר, ביז ער האָט געדאַרפֿט זיך פֿאַרשרײַבן אין גימנאַזיע, און קיין גימנאַזיע אין שטעטל איז נישט געווען. זענען זיי צוריקגעקומען קיין יאַס, וווּ משה האָט אָנגעהויבן שטודירן טעאַטער אין דער שטאָטישער קאָנסערוואַטאָריע, אינעם קונסט־אָפּטייל. אין יענע יאָרן איז ער אויפֿגעטראָטן סײַ אינעם יאַסער רומענישן נאַציאָנאַל־טעאַטאר אויף רומעניש, סײַ אין ייִדישן טעאַטער, ווען מע האָט אים, אין 1947, אויפֿגעלעבט אין "פּאָמול ווערדע", דעם היסטאָרישן זומערגאָרטן, דאָס וויגעלע פֿון גאָלדפֿאַדענס טעאַטער. דאָרטן, ווי אַ ייִנגל, איז ער אויפֿגעטראָטן מיט אַלטע, באַקאַנטע רומעניש־ייִדישע אַקטיאָרן, וועלכע האָבן נאָך געשפּילט מיט די ערשטע גאָלדפֿאַדען־אַקטיאָרן, און האָבן זיך אומגעקערט קיין יאַס נאָך דער מלחמה — אַזעלכע ווי: סאָלאָמאָן פֿרידמאַן, אַבֿרהם נוימאַרק, נושאַ גרופּ, ליקאַ פֿינקעלעסקאָ. דעם טעאַטער האָבן די אַקטיאָרן אַליין רעמאָנטירט, כּדי פֿאָרצושטעלן די דראַמעס.

אַזוי ווי דער טעאַטער אין "פּאָמול ווערדע" האָט נישט געהאַט קיין דאַך, האָט מען געקענט נאָר שפּילן אין די וואַרעמע חדשים. האָט די שטאָט איבערגעגעבן דער טרופּע אַ בנין, און דער נײַער יאַסער ייִדישער טעאַטער האָט געשפּילט דאָרט ביז די סוף 1950ער יאָרן. צווישן די דירעקטאָרן און רעזשיסאָרן פֿון דער טרופּע זענען געווען זשעני קעסלער, איזיו שאַפּיראָ און איציק קאַראָ (שוואַרץ). חיים שוואַרצמאַן איז געווען דער דיריגענט און קאָמפּיזיטאָר פֿונעם אָרקעסטער. ווען די ייִדן זענען צו ביסלעך אַוועקגעפֿאָרן פֿון יאַס, ס‘רובֿ קיין ישׂראל, די אַנדערע קיין בוקאַרעשט, האָט מען אַריבערגעפֿירט דעם טעאַטער קיין בוקאַרעשט. ווען נישט די יאַסער און שטעטלדיקע ייִדן וואָס זענען אָנגעקומען אין דער הויפּטשטאָט פֿון רומעניע נאָך דער מלחמה, וואָלט קיין עולם פֿאַרן ייִדישן "מלוכה־טעאַטער" נישט געווען, ווײַל, בדרך־כּלל, זענען די בוקאַרעשטער ייִדן אין גאַנצן אַסימילירט געוואָרן.

אין 1950 האָט משה יאַסור עולה געווען קיין ישׂראל. איין אַנעקדאָט געדענקט ער פֿון די ערשטע חדשים אינעם ייִדישן לאַנד: אין יאַס האָט ער געשפּילט אין אַ סאַטירע וואָס האָט חוזק געמאַכט פֿון פּרעזידענט טרומאַן ("טרומאַן איז געווען דער לאָקיי פֿון וואָל־סטריט"). שטייענדיק אין ריי מיט אַנדערע נײַ־געקומענע צו באַקומען עסן, האָבן די יאַסער ייִדן אים דערקענט און געזאָגט — "זעט נאָר, טרומאַן וואַרט אויך אין דער ריי מיט אונדז אויף עסן!" יאַסור איז געוואָרן אַ לערער אין אַ תּימנער ייִשובֿ לעבן כּבֿר־סבה און דערנאָך זיך אָפּגעגעבן מיט טעאַטער. ער האָט איבערגעזעצט אַ רומעניש־ייִדישן דראַמאַטורג, מיכאַיעל סעבאַסטיאַן (יוסף העכטער) אויף העברעיִש, און ווען מע האָט די דראַמע פֿאָרגעשטעלט אין ירושלים, האָט זי געוווּנען דעם ערשטן פּריז. אַ דאַנק דער אָנערקענונג, האָט ער באַקומען אַ שטעלע אין חיפֿהער שטאָטישן טעאַטער ווי אַ געהילף־רעזשיסאָר. פֿון דאָרטן איז ער געפֿאָרן שטודירן טעאַטער אין פּאַריז אין די 1960ער יאָרן. דער גרויסער רומענישער דראַמאַטורג יודזשין יאָנעסקאָ האָט צו יענער צײַט געוווינט אין פּאַריז און יאַסור האָט געהאַט די געלעגנהייט מיטצואַרבעטן אויף עטלעכע פּרעמיערעס פֿון יאָנעסקאָ ווי אַ געהילף־רעזשיסאָר צו זשאַן־מאַרי סעראָ.

