פּאָליטיק

ציפּי ליבֿני וואַרפֿט אָפּ די פֿאָדערונגען פֿון ש״ס... ציפּי ליבֿני נעמט אָן די פֿאָדערונגען פֿון ש״ס... ש״ס שליסט זיך אָן אין דער רעגירונג (אין וועלכער דער ש״ס איז דערווײַל נאָך אַ מיטגליד אונטער דער צײַטווײַליקער אָנפֿירונג פֿון אהוד אָלמערט)... דער פֿינאַנץ־מיניסטער רוני בר־אָן שטעלט זיך שאַרף אַנטקעגן די פֿאַרלאַנגען פֿון ש״ס און איז גרייט מקריבֿ צו זײַן די קאָאַליציע, כּדי צו ראַטעווען די מלוכישע קאַסע... רוני בר־און איז גרייט מקריבֿ צו זײַן די מלוכישע קאַסע, כּדי צו ראַטעווען די קאָאַליציע... “עבֿודה" האָט געחתמעט דעם קאָאַליציע־הסכּם מיט “קדימה" מיט אהוד ברקן ווי דעם “העכסטן מיניסטער" מיט וועטאָ־רעכט אין דער רעגירונג פֿון ציפּי ליבֿני... דער קאָאַליציע־אָפּמאַך מיט “עבֿודה" נאָך נישט געוואָרן געחתמעט... “עבֿודה" פֿאָדערט באַזײַטיקן פֿרידמאַנען... “עבֿודה" פֿאָדערט נישט צו באַזײַטיקן פֿרידמאַנען... ציפּי ליבֿני וועט אויפֿשטעלן אַ מינדערהייט־רעגירונג מיט “עבֿודה" און מיט מר״צ... ציפּי ליבֿני וועט חתמנען אַן אָפּמאַך מיט “עבֿודה, מר״צ, פּענסיאָנערן און ש״ס... ש״ס וועט נישט גיין אין קיין רעגירונג מיט מר״צ... ציפּי ליבֿני וויל גיין צו נײַע וואַלן... ציפּי ליבֿני וויל נישט גיין צו קיין וואַלן...

ווי האַלט עס מיט די אַקציעס אויף דער פּאָליטישער בערזע?

אין די טעג, ווען די וועלט איז געוואָרן אַ בערזע און מיר אַלע זײַנען געוואָרן “אַקציאָנערן" לויטן נוסח פֿון י. ל. פּרצעס “מיין נישט" — צי מיר ווילן אָדער מיר ווילן דאָס נישט, מע פֿרעגט אונדז נישט במילא — איז די פּאָליטישע בערזע אין מדינת־ישׂראל געוואָרן נישט ווייניקער אַקטיוו ווי עס איז איצט די בערזע פֿון די ווערט־פּאַפּירן, וואָס האָט אויפֿגעטרייסלט די וועלט. די גלאָבאַליזאַציע האָט דעם עקאָנאָמישן קריזיס פֿונעם אָרטאָדאָקסישן קאַפּיטאַליזם פֿאַרוואַנדלט אין אַ וועלט־קריזיס, אין וועלכן די ווערט־פּאַפּירן האָבן פֿאַרלוירן זייער ווערט און די פּאָליטיק איז “אַרויף אויף דער בערזע" פֿון די נישט ווייניקער ספּעקולאַטיווע פּאָליטישע קאָמבינאַציעס, וואָס זײַנען אָבער פֿאַרבונדן מיט פּאָליטישן שאַנטאַזש.

עקאָנאָמישע שאַנטאַזשיסטן פֿעלן אונדז נישט אויס אין דער מדינה, מיר האָבן אַ גוט אַנטוויקלטע, אַ “פֿאָרגעשריטענע" מאַפֿיע, וואָס איז זייער אַקטיוו “אויפֿן שטח". אָבער אויף דער עקאָנאָמישער בערזע איז זי דערווײַל נאָך נישט טעטיק. דאַקעגן איז בײַ אונדז געוואָרן ביז גאָר אַקטיוו די פּאָליטישע בערזע פֿון די ווערטלאָזע פּאַפּירן.

למעשׂה איז די פּאָליטישע בערזע אַן אָרגאַנישער באַשטאַנדטייל פֿון דער פּאַרטיייִש־פּאָליטישער סיסטעם, וועלכע פֿירט זיך, אייגנטלעך, לויט די זעלבע אָדער לויט ענלעכע כּללים ווי יענע אויף דער עקאָנאָמישער בערזע, און זי איז שוין געוואָרן אַ רוטין אין דער פּאָליטיק אין ישׂראל, וואָס איז אַ טייל פֿון דער ישׂראלדיקער דעמאָקראַטיע. אין אָט דער רוטין טוישט זיך בײַ אונדז די רעגירונג דורכשניטלעך כּמעט יעדע צוויי יאָר — און דערפֿאַר האַלטן מיר שוין איצט פֿאַר דער 32סטער רעגירונג אין מדינת־ישׂראל זינט איר אויפֿקום מיט זעכציק און אַ האַלבן יאָר צוריק.

