מיט צוויי וואָכן צוריק זענען געוואָרן באַקאַנט די נעמען פֿון די נאָבעל־לאַורעאַטן אין וויסנשאַפֿט.
די פּרעמיע אין מעדיצין איז צוגעטיילט געוואָרן דעם דײַטשישן וויסנשאַפֿטלער האַראַלד צור האַוזען, פֿאַר זײַן אַנטדעקן, אַז געוויסע מינים פּאַפּילאָמאַ-ווירוסן זענען גורם דעם מוטערהעלדזל-ראַק בײַ פֿרויען, און די פֿראַנצויזישע ווירוסאָלאָגן פֿראַנסואַז באַרע־סינוסי און לוק מאָנטאַניע, פֿאַרן אַנטדעקן דעם ווירוס פֿונעם אימונאָדעפֿיציט בײַ מענטשן (HIV).
דער ראַק שטייט אויף דעם צווייטן אָרט, נאָך האַרץ־קראַנקייטן, צווישן די טויט־סיבות אין די אַנטוויקלטע לענדער. אין די לעצטע יאָרצענדליקער האָבן די וויסנשאַפֿטלער אָנגעווענדט זייער אַ סך באַמיִונגען, כּדי אויסצופֿאָרשן די דאָזיקע קראַנקייט, אָבער דער פּראָגרעס זי צו באַקעמפֿן גייט אָן לאַנגזאַם, בײַ ס׳רובֿ מינים ראַק. צור האַוזען האָט פֿאָרויסגעזאָגט, אָנהייב די 1970ער יאָרן, אַז אַ ווירוס פֿון דער משפּחה "פּאַפּילאָמאַ" איז גורם דעם ראַק אין מוטערהעלדזל. עס איז געווען באַקאַנט, אַז עטלעכע אַנדערע ווירוסן אין דער דאָזיקער משפּחה זענען ניט געפֿערלעך, און אַ סך פֿאָרשער האָבן זיך סקעפּטיש באַצויגן צו צור האַוזענס השערה.
מיט דער צײַט האָט מען אָבער באַוויזן, אַז דער ווירוס איז גורם כּמעט אַלע וואַריאַציעס פֿונעם מוטערהעלדזל-ראַק — דעם צווייט־פֿאַרשפּרייטסטן ראַק בײַ די פֿרויען. מע האָט אויסגענוצט די דאָזיקע אַנטדעקונג, כּדי צו פֿאַרבעסערן די פֿרי־צײַטיקע דיִאַגנאָסטיק פֿון דער קראַנקייט. הײַנט האָט מען געפֿונען אַ וואַקצין קעגן צוויי שטאַמען פֿונעם קאַנצעראָגענישן ווירוס; דאָס באַנוצן די דאָזיקע וואַקצין בײַ מיידלעך און יונגע פֿרויען קען פֿאַרמינערן די סכּנה פֿון דער קראַנקייט אויף 70 פּראָצענט.
דער סינדראָם פֿון דערוואָרבענעם אימונאָדעפֿיציט (AIDS) איז באַקאַנט זײַט דעם יאָר 1981; פֿון יענער צײַט זענען פֿון דער דאָזיקער קראַנקייט אומגעקומען מער ווי 25 מיליאָן מענטשן. די אַנטדעקונג פֿונעם אימונאָדעפֿיציט-ווירוס אין 1983 איז געווען דער ערשטער און זייער אַ וויכטיקער עטאַפּ אינעם קאַמף קעגן דער דאָזיקער קראַנקייט. שפּעטער האָט מען געפֿונען אַן אַנאַליז, וועלכער דערמעגלעכט צו געפֿינען דעם דאָזיקן ווירוס. אַ דאַנק דעם, איז די סכּנה אָנגעשטעקט צו ווערן מיט "HIV" בײַ אַ בלוט־איבערגיסונג אָדער אַ כירורגישער אָפּעראַציע אין אַ שפּיטאָל זייער אַ קליינע — לכל-הפּחות, אין די אַנטוויקלטע לענדער.
הײַנט זענען געשאַפֿן געוואָרן מעדיקאַמענטן, וואָס קענען פֿאַרלײַכטערן און פֿאַרלענגערן דאָס לעבן פֿון די פּאַציענטן; קיין אמתע רפֿואה איז אָבער דערווײַל ניטאָ. די אָפּשאַצונגען ווײַזן, אַז אינעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר האָבן אַרום 33 מיליאָן מענטשן אין דער וועלט, אַרײַנגערעכנט 2 מיליאָן קינדער, געטראָגן די אינפֿעקציע; מער ווי 2 מיליאָן מענשטן שטאַרבן פֿון איר יעדעס יאָר. אין צפֿון־אַמעריקע איז 0.6 פּראָצענט פֿון דער באַפֿעלקערונג אָנגעשטעקט מיט "HIV", אין מערבֿ־אייראָפּע — 0.3 פּראָצענט, אין מיזרח־אייראָפּע און צענטראַל־אַזיע — 0.8 פּראָצענט. די קראַנקייט איז זייער פֿאַרשפּרייט אין סוב־סאַהאַרישער אַפֿריקע. אין דרום-אַפֿריקע איז 20 פּראָצענט פֿון דער באַפֿעלקערונג אינפֿעצירט מיט "HIV". די פֿאָרשונג און דער קאַמף קעגן דער טויטלעכער קראַנקייט גייט אָן ווײַטער.
