פֿונעם אייביקן קוואַל

"בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ" — "בײַם אָנהייב האָט דער אייבערשטער באַשאַפֿן דעם הימל און די ערד"; אַ צאָל קלאַסישע מפֿרשים טײַטשן דעם ערשטן פּסוק פֿון דער תּורה אַ ביסל אַנדערש: "בײַם אָנהייב פֿונעם שאַפֿן דעם הימל און די ערד, האָט דער אייבערשטער...". לויט אַזאַ אָפּטײַטש, דערציילט דער דאָזיקער פּסוק וועגן דעם פּראָצעס פֿון באַשאַפֿונג, און נישט וועגן אַ פֿאַרענדיקט געשעעניש.

די אַרײַנפֿיר-פֿראַזע פֿון דער תּורה לאָזט זיך אָפּגעטײַטשט ווערן אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים; בלויז דאָס ערשטע וואָרט, "בראשית", טראָגט אין זיך אומצאָליקע רמזים. למשל, קאָן מען צעטיילן דאָס דאָזיקע וואָרט ווי "ברא שית" — "געשאַפֿן זעקס". פֿאַר אַלע אָביעקטן פֿונעם אוניווערס, "הימל און ערד", האָט דער אייבערשטער קודם געשאַפֿן די סבֿיבֿה, וווּ זיי קאָנען זיך אַנטוויקלען.

די צאָל זעקס איז מרמז אויף די ריכטונגען פֿונעם דרײַ־דימענסיאָנעלן רוים, ווי אויך די זעקס וואָכנטלעכע טעג, וועלכע סימבאָליזירן דעם המשך, ווי אויך די ציקלישע נאַטור פֿון דער צײַט. זעקס איז אַ "שלימותדיקע צאָל" מיט אַ ריי אינטערעסאַנטע מאַטעמאַטישע אייגנשאַפֿטן, וועלכע סימבאָליזירן אויך די דיאַלעקטישע באַציִונגען פֿון פֿאַרשיידענע כּוחות אין דער נאַטור און אינעם מענטשלעכן באַוווּסטזײַן. דאָס וואָרט "בראשית" גופֿא באַשטייט פֿון זעקס אותיות, וועלכע זענען מרמז אויף די דאָזיקע אַספּעקטן פֿון קאָסמאָס און נשמה.

בײַם אָנהייב פֿון זײַן ספֿר "קדושת לוי", באַטאָנט דער גרויסער חסידישער צדיק, רבי לוי-יצחק באַרדיטשעווער, אַז די באַשאַפֿונג איז אַ שטענדיק־אָנגייענדיקער פּראָצעס. "דער באַשעפֿער האָט באַשאַפֿן אַלץ און ער איז אַלץ; יעדע רגע ברענגט ער שפֿע צו אַלע באַשעפֿענישן אין אַלע וועלטן". דערפֿאַר, דערקלערט דער באַרדיטשעווער רבי, זאָגט מען בײַם דאַוונען: "יוצר אור ובורא חושך" — "דער, וואָס שאַפֿט דאָס ליכט און די פֿינצטערניש".

די צוויידײַטיקייט פֿון די ערשטע ווערטער אין דער תּורה ווײַזט אָן, אַז די באַשאַפֿונג קאָן באַשריבן ווערן סײַ ווי אַ פֿאָרגעקומענעם פֿאַקט, סײַ ווי אַ פּראָצעס, ווײַל די וועלט עקזיסטירט צוליב דעם באַלאַנס פֿון צוויי היפּוכדיקע פּרינציפּן: סטאַביליטעט און שטענדיקע ענדערונג.

די ווערטער גופֿא, מיט וועלכע די תּורה הייבט אָן צו דערציילן וועגן דעם וועלט-באַשאַף, האָבן נישט קיין פֿיקסירטן "הויפּט-באַדײַט", און לאָזן זיך אָפּגעטײַטשט ווערן סײַ אין דער פֿאַרגאַנגענער, סײַ אין דער איצטיקער צײַט; דאָס ווײַזט אָן, אַז אונדזער פֿאַרשטאַנד פֿונעם טעקסט, אַזוי ווי די אויפֿנעמונג פֿון דער אַרומיקער ווירקלעכקייט, האַלט אויך אין איין בײַטן זיך.

די וויסנשאַפֿטלער האָבן אויפֿגעוויזן, אַז די פֿונדאַמענטאַלע עלעמענטן פֿון דער וועלט באַוועגן זיך אָן אַ הפֿסק, און פֿירן זיך לויט די פּרינציפּן פֿון אומבאַשטימטקייט און רעלאַטיוויטעט; און פֿאָרט — בלײַבט דער אוניווערס אויפֿן אָרט, און זעט אויס, אין אַלגעמיין, גאַנץ סטאַביל.

אינעם תּרגום־יונתן ווערט דאָס וואָרט "בראשית" איבערגעטײַטשט ווי "בחוכמתא" — דורך חכמה. דער מענטשלעכער שׂכל דערמעגלעכט צו באַנעמען די אַרומיקע וועלט, דערפֿאַר הייבט זיך אָן אונדזער פּערזענלעכע וועלט מיטן כּוח פֿון חכמה, באַוווּסטזײַן. אַפֿילו אַן אינטויִטיווע השׂגה קאָנקרעטיזירט די אַרומיקע אָביעקטן, און גיט זיי צו אַ געוויסן באַדײַט. דערפֿאַר ווערט די וועלט באַנומען, על-פּי-שׂכל, ווי אַ סטאַבילע, "פֿאַרענדיקטע" זאַך.

אין תּהילים שטייט געשריבן: "עזרי מעם השם, עושׂה שמים וארץ" — "די הילף קומט פֿונעם אייבערשטן, וועלכער שאַפֿט הימל און ערד". אין דער אמתן, ווערט די וועלט איבערגעשאַפֿן יעדן מאָמענט פֿון ס׳נײַ, הגם ס׳איז נישט תּמיד גרינג דאָס צו זען. ווען מע פֿאַרלאָזט די גרענעצן פֿונעם געוויינטלעכן שׂכל, קאָן מען דערגרייכן דעם העכערן אויפֿנאַם פֿון דער וועלט, וווּ די "מעשׂה-בראשית" גייט נאָך אַלץ אָן, און קאָן זיך בײַטן בדרך-נס.

ווי מיר האָבן שוין באַהאַנדלט אינעם פֿריִערדיקן אַרטיקל, איז די שׂמחה פֿון די פֿאַרגאַנגענע יום-טובֿים, סוכּות און שׂמחת-תּורה, מסוגל דורכצוברעכן די גרענעצן צווישן גשמיות און רוחניות, אויב מע שטרעבט צו באַנעמען דעם תּוכן פֿון דער הײַנטיקער פּרשה, די "מעשׂה-בראשית", ווי אַ שטענדיקן לעבעדיקן פּראָצעס, העכער פֿון אַלע חכמות און קאָנצעפּציעס, קאָן מען אַרײַנברענגען דעם "שׂמחת-תּורהדיקן" טעם פֿון לעבעדיקייט אינעם טאָג-טעגלעכן לעבן.