אויף דעם געביט האָבן מיר שוין איבערגעיאָגט אַפֿילו איטאַליע און מיר האָבן שוין געוווּנען דאָס ערשטע אָרט אין דעם גלאָבאַליזירטן וועלט־געיעג. אָבער — אין קעגנזאַץ צו די אַנדערע רעגירונגען פֿון דער וועלט, טוישט זיך בײַ אונדז (כּמעט נישט) זייער פּאָליטיק. דאַקעגן טוישן זיך בײַ אונדז, אָדער שפּאַלטן זיך און מערן זיך אין לאַנד, און טאַקע גראָד אין די איצטיקע טעג, די פּאַרטייען, אויב זיי טוישן נישט זייערע נעמען. און נישט קיין זעלטענע דערשײַנונג איז בײַ אונדז געוואָרן דאָס אַנטלויפֿן און אַריבערלויפֿן פֿון איין פּאַרטיי אין דער אַנדערער, פֿאַרלירנדיק אָדער פֿאַרטוישנדיק אויפֿן וועג זייערע אידעאָלאָגיעס — און די פּאַרטייען ווערן פֿון זיי אויסגעליידיקט, אויב זיי האָבן אַזוינס איבערהויפּט פֿאַרמאָגט.

די איצטיקע רעגירונג ווערט געבוירן “אין אַנדערע אומשטענדן" ווי אַ המשך־רעגירונג נאָך אירע צוויי פֿריִערדיקע: די רעגירונגען פֿון אַריאל שרון און אהוד אָלמערט, און איז געוואָרן, אַזוי ווי אַלע ביז איצטיקע, אַ רעגירונג פֿון אויסהאַלטן, אויסלעבן אָדער איבערלעבן ביז צום סוף פֿון איר געזעצלעכער קאַדענץ — און זי האָט דאָס זייער זעלטן מצליח געווען אין די איבער 60 יאָר געשיכטע פֿון דער מדינה.

הײַנטיקע וואָך ערבֿ שׂמחת־תּורה, איז די אויסערן־מיניסטאָרין אין דער 31סטער, און די פּרעמיער־קאַנדידאַטין פֿאַר דער 32טער רעגירונג, אַ טאָג נאָך דעם ווי דער גײַסטיקער פֿירער פֿון ש״ס, דער געוועזענער ספֿרדישער רבֿ ראשי, דער ראשון־לציון עובֿדיה יוסף האָט אַרײַנגעבראַכט אַ ספֿר־תּורה אין דער רעזידענץ פֿון דעם מדינה־פּרעזידענט שמעון פּערעס — יענעם טאָג האָט זיך אויסגעשעפּט דער טערמין פֿון די ערשטע 28 טעג פֿון ציפּי ליבֿניס מאַנדאַט אויפֿצושטעלן די נײַע רעגירונג. איז זי געקומען צו פּערעסן און האָט באַקומען פֿון אים אַ פֿאַרלענגערונג־טערמין פֿון נאָך צוויי וואָכן (לויטן געזעץ), אין משך פֿון וועלכע זי האָפֿט צו באַווײַזן אויפֿצושטעלן די באַנײַטע רעגירונג בראָש מיט “קדימה", אונטער איר פֿירונג. דער דאָזיקער טערמין וועט זיך אויסלאָזן דרײַ טעג פֿאַר די פּרעזידענט־וואַלן אין אַמעריקע. זי האָט נאָך אַן אָפּציע אויף נאָך צוויי וואָכן, טאָמער וועט זיך איר אויך דאָס מאָל נישט אײַנגעבן — דאַן וועט דער מדינה־פּרעזידענט אַריבערפֿירן איר מאַנדאַט צו אַן אַנדער קאַנדידאַט, מסתּמא פֿון דער אָפּאָזיציע, און דאָס וועט אָן ספֿק זײַן נתּניהו, דער מנהיג פֿונעם “ליכּוד" — און ערשט דאַן וועט זיך דאַרפֿן אָנהייבן אַ נײַע שפּיל (פֿאַרשטייט זיך, אויב...).