* * *
די לאַורעאַטן אין פֿיזיק זענען געוואָרן דער אַמעריקאַנער וויסנשאַפֿטלער יאָכיראָ נאַמבו, און די יאַפּאַנישע וויסנשאַפֿטלער מאַקאָטאָ קאָבײַאַשי און טאָשיהידאָ מאַסקאַוואַ, פֿאַרן אַנטדעקן און דערקלערן די "ספּאָנטאַנע געבראָכענע סימעטריע" אין סובאַטאָמישער פֿיזיק, ווי אויך פֿאַרן פֿאָרויסזאָגן, אַז אין דער נאַטור עקזיסטירן, צום ווייניקסטן, 3 משפּחות פֿון קוואַרקן (געוויסע מינים עלעמענטאַרע טיילעכלעך).
אין דער נאַטור טרעפֿן זיך אָפֿט סימעטרישע אָביעקטן: אַ מאַראַנץ איז, צום בײַשפּיל, קײַלעכדיק — זייער סימעטריש. אַ מענטש אָדער אַ חיה זענען נישט אַזוי סימעטריש, אָבער ווײַזן אַרויס אויך אַ סימעטריע, צווישן אונדזער לינקער און רעכטער זײַט, כאָטש נישט אינגאַנצן: דאָס האַרץ איז פֿון דער לינקער זײַט, און די לעבער — פֿון דער רעכטער.
אַן אַנדער מין סימעטריע באַטראַכט מען אין פֿיזיק. די געזעצן פֿון קלאַסישער מעכאַניק האָבן סימעטריעס, וואָס זענען ענלעך צו די באַקאַנטע געאָמעטרישע סימעטריעס. טיפֿערע און מער באַהאַלטענע סימעטריעס זענען פֿאַראַן אינעם געזעץ, וואָס באַשרײַבט עלעקטרע און מאַגנעטיזם. אַלבערט אײַנשטיין האָט אַנטדעקט, אַז די זעלביקע סימעטריעס זענען זייער וויכטיק, כּדי צו פֿאַרשטיין די אַלוועלט, און זענען געוואָרן אַ יסוד פֿון דער באַרימטער "רעלאַטיוויטעט־טעאָריע".
סימעטרישקייט איז זייער אַ וויכטיקע אייגנשאַפֿט פֿון אונדזער וועלט, נאָר ס’איז אויך וויכטיק, אַז אַ מאָל קען די סימעטריע ווערן "געבראָכן". מע קען אַפֿילו זאָגן, אַז מיר זענען אַלע קינדער פֿון "געבראָכענער סימעטריע": לויט דער טעאָריע פֿונעם "גרויסן אויפֿרײַס", איז מיט אַרום 14 מיליאַרדן יאָר צוריק פֿאָרגעקומען אַ גיגאַנטישער אויפֿרײַס, וועלכער האָט באַשאַפֿן מאַטעריע און אַנטי־מאַטעריע. ווען אַ טיילעכל פֿון מאַטעריע באַגעגנט אַ טיילעכל פֿון אַנטי־מאַטעריע, ווערן זיי ביידע פֿאַרשוווּנדן, אַרויסלאָזנדיק ראַדיאַציע.
אויף וויפֿל מע ווייסט, באַשטייט אונדזער אוניווערס, כּמעט אינגאַנצן, פֿון געוויינטלעכער מאַטעריע. עס בלײַבט אַן אָפֿענע פּראָבלעם: פֿאַרוואָס האָט אין דער וועלט געוווּנען מאַטעריע, און נישט אַנטי־מאַטעריע, הגם זיי קאָנען ביידע באַטראַכט ווערן ווי "גלײַכרעכטיקע" טיילן פֿונעם אוניווערס. מע זעט, אָבער, אַז אינעם פּראָצעס פֿונעם "גרויסן אויפֿרײַס" האָט די געוויינטלעכע מאַטעריע "געוווּנען"; אַנישט, וואָלט אונדזער וועלט ניט געקאָנט עקזיסטירן — לכל-הפּחות, אין דער איצטיקער פֿאָרמע.
אין דער נאַטור זענען דאָ 4 פֿונדאַמענטאַלע כּוחות: גראַוויטאַציע, עלעקטריע, און צוויי כּוחות פֿון דער קעגנזײַטיקער ווירקונג צווישן טיילעכלעך אינעם קערן פֿון אַטאָמען. די פֿיזיקער שטרעבן צו שאַפֿן אַ טעאָריע, וועלכע זאָל באַשרײַבן אַלע דאָזיקע כּוחות גלײַכצײַטיק. ביז איצט איז עס געלונגען צו קאָנסטרויִרן דעם "סטאַנדאַרטן מאָדעל", וואָס באַשרײַבט דרײַ פֿון זיי, אַחוץ גראַוויטאַציע. די "געבראָכענע סימעטריע" איז אַ וויכטיקע אייגנשאַפֿט אינעם סטאַנדאַרטן מאָדעל.
