איציק מאַנגער. די וווּנדערלעכע לעבנס־באַשרײַבונג פֿון שמואל אבא אַבערוואָ (דאָס בוך פֿון גן־עדן). רוסישע איבערזעצונג פֿון איגאָר בולאַטאָווסקי און וואַלערי דימשיץ. סאַנקט־פּעטערבורג׃ סימפּאָזיום, 2008. |
צוליב וואָס דאַרף מען איבערזעצן ייִדישע ליטעראַטור? צו באַקענען די אומות־העולם מיט די אומבאַקאַנטע קולטורעלע אוצרות, אָדער צו אַנטפּלעקן די אייגענע קולטורעלע ירושה פֿאַר די ייִדן, וואָס קאָנען, נעבעך, ניט לייענען קיין ייִדיש? צי דאַרף די איבערזעצונג אָפּהיטן וואָס מער "ייִדישקייט", אָדער פֿאַרקערט, מע דאַרף צופּאַסן די איבערזעצונג צו די אַלגעמיינע באַגריפֿן און קענטענישן? וועלכע ווערק איז כּדאי איבערצוזעצן לכתּחילה, וועלכע שפּעטער, און וועלכע אפֿשר בכלל ניט?
יעדער איבערזעצער פֿאַרענטפֿערט, אַזוי אָדער אַנדערש, אָט די און נאָך אַנדערע פֿראַגעס. די ענטפֿערס ווערן זעלטן־ווען געגעבן אין אַן אָפֿענער פֿאָרם. געוויינטלעך, געפֿינען זיי זיך אינעם טעקסט פֿון דער איבערזעצונג גופֿא. יעדע קולטור האָט אַן אייגענע איבערזעצערישע טראַדיציע, און אייגענע מאָסן פֿאַר אָפּשאַצן ליטעראַרישע איבערזעצונגען.
די געשיכטע פֿון דער ליטעראַרישער איבערזעצונג פֿון ייִדיש אויף רוסיש הייבט זיך אָן אינעם 19טן יאָרהונדערט, אין דער תּקופֿה פֿון די קלאַסיקער. פֿאַר די איבערזעצער פֿון יענער צײַט איז ייִדיש געווען זייער מאַמע־לשון. אייניקע פֿון זיי — ווי למשל, ש. אַנ־סקי, רחל בוימוואָל, רבֿקה רובין — זײַנען אַליין געווען ייִדישע שרײַבער. די דאָזיקע שול האָט געגעבן דעם רוסישן לייענער מוסטערהאַפֿטיקע איבערזעצונגען פֿון די קלאַסיקער און געשאַפֿן אַן אייגנאַרטיקן "פֿאַרייִדישטן" נוסח פֿון רוסיש, וואָס פּאַסט באַזונדערס גוט צו דעם "באַריידעוודיקן" סטיל פֿון מענדעלע און שלום־עליכם.
די סאָוועטישע ייִדישע ליטעראַטור האָט, צום באַדויערן, ניט זוכה געווען צו באַקומען אַזעלכע גוטע איבערזעצונגען. נאָך דעם צעפֿאַל פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט מען כּמעט אויפֿגעהערט איבערצוזעצן פֿון ייִדיש, צוליב עקאָנאָמישע און דעמאָגראַפֿישע סיבות. אַנשטאָט דעם האָט מען זיך צוגעכאַפּט צו באַשעוויסן, וואָס מע האָט אים "אַנטדעקט" אויף ענגליש.
דערפֿאַר איז די פּובליקאַציע פֿון איציק מאַנגערס "דאָס בוך פֿון גן־עדן" אין דער נײַער איבערזעצונג אַזוי וויכטיק. די צוויי פּעטערבורגער איבערזעצער, וועלכע האָבן אויסגעלערנט די ייִדישע שפּראַך, זײַנען מחדש די רוסיש־ייִדישע ליטעראַרישע טראַדיציע. נאַטירלעך, לאָזט זיך מאַנגערס סטיל, מיט זײַן איראָנישער סטיליזירטער פֿאָלקסטימלעכקייט, שווער איבערטראָגן אויף אַ וואָסער־ניט־איז פֿרעמדער שפּראַך, אָבער דווקא די רוסישע שפּראַך פֿאַרמאָגט דערבײַ געוויסע מעלות. די איבערזעצער געבן איבער די לײַכטע און שטיפֿערישע באַריידעוודיקייט פֿונעם אָריגינאַל, אָבער היטן אָפּ אַ געוויסע ייִדישע "עקזאָטישקייט".