די “נײַע שפּיל" האָט זיך אָבער אָנגעהויבן שוין איצט, צווישן די זעלבע “שפּילערס" אויפֿן שאַכברעט — אָבער אויף אַ נײַעם פֿאָרום: די פּאָליטיק האָט זיך אַרויפֿגעכאַפּט אויף דער פּאָליטישער בערזע און האָט גענומען דאָרט ווילדעווען לויט די זעלבע כּללים ווי אויף דער עקאָנאָמישער בערזע פֿון די אַקציעס און ווערט־פּאַפּירן. כאָטש אין דער בערזע־שפּיל האָבן זיך באַטייליקט לכתּחילה נאָר די שותּפֿים אין דער איצטיקער קאָאַליציע — האָבן איצט צוויי פֿון זיי גענומען שפּילן אין דער זעלבער צײַט אויך אויף אַ צווייטער בערזע: דער ש״ס האָט גענומען שפּילן גלײַכצײַטיק אויך אויף דער בערזע פֿון “ליכּוד", און האָט גלײַך גענומען ליציטירן איר סחורה אויף אַ הויכן פּרײַז פֿון די קינדער־קיצבֿאות אויף אַ סומע פֿון אָנדערטהאַלבן מיליאַרד שקלים — אַ קיצבֿה, וואָס נתּניהו האָט געהאַט אָפּגעשאַפֿט ווען ער איז געווען פֿינאַנץ־מיניסטער אין דער רעגירונג פֿון שרון אין די ראַמען פֿון זײַן “עקאָנאָמישער רעפֿאָרם", וואָס האָט פֿאַראָרעמט די אָרעמעלײַט, און וואָס רוני בר־און האָט זיך אָפּגעזאָגט צוריקצוקערן ווי דער פֿינאַנץ־מיניסטער אין דער רעגירונג פֿון אהוד אָלמערט. צו דעם “סאָציאַלן" פּרײַז האָט ש״ס איצט צוגעגעבן דעם פּאָליטישן פּרײַז פֿון זײַן קעגנערשאַפֿט צו פֿאַרהאַנדלען מיט די פּאַלעסטינער וועגן דעם סטאַטוס פֿון ירושלים.

דער מנהיג פֿון “עבֿודה" אהוד ברק, דער עיקרדיקער שותּף אין דער קאָאַליציע, וועלכער האָט מיט זײַן אולטימאַטיוון דיקטאַט געצוווּנגען די “קדימה" אַדורכצופֿירן די פּרײַמעריס און האָט דערפֿירט צו דעם קריזיס פֿון דער רעגירונג — אויך ער וויל איצט געווינען, נישט געקוקט אויף זײַן טיף געפֿאַלענער פּאָפּולאַריטעט, וואָס באַדראָט די עצם עקזיסטענץ פֿון זײַן פּאַרטיי ווי אַ פּאָליטישן כּוח, האָט אויך בײַם אָנהייב פּרובירט לאַוורירן צווישן ציפּי ליבֿני און ביבי נתּניהו. נתּניהו האָט אָבער אָפּגעוואָרפֿן זײַן פֿאָרשלאַג וועגן שאַפֿן אַ נאַציאָנאַלע נויטשטאַנד־רעגירונג — אַ זאַך וואָס ער האָט נישט פֿאַרלאַנגט אין די טעג פֿון דער צווייטער לבֿנונישער מלחמה און נישט אונטער דער אָפֿענסיווע פֿון די קאַסאַם־ראַקעטעס פֿון "כאַמאַס".

נתּניה האָט זײַן פֿאָרשלאַג אָפּגעוואָרפֿן, האָפֿנדיק אַליין צו געווינען מיט בעסערע שותּפֿים אין מעגלעכע וואַלן צו דער כּנסת. איצט האָט ברק, אין זײַן דערגרייכטן קאָאַליציע־הסכּם מיט “קדימה" כּמעט גאָרנישט דערגרייכט פֿאַר זײַנע וויילער. דערפֿאַר האָט ער אָבער אויסגעקעמפֿט פֿאַר זיך דעם סטאַטוס פֿון דעם “העכסטן" מיניסטער, דעם ערשטן צווישן די וויצע־מיניסטאָרן, מיט אַ כּמעט וועטאָ־דעה אין דער רעגירונג. ער האָט אָבער זיך אונטערגעגעבן דעם טאָפּלטן “פֿרידמאַניזם" — דעם פֿון דעם יוסטיץ־מיניסטער דניאל פֿרידמאַן, וועלכער טוט אַלץ אָפּצושוואַכן דעם כּוח פֿון העכסטן טריבונאַל פֿאַר גערעכטיקייט צו שטיין אויף דער וואַך פֿון מענטשן־רעכט, און דעם עקאָנאָמישן פֿרידמאַניזם פֿון דער “נעאָ־ליבעראַלער" טאַטשעריסטישער גלאָבאַליזאַציע, וואָס האָט דערפֿירט צו דעם איצטיקן קריזיס אויף דער וועלט־בערזע.

