פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אונדזער קלאַסיקער, שלום-עליכם, האָט געעצהט, אַז ווען עפּעס אַן ענין ווערט נימאס-ומאָוס, דאַרף מען בײַטן די טעמע און זיך ווענדן צו מער פֿריילעכע זאַכן, אַזעלכע ווי כאָלערע אין אָדעס. איך לייג פֿאָר צו פֿאַרגעסן, לכל-הפּחות, אויף עטלעכע מינוט, וועגן די וואַלן אין אַמעריקע און אַ קוק טאָן, וואָס עס קומט פֿאָר מיט די וואַלן אין די לענדער, בשכנות מיט רוסלאַנד. אין יענעם טייל פֿון דער וועלט פֿילט מען באַזונדערס שאַרף די נאָכווייענישן פֿון דער רוסיש-גרוזינישער מלחמה. זי האָט אַרויפֿגעלייגט אַ שטעמפּל סײַ אויף די צווישן-מלוכישע באַציִונגען, סײַ אויף דער צעשטעלונג פֿון די פּאָליטישע כּוחות אין די לענדער גופֿא.

אין אוקראַיִנע האָט די מלחמה קאַטאַליזירט די קאָנפֿליקטן צווישן פֿאַרשיידענע טעריטאָריעלע, עטנישע און סאָציאַלע גרופּעס פֿון דער באַפֿעלקערונג. מיזרח און מערבֿ פֿונעם לאַנד שטעלן מיט זיך פֿאָר גאַנץ פֿאַרשיידענע געזעלשאַפֿטן, מיט פֿאַרשיידענע היסטאָרישע שורשים. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס 17 פּראָצענט תּושבֿים פֿון אוקראַיִנע האַלטן זיך פֿאַר רוסן, און 46 פּראָצענט פֿון דער באַפֿעלקערונג האַלטן רוסיש פֿאַר זייער מוטער-שפּראַך. אין קיִעוו, דער הויפּטשטאָט, רעדן אין דער היים רוסיש 77 פּראָצענט פֿון דער באַפֿעלקערונג, און אין מערבֿ דאָמינירט אוקראַיִניש.

קיין חידוש ניט, אַז די גאַנצע פּאָליטישע סיסטעם ווערט ממש צעריסן פֿון דעם מיזרח-מערבֿדיקן קאָנפֿליקט, צו וועלכן עס מישן זיך אַרײַן אויך אַנדערע פּראָבלעמען. איצט, אָבער, איז אַלץ פּאַראַליזירט געוואָרן צוליב דעם סיכסוך צווישן יוליאַ טימאָשענקאָ, וואָס שטייט בראָש דער רעגירונג, און דעם פּרעזידענט וויקטאָר יושטשענקאָ. זיי האָבן, בכלל, אַ לאַנגע געשיכטע פֿון קאָמפּליצירטע באַציִונגען. אַ מאָל זײַנען זיי געווען די פֿירער פֿון דער אָראַנזש-קאָאַליציע און האָבן ביידע צוגעזאָגט אַן אייראָפּעיִשן וועקטאָר אין פּאָליטיק. די לעצטע צײַט פֿירט טימאָשענקאָ, אַ טוערין מיט ריזיקע אַמביציעס, זייער אַ קאָמפּליצירטע שפּיל און איז פֿאָרזיכטיק אין דער אָפּשאַצונג פֿונעם רוסיש-גרוזינישן קאָנפֿליקט, ווײַל זי פֿאַרשטייט אַז אָן די שטימען פֿון דער רוסיש-אָריענטירטער באַפֿעלקערונג וועט איר זײַן שווער צו פֿאַרבײַטן יושטשענקאָ, ווען עס וועלן קומען נײַע פּרעזידענטישע וואַלן. דערווײַל פּרוּווט יושטשענקאָ צו געפֿינען אַ וועג צו לייזן דעם שאַרפֿן פּאָליטישן קריזיס און צוליב דעם וויל ער דורכפֿירן נײַע וואַלן אין פּאַרלאַמענט. אָבער טימאָשענקאָ לאָזט אים עס ניט צו טאָן, און ס׳איז ניט קלאָר, מיט וואָס עס וועט זיך פֿאַרענדיקן אָט דער פּאַראַליז פֿון דער מאַכט.

