- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
טײַערע חזנטע, איך האָב זיך געלייגט אין בעט יענע נאַכט און ווען איך האָב זיך צוגערירט צום קישן, האָב איך דערזען אַ טשאָקאָלאַד מיט אַ קאַרטל! מײַן מאַן האָט זיי דאָרטן געלאָזט. טאַקע זיס! האָב איך געעפֿנט און איבערגעלייענט דאָס קאַרטל און געשטוינט; ס׳איז דאָרטן געשטאַנען — "דעם ראָש־השנה שיק איך דאָס קאַרטל מיט ליבשאַפֿט צו מײַן מאַמען!" דאָס וואָרט "מאַמע" איז אָנגעשריבן געוואָרן מיט גרויסע אותיות. די וווּנטשן, וואָס ער האָט אַליין אָנגעשריבן זענען געווען שיין און גוט, אָבער פֿאַר וואָס האָט ער מיר געקויפֿט אַ "מאַמע"־קאַרטל? האַלט איר, אַז פּסיכאָלאָגיש, וואָלט ער גיכער געוואָלט פֿאַרברענגען מיט זײַן מאַמען, ווי מיט מיר? יעקבֿ האָט געזאָגט, אַז איך בין צו סענסיטיוו, אָבער איך האַלט, אַז דאָס איז געווען אַ גרויסער טעות. זײַן פֿרוי, נישט זײַן מאַמע טײַערע "פֿרוי, נישט קיין מאַמע", איך וואָלט געדאַנקט אײַער מאַן, פֿאַר זײַן מתּנה און פֿאַר די שיינע ווערטער, וואָס ער האָט אַליין אָנגעשריבן. דאָס איז ווערט מער ווי די ווערטער וואָס ווערן געדרוקט אינעם קאַרטל. עס איז מעגלעך, אַז ער האָט זיך געאײַלט, און האָט געקויפֿט, וואָס ער האָט געמיינט איז אַ שיין שנה־טובֿה־קאַרטל. בעסער אַרויסצוּווײַזן מחילה און אים דאַנקען פֿאַרן קאַרטל. טײַערע חזנטע, מע האָט זיך אַרײַנגעגנבֿעט אין דער דירה, וואָס געפֿינט זיך אונטער אונדזערער, אָבער מײַן פֿרוי וויל נאָך אַלץ אַליין זיך אומקערן אַהיים פֿון דער אַרבעט אין אָוונט. זי אַרבעט נאָר איין גאַס פֿון אונדזער וווינונג, און מיר וווינען אין אַ גוטער געגנט, אָבער נאָך אַזאַ געשעעניש, האַלט איך, וואָלט זי געדאַרפֿט גיין אַהיים מיט נאָך עמעצן — אַ וועכטער אָדער אַ מיטאַרבעטער, אַ מאַן — צו זײַן זיכער. זי איז אַ פֿעמיניסטקע און האָט זיך באַליידיקט פֿון מײַן פֿאָרלייג. מיר וועלן טאָן וואָס איר הייסט. אָן שלום־בית טײַערער אָן שלום־בית, איר זענט גערעכט. בעסער אַן אומגליקלעכע פֿעמיניסטקע־פֿרוי, ווי איינע וואָס ווערט באַרויבט, אָדער אַטאַקירט, חלילה. צום באַדויערן איז די וועלט נישט קיין זיכערע, אַפֿילו ווען מע טראַכט, אַז מע לעבט אין אַ שטילער, זיכערער געגנט. לויט מײַן מיינונג, קען מען קיין מאָל נישט זײַן צו פֿאָרזיכטיק. אײַער פֿרוי דאַרף אָננעמען די עצה פֿון אַ מאַן וואָס האָט זי ליב. טײַערע חזנטע, איך האָב ליב צו זינגען און נישט איין מענטש פֿלעגט מיר זאָגן, אַז איך זינג שיין — ביז איך האָב חתונה געהאַט מיט אַ מוזיקער. ער זאָגט מיר כּסדר, אַז איך זינג פֿאַלש, און אַז ער קען נישט פֿאַרטראָגן מײַן זינגען, ווײַל סע הייבן אים אָן וויי טאָן זײַנע פּערפֿעקטע מוזיקאַלישע אויערן. ער האַלט, אַז דער טאָן מײַנער איז גוט, אָבער די נאָטן זענען אין גאַנצן נישט ריכטיק. האָב איך געענטפֿערט, אויב איך זינג פֿאַלש, טאָ פֿאַר וואָס זשע באַקום איך אַזוינע שיינע קאָמפּלימענטן וועגן מײַן שטימע פֿון מײַנע שכנים אין שיל? איך וויל אים נישט גלייבן, אָבער סע טוט אַוודאי וויי, אַז ער האָט נישט ליב מײַן זינגען. ווי קען איך בײַ אים פּעולן, ער זאָל זיך יאָ צוהערן צו מײַן שיין קול? זינגערין טײַערע זינגערין, קודם־כּל, קענט איר זאָגן אײַער מאַן, אַז כאָטש איר זענט נישט קיין פּראָפֿעסיאָנעלע זינגערין, האָט איר ליב צו זינגען, און עס טוט אײַך וויי צו הערן זײַן קריטיק. צווייטנס, אויב איר ווילט פֿאַרבעסערן אײַער זינגען, וואָלט איך פֿאָרגעלייגט איר זאָלט אָנהייבן זיך לערנען בײַ אַ וואָקאַל־לערער, אָדער זיך לערנען שפּילן אויף אַן אינסטרומענט, אָדער זיך באַטייליקן אין אַ כאָר. די אַלע פֿאָרלייגן וואָלטן אײַך געהאָלפֿן טרענירן אײַער אויער, איר זאָלט האַלטן דעם ריכטיקן טאָן און אַנטוויקלען אײַערע מוזיקאַלישע טאַלאַנטן. איר וואָלט געדאַרפֿט זיך צוהערן צו זײַן עצה וועגן פֿאַרבעסערן אײַער שטים, און ער דאַרף זײַן מער אײַנגעהאַלטן וואָס שייך זײַן קריטיק.
* * *
|