ווען ער איז צוריקגעפֿאָרן קיין ישׂראל, האָט ער באַקומען אַ שטעלע פֿון אַ פּראָפֿעסאָר אין אַ טעאַטער־סטודיאָ. אָבער נאָך עטלעכע יאָר האָט מען אים פֿאַרבעטן אויפֿצופֿירן אַ דראַמע אין ניו־יאָרק. דאָרטן האָט ער באַקומען אַ קאָנטראַקט אויף פֿיר יאָר און איז שוין געבליבן אין אַמעריקע אויף שטענדיק. כאָטש זײַן פֿרוי און ער האָבן בדעה געהאַט צוריקצופֿאָרן קיין ישׂראל, דערציילט יאַסור, איז דאָס אויספֿעלן פֿיר יאָר פֿונעם טעאַטער אין ישׂראל "געווען ווי געשטאָרבן". האָט ער באַקומען אין ניו־יאָרק אַ שטעלע אין אַ קאָלעדזש ווי אַ פּראָפֿעסאָר פֿון טעאַטער.

נאָך דעם ווי דער קאָמוניסטישער רעזשים איז זיך צעפֿאַלן אין רומעניע, האָט ער אָנגעהויבן פֿאָרן אַהין יעדעס יאָר אויף זעקס חדשים; דרײַ חדשים צו אַרבעטן מיטן יאַסער מלוכה־טעאַטער און דרײַ חדשים מיטן ייִדישן טעאַטער אין בוקאַרעשט. אין יאַס אַרבעט ער מיט די גרעסטע הײַנטיקע רומענישע אַקטיאָרן ווי מײַאַ מאָרגנשטערן. אין בוקאַרעשט האָט דער ייִדישער טעאַטער, וואָס ווערט געשטיצט פֿון דער מלוכה, אַ פּערסאָנאַל פֿון 100 מענטשן, אָבער פֿון זיי, זענען נאָר צוויי ייִדן. פֿון דעסטוועגן קומט אַ געטרײַער עולם און הערט זיך צו צו די דראַמעס מיט הערעלעך אין די אויערן. יעקבֿ גאָרדינס "קרויצער סאָנאַטע" שפּילט מען שוין 7 יאָר.

יאַסור איז זיך מודה, אַז דער מצבֿ איז אַ מאָדנער: די אַקטיאָרן און דער עולם קענען נישט דאָס לשון — מע האַלט דעם ייִדישן טעאַטער צו ווײַזן, אַז דער טײַוול אין רומעניע איז נישט אַזוי שוואַרץ ווי מע מאָלט אים". די אַקטיאָרן לערנען זיך ייִדיש און מע דאַרף מיט זיי אַרבעטן אויף די ראָלעס 3 אָדער 4 חדשים, אַ סך לענגער ווי געוויינטלעך.

זײַן באַאַרבעטונג פֿון "גימפּל־תּם" האָט בײַ אים באַשטעלט דער דירעקטאָר פֿונעם טעאַטער האַרי עליאַד, אַ ייִד, וואָס קען אָבער נישט קיין ייִדיש. "פֿון באַשעוויסעס מעשׂה פֿון 11 אָדער 12 זײַטן, האָב איך געמאַכט אַ פּיעסע פֿון 60—70 זײַטלעך מיט 25 אַקטיאָרן, מיט מוזיק און טענץ. אין דער "פֿאָלקסבינע" וועלן אָנטיילנעמען 12 אַקטיאָרן מיט עטלעכע ראָלעס פֿאַר יעדן איינעם. "איך האָב אין באַשעוויסעס שטעטל פֿראַמפּאָל אַרײַנגעמישט טיפּן פֿון מײַן אייגענעם שטעטל רידיקינען. מיר האָבן אויך געהאַט אונדזערע גימפּלס — איך האָף, אַז דער עולם וועט קומען זען די פּיעסע און נישט דערקענען וואָס איז זינגערס און וואָס איז יאַסורס."

וואָס פֿאַר אַ שײַכות האָט "גימפּל־תּם" מיט דער הײַנטיקער געזעלשאַפֿט? "מײַן מיינונג איז, אַז מיר זענען אַלע גימפּלס, און דעם בעסטן בײַשפּיל האָבן מיר הײַנט אויף דעם וואָל־סטריט. דאָס גאַנצע לעבן באַשטייט פֿון גלייבן און אויב מע הערט אויף צו גלייבן, טאָ וואָס זשע בלײַבט?"