דאָס איז אַ גרינגער בײַ־מאכל צוצוגרייטן, און פּאַסט זיך גוט צו צו כּמעט אַלע הויפּט־געריכטן: פֿיש, הינדל, רינדספֿלייש, אָדער וועגעטאַרישע מאָלצײַטן. די צעקוועטשטע פּאָמידאָרן מעגן זײַן פֿון אַ פּושקע.
3 לעפֿל איילבערט־בוימל
6 ציינדלעך קנאָבל
1 פֿונט (454 גראַם) סטרוטשקעס
1/2 לעפֿעלע רויטע פֿעפֿערלעך
1/2־3 טעפּלעך צעקוועטשטע פּאָמידאָרן
(זאַלץ, אויב איר ווילט)
הייצט אָן דעם בוימל אין אַ גרויסער פּאַטעלניע איבער אַ מיטעלן פֿײַער.
שיילט אָפּ און צעקוועטשט די ציינדלעך קנאָבל און לייגט זיי אַרײַן אין דער פּאַטעלניע. מישט כּסדר ביז זיי ווערן צוגעברוינט, בערך 1־2 מינוט.
טוט אַרײַן די סטרוטשקעס און רויטע פֿעפֿערלעך, און מישט זיי בערך 3 מינוט. גיט צו די צעקוועטשטע פּאָמידאָרן, דעקט צו די פּאַטעלניע, און קאָכט די סטרוטשקעס 10 מינוט לאַנג, אָדער ביז זיי ווערן ווייך.