און דער דריטער שותּף, די פּענסיאָנערן־פּאַרטיי “גיל", וועלכע איז אויפֿגעקומען ווי אַן עלעקטאָראַלער שפּאַס און איז אויסגעוואַקסן צו אַ פּאַרלאַמענטאַרישן כּוח פֿון 7 מאַנדאַטן, האָט זינט איר אויפֿקום זיך איין מאָל געשפּאָלטן, איין פֿראַקציע פֿון דרײַ פּערזאָן האָט זיך פֿאַראייניקט מיט דעם פֿאַרגעסענעם רעשטל פֿון “צומת" — אַ מאַרגינעלע ראַדיקאַל־רעכטע פּאַרטיי, געשאַפֿן פֿון שפּאַלטונגען און פֿאַראייניקונגען אין 1984 דורך דעם געוועזענעם צה״ל־קאָמאַנדיר פֿון דער ערשטער לבֿנונישער מלחמה, רפאל איתּן. פֿאַראַיאָרן האָט זיי דער אָליגאַרך גײַדאַמאַק בוכשטעבלעך אָפּגעקויפֿט פֿאַר זײַן פּאַרטיי אונטערן נאָמען “פּאַרטיי פֿון סאָציאַלן צדק", אָבער די יורידישע אינסטאַנץ פֿון דער כּנסת האָט דעם אָפּמאַך בטל געמאַכט. איצט האָבן זיך די ביידע פֿראַקציעס פֿון “גיל" צוריק פֿאַראייניקט, אָבער איינער פֿון די זיבן דעפּוטאַטן האָט זיך אָפּגעשפּאָלטן אין אַ באַזונדערער פֿראַקציע, וואָס איז נאָך עלול צו ווערן דאָס “צינגל פֿון דער וואָך" און לײַטיש אויסשאַנטאַזשירן די פּאָליטישע פֿאַקטאָרן.

און — עס איז נאָך געבליבן אַן אינערלעכער פּאָליטישער כּוח אין “קדימה", וועלכער איז געקומען אין דער פּאַרטיי ווי אַ פּאָליטישער פּליט פֿון “ליכּוד", וואָס איז דאָרט אַדורכגעפֿאַלן אין די פֿירער־פּרײַמעריס קעגן נתּניהו און האָט זיך “טיף באַליידיקט", ווען ער איז אַדורכגעפֿאַלן אין “קדימה" אין די פּרײַמעריס קעגן ציפּי ליבֿני, כאָטש מיט אַ קליינער צאָל שטימען. ער האָט געבראַכט מיט זיך אין “קדימה" די אַלע, וועמען עס איז געוואָרן ענג און עס איז שוין נישט געבליבן קיין אָרט פֿאַר זיי אין ראַנג פֿון די העכערע עסקנים אין “ליכּוד" און זיי האָבן געשטרעבט צו באַהערשן מיטן גײַסט פֿון “ליכּוד" די “קדימה". שאול מופֿז, דער געוועזענער ראַדיקאַל־רעכטער שעף פֿון גענעראַל־שטאַב און דערנאָך דער מיניסטער פֿאַר זיכערהייט אין דער רעגירונג פֿון שרון־“ליכּוד", האָט זיך שוין געהאַט באַטראַכט פֿאַר אָלמערטס יורש אין “קדימה" און שוין געהאַט אַפֿילו אַדורכגעקומען מיט ש״ס און מיט הרבֿ עובֿדיה יוסף — און אַ באַליידיקטער, אַזוי ווי ברק נאָך זײַן ערשטער מפּלה, גענומען אַ “צײַט־פּויזע" פֿון דער פּאַרטיי נאָך זײַן דורכפֿאַל, אָבער זיך גיך צוריקגעקערט, פֿאַרלאַנגענדיק פֿון ציפּי ליבֿני דעם זעלבן סטאַטוס פֿון אַ “העכסטן מיניסטער" — אַזוי ווי ברק.

ווי מיר זעען, וועט ציפּי ליבֿני נישט האָבן קיין לײַכט לעבן אין די צוויי וואָכן פֿון דער פּאָליטישער בערזע — און דער דעמיסיאָנירטער אהוד אָלמערט וועט נאָך ווײַטער קענען פֿאָרזעצן זײַן ווירטועלן פֿאָרשריט. מדינת־ישׂראל איז נאָך קיינמאָל נישט געשטאַנען פֿאַר אַזאַ וויכטיקן היסטאָרישן שיידוועג און אַזוי נאָענט צו אַ פּאָליטישער אַנטשיידונג — און אַזוי ווײַט פֿון דער מעגלעכקייט זי צו רעאַליזירן...

תּל־אָבֿיבֿ, 20סטער אָקטאָבער 2008