די נײַע איבערזעצונג איז צוגעמאָסטן אויף אַ געבילדעטן עולם, וועלכער פֿאַרשטייט, אַז פּשטות אין ליטעראַטור איז ניט אומבאַדינגט פּרימטיוו. אינעם נאָכוואָרט טײַטשט דער רעדאַקטאָר וואַלערי דימשיץ אויס דעם וועלט־ליטעראַרישן "ייִחוס־בריוו" פֿון מאַנגערס מײַסטערווערק, ווי אַ טייל פֿון דער אייראָפּעיִשער טראַדיציע פֿון דעם בורלעסקן, אָדער "העראָיִש־קאָמישן" ראָמאַן. לויט דעם זשאַנער, איז "דאָס בוך פֿון גן־עדן" אַן אַנאַכראָניזם, ווײַל בורלעסק האָט אָפּגעבליט אין די אייראָפּעיִשע ליטעראַטורן מיט אַ פּאָר הונדערט יאָר צוריק. נאַטירלעך, איז דאָס אַ בכּיוונדיקער אַנאַכראָניזם. מאַנגער האָט ספּעציעל אויסגעקליבן אַן "אַלטפֿרענקישן" זשאַנער, כּדי צו באַוויינען, אויף זײַן אייגנטימלעכן איראָנישן אופֿן, די וועלט פֿון זײַן קינדהייט, וואָס איז געשטאַנען אויף דער שוועל פֿונעם חורבן.
די נײַע אויסגאַבע איז אילוסטרירט מיט די צייכענונגען פֿון דעם פּויליש־ייִדישן קינסלטער מענדל רײַף פֿון דער ערשטער וואַרשעווער אויפֿלאַגע אין 1939, וואָס איז כּמעט אין גאַנצן פֿאַרניכטעט געוואָרן אין די ערשטע טעג פֿון דער מלחמה. אָבער דער דיזײַן פֿונעם בוך, אויסגעפֿירט דורך איינעם פֿון די בעסטע רוסישע קינסטלער, איז גאַנץ מאָדערן. דאָס בוך איז אַרויס אין איינעם פֿון די סאַמע פֿײַנשמעקערישע רוסישע פֿאַרלאַגן, פּעטערבורגער "סימפּאָזיום", וואָס ספּעציאַליזירט זיך אויף ליטעראַטור פֿאַר מבֿינים. הקיצור, אַלע סימנים ווײַזן, אַז מאַנגערס ראָמאַן איז אַ מײַסטערווערק פֿון דער וועלט־ליטעראַטור, וואָס איז, סוף־כּל־סוף, צוטריטלעך געוואָרן דעם רוסישן לייענער.
דאָס בוך האָט באַקומען גוטע אָפּרופֿן אין די חשובֿע רוסישע צײַטונגען, אַפֿילו אין אַזעלכע, וואָס שרײַבן פֿאַר געשעפֿטס־לײַט. דאַכט זיך, מען דאַרף זיך פֿרייען אויף אַזאַ אויפֿנאַמע פֿון אַ ייִדישן שרײַבער, וועמעס נאָמען איז עד־היום געווען ניט באַקאַנט דעם רוסישן לייענער. אָבער ניט אַלע קריטיקער זײַנען צופֿרידן. די נעגאַטיווע שטים קומט דווקא פֿון דער ייִדישער גאַס. אַ קריטיקער אין דער צײַטשריפֿט "לחיים", וועלכער האָט זיך פֿאַרבאַהאַלטן אונטערן פּסעוודאָנים "מיכאַיִל מײַקאָוו", האָט געהאַלטן אַ גאַנצע דרשה וועגן חסרונות און מעלות פֿון פֿאַרשידענע ייִדישע שרײַבער, און איז געקומען צו אַן אויספֿיר, אַז דווקא מאַנגערס ראָמאַן איז גאַנץ "ספֿקותדיק" עסטעטיש, ווײַל עס איז ניט מער ווי אַ טאַנדעטנע נאָכמאַכונג פֿונעם אַלטן זשאַנער פֿון פּורים־שפּיל, אָן קיין שום אידעיִשער טיפֿקייט אָדער קינסטלערישער פֿײַנקייט.
אַזאַ מין אָפּשאַצונג זאָגט עדות ניט נאָר וועגן דעם ליטעראַרישן עם־הארצות פֿונעם אַנאָנימען קריטיקער; זי איז אויך אַ סימן־מובֿהק פֿון דער טאָפּלטער מאָס, מיט וועלכער מע מעסט די אַלגעמיינע און די ייִדישע ליטעראַטור. מען זאָגט אָפּ דער ייִדישער ליטעראַטור אין אָריגינעלקייט און נאָוואַטאָרישקייט, ווײַל מען וויל זי אויסנוצן ווי אַן אינסטרומענט צו פֿאַרשפּרייטן אַזאַ מין ייִדישקייט, וואָס פּאַסט בעסער פֿאַר דעם געשמאַק פֿונעם קריטיקער. דאָס איז אַ פּראָבלעם פֿון ייִדישער קריטיק ניט נאָר אין רוסלאַנד, הגם אין רוסלאַנד דערגרייכט זי ממש אַ לעכערלעכע מדרגה, ווען די גרעסטע און וויכטיקסטע ייִדישע פּובליקאַציע קאָן ניט געהעריק אָפּשאַצן אַן עכט ייִדיש מײַסטערווערק.