יאָכיראָ נאַמבו, מאַקאָטאָ קאָבײַאַשי און טאָשיהידאָ מאַסקאַוואַ האָט זיך אײַנגעגעבן צו דערקלערן די דאָזיקע אייגנשאַפֿט פֿון דער טעאָריע. די אַרבעט פֿון קאָבײַאַשי און מאַסקאַוואַ האָט אויך פֿאָרויסגעזאָגט די עקזיסטענץ פֿון נײַע עלעמענטאַרע טיילעכלעך, וועלכע זענען שפּעטער אַנטדעקט געוואָרן בשעת עקספּערימענטן.
אַ סך פֿראַגעס וועגן דער פֿיזיק פֿון אַטאָמישן קערן בלײַבן אָבער ביז הײַנט אַ גרויסע רעטעניש. מע האָפֿט, אַז מען וועט פֿאַרשטיין זיי בעסער — צוליב דעם גיגאַנטישן "צונויפֿשטויסער", וועלכער איז נאָר-וואָס קאָנסטרויִרט געוואָרן אין דער שווײַץ.
* * *
די פּרעמיע אין כעמיע וועלן דאָס יאָר באַקומען די אַמעריקאַנער וויסנשאַפֿטלער אָסאַמו שומאָמוראַ, מאַרטין טשאַלפֿי און ראָדזשער ע. ציִען, פֿאַרן אַנטפּלעקן און אַנטוויקלען דעם "גרינעם פֿלואָרעסצירנדיקן פּראָטעיִן". אָסאַמו שומאָמוראַ האָט אַנטפּלעקט דעם דאָזיקן פּראָטעיִן, ווען ער האָט אויסגעפֿאָרשט "Aequorea victoria" — אַ מין מעדוזע, וואָס לעבט אינעם צפֿונדיקן טייל פֿונעם פּאַציפֿישן אָקעאַן. ער האָט שטודירט דעם פּראָטעיִן און האָט פֿעסטגעשטעלט, אַז ער לויכט מיט אַ גרינעם קאָליר אונטער דער אולטראַ־פֿיאָלעטער באַלײַכטונג.
מאַרטין טשאַלפֿי איז געווען צווישן די, וואָס האָבן באַוויזן, אַז דער דאָזיקער פּראָטעיִן איז זייער ניצלעך אין ביִאָלאָגישע פֿאָרשונגען. אין איינעם פֿון זײַנע ערשטע עקספּערימענטן האָט ער אַרײַנגעלאָזט דעם פּראָטעיִן אין אַ דורכזיכטיקן וואָרעם. אונטער דער אולטראַ־פֿיאָלעטן באַלײַכטונג האָט מען געקענט זען, וווּ עס געפֿינען זיך גענוי די שײַנענדיקע מאָלעקולן.
עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז דער פּראָטעיִן איז אומשעדלעך פֿאַר כּמעט אַלע חיות, און אַז זײַן פֿלואָרעסצירנדיקער עפֿעקט איז גענוג סטאַביל. דאָס האָט דערלויבט צו באַנוצן דעם דאָזיקן עפֿעקט בײַם שטודירן אַ סך מיקראָסקאָפּישע פּראָצעסן. די אַרבעט פֿון אַנדערע פֿאָרשער, צווישן זיי ראָדזשער אי’ ציִען, האָט פּראָדוצירט נײַע און פֿאַרבעסערטע מאָדיפֿיקאַציעס פֿונעם פּראָטעיִן. די מעדוזע, פֿון וועלכער מען האָט באַקומען דעם פֿלואָרעסצירנדיקן שטאָף, לעבט אין קאַלטע וואַסערן, און דער פּראָטעיִן האָט פֿונקציאָנירט ערגער בײַ העכערע טעמפּעראַטורן. נײַע מאָדיפֿיקאַציעס לײַדן נישט פֿונעם דאָזיקן חסרון. מע האָט אויך פּראָדוצירט רויטע מאָלעקולן, און נאָך דעם — פֿון אַנדערע קאָלירן. אַ דאַנק דעם, קען מען מאַרקירן און גלײַכצײַטיק שטודירן עטלעכע פּראָצעסן אין אַ קעמערל.
פֿלואָרעסצירנדיקע פּראָטעיִנען זענען הײַנט אַ וויכטיקער אינסטרומענט אין ביִאָלאָגיע, ביִאָכעמיע און מעדיצין. זיי קענען, צום בײַשפּיל, באַלײַכטן וואַקסנדיקע טומאָרס, ווײַזן די אַנטוויקלונג פֿון אַלצהיימער־קראַנקייט אָדער דעם וווּקס פֿון פּאַטאָגענישע באַקטעריעס.