פּובליציסטיק
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

בײַ אַברהם רייזענען איז דאָ אַ קורצע דערציילונג, אין וועלכער דער הויפּטהעלד חלומט וועגן אַ קוק טאָן אויף אַמעריקע מחוץ ניו-יאָרק. זײַן חלום איז ניט באַשערט געווען מקוים צו ווערן, ווײַל ער, אַ פּראָסטער ייִדישער אַרבעטער, האָט ניט געהאַט קיין געלט אויף אַזעלכע עקסקורסיעס. מײַן מצבֿ איז, גאָט צו דאַנקען, ניט אַזוי דראַמאַטיש, אַזוי אַז איך קען זיך דערלויבן אַזאַ וווילטאָג — נעמען אַן אויטאָ און זיך אַרויסכאַפּן אויף עטלעכע טעג פֿון דער שטאָט.

שוין אַ משך פֿון אַריבער פֿינף יאָר פֿאַרברענג איך אין אַמעריקע דעם גרעסטן טייל פֿון יאָר, און פֿריִער בין איך אויך ניט איין מאָל געווען אין דער "נײַער וועלט". דאָך קען איך זיך ניט באַרימען, אַז כ׳בין אויסגעפֿאָרן דאָס לאַנד. כ׳בין יאָ געווען אין אַ צענדליק צי אַ טוץ שטעט, אָבער זיי האָבן אויף מיר קיין גוואַלדיקן אײַנדרוק ניט געמאַכט. מיר איז שווער צו פֿאַרשטיין, ווען מענטשן הייבן אָן רעדן וועגן שיינקייט פֿון, אַ שטייגער, באָסטאָן צי סאַן-פֿראַנציסקאָ. כ׳בין מסכּים, אַז דאָס זײַנען גוטע, סאָלידע שטעט, ניט צו פֿאַרגלײַכן בעסער פֿון בערדיטשעוו. אָבער "שיינקייט" איז אַ וואָרט, וואָס אין מײַן מוח קלעפּט זיך ניט בשום-אופֿן מיט אָט די ערטער.

אַ סבֿרא, אַז דאָס אַרומפֿאָרן איבער אייראָפּע האָט מיך צעבאַלעוועט. אויף מײַן פֿײַנשמעקערישקייט האָט אַנומלטן אָנגעוויזן אַ ישׂראלי — אַ שטיקל קרובֿ פֿון מײַן זונס חבֿרטע. ווען איך האָב אים געזאָגט, אַז חדרה, וווּ מײַן שוועסטער וווינט, האַלט איך בכלל ניט פֿאַר אַ שטאָט, נאָר פֿאַר סתּם אַן אָרט מיט הײַזער, האָט יענער מיר שטרענג אָפּגעענטפֿערט: "אין ישׂראל זײַנען ניטאָ קיין מיאוסע שטעט. אייניקע זײַנען פּשוט שענער פֿון אַנדערע."

מילא, דאָס בין איך שוין זייער ווײַט פֿאַרפֿאָרן, ווײַל די רייד גייט, טאָמער איך האָב עס נאָך ניט באַוויזן צו דערמאָנען, וועגן ווערמאָנט. אַהין, צפֿון-צו פֿון ניו-יאָרק, האָבן מיר זיך געלאָזט מיט מײַן ווײַב. פֿאַר וואָס ווערמאָנט? ווײַל ס׳איז רעלאַטיוו ניט ווײַט פֿון ניו-יאָרק. דערצו האָבן אַלע געזאָגט, אַז דאָרטן איז שיין, בפֿרט אין אָט דער צײַט — סוף סעפּטעמבער און אָנהייב אָקטאָבער, מחמת דאָס איז דער סעזאָן פֿון האַרבסט-געבלעטער. און מיר האָבן טאַקע געוואָלט פֿאַרברענגען עטלעכע טעג וואָס ווײַטער פֿון די גרויסע שטעט.

אַ מזל האָבן מיר געהאַט מיט דער אַכסניא. זי איז איינע פֿון די עלטסטע אין דרום-ווערמאָנט, אויפֿגעבויט אַזש מיט אַ פּאָר יאָרהונדערט צוריק, וואָס איז ממש די קדמונישע צײַט אויף דער היגער שקאַלע. דער אינטעריער האָט נאָכגעמאַכט אַן ענגליש הויז, אָבער מיט דעם האָט זיך פֿאַרענדיקט די ענלעכקייט מיט ענגלאַנד. דאָס האָב איך גלײַך פֿאַרשטאַנען, ווען די באַלעבאָסטע האָט מיך צעקושט בײַם באַקענען זיך. אין ענגלאַנד איז עס, פֿאַרשטייט זיך, אוממעגלעך.