ווײַסרוסלאַד איז אויך צעטיילט אויף מיזרח, וואָס איז נעענטער צו רוסלאַנד, און מערבֿ, וואָס איז נעענטער צו פּוילן. אָבער די דאָזיקע געאָגראַפֿיע שפּילט ניט אַזאַ ממשותדיקע ראָלע, ווי אין אוקראַיִנע. בכלל, נאָר צען פּראָצענט פֿון דער באַפֿעלקערונג נוצט ווײַסרוסיש ווי זייער אומגאַנג-שפּראַך, די איבעריקע זײַנען רוסיש-רעדנדיקע. לויט די אויספֿרעגן, וואָלט אַ דריטל פֿון דער באַפֿעלקערונג געוואָלט, מע זאָל זיך גאָר צונויפֿגיסן מיט רוסלאַנד. און עס האָט לאַנג אויסגעזען, אַז דער פּראָצעס גייט טאַקע אין אָט דער ריכטונג. אָבער דער פּרעזידענט, אַלעקסאַנדר לוקאַשענקאָ, האָט די גאַנצע צײַט אָפּגעלייגט די חתונה און בלײַבט צופֿרידן מיט די באַציִונגען ווי בײַ אַ "בוי-פֿרענד" מיט אַ "גיאָל-פֿרענד".

עקאָנאָמיש און פּאָליטיש האָט לוקאַשענקאָס ווײַסרוסלאַנד אָפּגעהיט אַ סך פֿאָרמען פֿון סאָוועטישן לעבן, מיט אַ היפּשער סאָציאַלער פֿאַרטיידיקונג פֿון דער באַפֿעלקערונג און אָן דער שרײַענדיקער רײַכקייט, וואָס רייצט דעם רוסישן עולם. די אָפּאָזיציע האָט מען — אויך לויטן סאָוועטישן נוסח — ניט דערלויבט אַ פּיפּס טאָן. די וואַלן האָט מען אויך דורכגעפֿירט לויט סאָוועטישע רעצעפּטן. נאָך די וואַלן אין 2006 האָבן מערבֿדיקע לענדער אײַנגעפֿירט סאַנקציעס, בפֿרט קעגן לוקאַשענקאָ און צענדליקער פֿונקציאָנערן זײַנע — מע האָט באַשלאָסן, אַז אין אַ לײַטישער שטוב האָבן זיי ניט וואָס צו טאָן.

די לעצטע צײַט פֿילט מען, אַז נײַע ווינטן האָבן גענומען בלאָזן אין די באַציִונגען צווישן ווײַסרוסלאַנד און דער מערבֿדיקער וועלט. הגם די אַנומלטיקע וואַלן האָבן ווידער ניט געבראַכט אין פּאַרלאַמענט קיין איין אָפּאָזיציע-פֿאָרשטייער, האָט מען פֿון דעם קיין גרויסן טאַראַראַם ניט געמאַכט. דער מערבֿ איז צופֿרידן מיט דער באַפֿרײַונג פֿון דרײַ פֿירנדיקע אָפּאָזיציאָנערן, וועלכע זײַנען פֿריִער געזעסן אין תּפֿיסה. מע איז אויך צופֿרידן מיט לוקאַשענקאָס אויסדרייען זיך פֿון אָנערקענען די אומאָפּהענגיקייט פֿון צפֿון-אָסעטיע און אַבכאַזיע. די אייראָפּעיִשע פֿאַראייניקונג האָט אַפֿילו אָפּגערופֿן דעם חרם, אַזוי אַז לוקאַשענקאָ קען איצט פֿאָרן אין די 27 לענדער. מע רעדט שוין וועגן דעם, אַז ווײַסרוסלאַנד קלײַבט אויס אַ וועג, וועלכער האָט ענלעכקייט מיט דער כינעזישער סיסטעם פֿון קאָמוניזם געמישט מיט קאַפּיטאַליזם. און דאָס קען מען, אַ פּנים, אַראָפּשלינגען. אַזוי צי אַזוי, אָבער די ווערטער, אַז ווײַסרוסלאַנד איז די לעצטע טיראַניע אין אייראָפּע, הערט מען שוין ניט.

צוריק גערעדט, נעמט מען דאָך אַרײַן די ווײַט ניט קיין דעמאָקראַטישע און סתּם טיראַנישע רעזשימען, וואָס מע האָט אין אַנדערע לענדער פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. מע הערט ניט קיין פֿיליפּיקעס, למשל, מכּוח אַזערבײַדזשאַן, וווּ דער איצטיקער פּרעזידענט, אילכאַם אַליִעוו, האָט אין 2003 פּשוט געירשנט דעם כּיסא-המלכות — אַזוי ווי דאָס איז געווען, אַ שטייגער, אין סיריע. אַזערבײַדזשאַן איז סטראַטעגיש וויכטיק אי ווײַל עס האָט נאַפֿט, אי ווײַל עס געפֿינט זיך אין קאַווקאַז. וואַלן פֿירט מען דאָרטן דורך, און אָפֿיציעל שטימען פֿאַר אַליִעוון אַרום 90 פּראָצענט, בעת די רעאַלע אָפּאָזיציע בויקאָטירט דעם דאָזיקן פֿאַרס פֿון דעמאָקראַטיע.