די אַכסניא האָט אַן אָרט פֿאַר פֿינף צי זעקס משפּחות. יעדע באַקומט צוויי צי אַפֿילו דרײַ חדרים. אָבער די טירן האָבן ניט קיין שליסלעך. ס׳איז אַ מין קאָמוניזם, אַ דאַנק וועלכן עס שאַפֿט זיך גלײַך אַ היימיש געפֿיל. הײַנט דער אָנבײַסן! ס׳איז אויך ניט דער "פֿולער ענגלישער אָנבײַסן", אַלע אינגרידיענטן פֿון וועלכן זײַנען סטאַנדאַרטיזירט געוואָרן נאָך, אפֿשר, אין קראָמוועלס צײַטן. דאָ איז יעדן טאָג געווען עפּעס אַן אַנדער מעניו פֿון מאכלים, און אַזעלכע לאַטקעס האָב איך, דאַכט זיך, קיין מאָל ניט געגעסן, אַפֿילו אין בערדיטשעוו צי בײַ מײַן שוועסטער אין חדרה. דאָס זעלבע האָט געזאָגט מײַן ווײַב, וואָס איז אויך אַ בריה אויף אַ סך זאַכן, לאַטקעס בתוכם. (איצט באַקומט עס נאָר דאָס אייניקל — ער דאַרף דערווײַל ניט טראַכטן וועגן דיעטעס.)

וואָס שייך די שטעט און דערפֿער אין דער געגנט — איז ווידער אַ מאָל ניטאָ וואָס צו קוקן. דאָס הייסט, מע פֿאָרט אַרײַן אין איין ייִשובֿ, און שוין גענוג, ווײַל די איבעריקע זײַנען, אין תּוך אַרײַן, פּונקט אַזעלכע. מע זעט אַ גאַס מיט הײַזער, מיט פֿלאַגן (גלײַך ווי מע האָט עס נאָר נעכטן אָפּגעשלאָגן בײַ אַ שׂונא און מע פֿײַערט נאָך אַלץ דעם נצחון), אַ קלויסטער, אַ צווינטער, אַ גאַזאָלין-סטאַנציע און אַ קרעמל. און אַ גאַראַזש-אויספֿאַרקויף.

אָבער די נאַטור — אין איר פֿאַרליבט מען זיך גלײַך, און עס דאַכט זיך אַפֿילו אַז זי ענטפֿערט מיט ליבע אויף ליבע. דאָ און דאָרטן האָט זיך צעגאָסן אַן אָזערע, און עס שפּיגלט זיך שטיל, אַרומגעוואָקסן מיט ביימער, וואָס טראָגן בלעטער פֿון גאָר פֿאַרשיידענע, דער עיקר וואַרעמע, קאָלירן. אַזוי פֿלעגט מען אין אוקראַיִנישע דערפֿער אויסאַרבעטן פֿריילעכע סטעזשקעלעך — פֿון קליינע שמאַטקעלעך. אין ווערמאָנט שטייען גאַנצע בערג באַדעקט מיט אַזעלכע בונטע "שמאַטקעלעך". די נאַטור האָט זיך יום-טובֿדיק פֿאַרפּוצט, און אויף דער ליאַמע זאַמלען זיך צונויף מענטשן פֿון גאַנץ אַמעריקע, און פֿון אויסלאַנד אויך. מע פֿאַרגעסט וועגן אַלץ: דער וואַל-קאַמפּאַניע, וואָס מאַכט משוגע; דעם עקאָנאָמישן קריזיס, וואָס מאַכט אויפֿגעשרויפֿט; וועגן דער דיעטע, וואָס מאַכט הונגעריק; וועגן די שטענדיקע טערמינען — דעם אַרטיקל, אַגבֿ, דאַרף איך אויך שוין מאָרגן איבערשיקן אין דער רעדאַקציע.

כ׳האָב איצט אַ פּרוּוו געטאָן זיך דערמאָנען, ווי עס זעט אויס דער צענטער פֿון בערדיטשעוו, וווּ איך בין געווען מיט אַ יאָר צוואַנציק צוריק. עפּעס אַ פֿאַרנעפּלט בילד שווימט אַרויס אין מײַן זכרון. פּונקט אַזוי געדענק איך ניט צענדליקער שטעט, וווּ מיר איז אויסגעקומען צו זײַן. אָבער די עטלעכע אָזערעס אין ווערמאָנט וועל איך, דאַכט זיך, לאַנג ניט פֿאַרגעסן.