טעאַטער
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ סצענע פֿון "דער ירושלימער סינדראָם":
אַ סצענע פֿון "דער ירושלימער סינדראָם":
Steven Rosen

ליבע פֿרײַנד, איך מוז זיך מודה זײַן, אַז די הײַנטיקע פֿאַרפֿאַסערס פֿון "מיוזיקלס" טויגן אויף טויזנט כּפּרות. וועט איר דאָך פֿרעגן פֿאַרוואָס? וועל איך אײַך זאָגן: ערשטנס, פֿעלט זיי טאַלאַנט; צווייטנס, פֿעלט זיי הומאָר; דריטנס, פֿעלט זיי פֿאַנטאַזיע; פֿערטנס, פֿעלט זיי וויסן, און פֿיפֿטנס... כ׳גיי זיך דאָ נישט באַווײַזן, אַז איך קען ציילן ביז הונדערט. ווי איז דאָס צו רייד געקומען? פּראָסט און פּשוט. זיץ איך זיך אַזוי לאַגאָדנע און באַקוועם אין דער היים, און טו זיך מײַן אַרבעט. מיט אַ מאָל קלינגט דער טעלעפֿאָן און האַקט מיר איבער די געדאַנקען. טראַכט איך זיך, ווער קען דאָס זײַן אַזוי שפּעט אויף דער נאַכט? ווײַזט זיך אַרויס, אַ פֿרײַנד פֿון אַ פֿרײַנד; ווי מען זאָגט בײַ אונדז, מײַן פֿערדס בײַטשס שטעקעלע. וואָסי?, טראַכט איך זיך, יעהופּעץ גייט צום קינד? דער קלינגער קומט דווקא פֿון זייער אַ רײַך שטעטל אין לאָנג־אײַלענד. הײַנט איז עס אַ יחוס. פֿון פֿאַך — אַ דאָקטער, "פּולמענערי", הײַסט עס; ער קען זיך אויס אויף לונגען. נאָר וואָס דען? ער האָט שטאַרק ליב ייִדיש. ער מיט זײַן פֿרוי פֿאַרפֿעלן נישט קיין איין ייִדישע פֿאָרשטעלונג זינט די וועלט שטייט. האָב איך זיך אַביסל פֿאַרוווּנדערט. וואָס בין איך אים לעצטנס שולדיק? איז די מעשׂה אַזאַ: ער האָט יענע וואָך געזען אַ "מיוזיקל", וואָס הייסט "דזשערוסאַלעם סינדראָם". ממש נסים ונפֿלאות. אַזוינס האָט מען נאָך נישט געשטעלט זינט די ששת־ימי־בראשית. איך טאָר עס בשום־אופֿן נישט פֿאַרפֿעלן. פֿרעג איך אים:

— וואָס איז די גדולה? — זאָגט ער מיר:

— עס האָט מיך דערמאָנט אין דײַן ראָק־מיוזיקל, "די לידער פֿון גן־עדן", וואָס מען האָט געשפּילט אַמאָל בײַם ניו־יאָרקער שעקספּיר־פֿעסטיוואַל און פּאָבליק־טעאַטער.

אויב אַזוי, טראַכט איך זיך, מוז איך גלײַך באַשטעלן בילעטן און נישט אַדורכלאָזן אַזאַ געלעגנהייט. הייבט זיך אָן אַ מעשׂה. דאָס מוזיקאַלישע שטיק "ירושלימער סינדראָם" האָט זיך אָנגהויבן נײַן אַזייגער אויף דער נאַכט און דאָס שלעפּעניש קיין מאַנהעטן, און געפֿינען אַן אָרט וווּ אַוועקצושטעלן דעם אויטאָ איז אויך פֿאָלג מיך אַ גאַנג. אָבער, ווען עס קומט צום טעאַטער, בין איך אַלעמאָל אַ בעלנדע. דער עיקר, אַז עס דערמאָנט אים אין "לידער פֿון גן־עדן".

וואָס זאָל איך אײַך זאָגן, ליבע מענטשן, דער "ירושלימער סינדראָם" האָט זיך געצויגן פֿון ירושלים ביז טונעיאַדעווקע און פֿון דאָרט האָט זיך עס פֿאַרקירעוועט קיין האָצעקלאָץ. אָן אַ טראָפּן ייִדישן טעם, נודנע און נאַרישעוואַטע; נישט געשטויגן, נישט געפֿלויגן; אַ קו איז געפֿלויגן איבערן דאַך און געלייגט אַן איי. איז אין וואָס איז עס געגאַנגען? רעדט זיך דאָ וועגן אַ הויפֿן אַמעריקאַנער טוריסטן, וואָס קומען אָן קיין ירושלים און יעדערער פֿון זיי פֿאַרוואַנדלט זיך אין אַ העלד אָדער העלדינע פֿון חומש. איינע פֿון די ייִדענעס, אַנשטאָט פֿיליס הייסט פּלוצים שׂרה. און זי זוכט אַרום אַבֿרהמען. משה רבינו זוכט אַרום דעם נעכטיקן טאָג, און אין מיצקע דערינען ווערט איין טוריסט פֿאַרוואַנדלט אין יעזוסן און זינגט אַ לידל "איז עס משוגע"... עלף אַזייגער בײַ נאַכט האָט זיך געענדיקט דער ערשטער אַקט. האָט מען זיך אַרויסגעשלײַכט פֿונעם טעאַטער און געמאַכט ויבֿרח, אָן אַ זיי־געזונט און אָן אַ האָטס־מיר און זאַץ־מיר. גיי, פֿאַרלאָז זיך אויף דאָקטוירים.

די צווייטע פֿאָרשטעלונג, וואָס איך בין געגאַנגען זען די וואָך, האָט מיך ממש אויפֿגעפֿרישט. ערשטנס, ווײַל די מוזיקאַלישע פּיעסע איז געווען באַזירט אויף די ווערק פֿון בריליאַנטענעם טעאַטראַל־הומאָריסט און קאָמעדיאַנט קאַרל רײַנער. די פּיעסע האָט מען געשטעלט מיט איבער פֿערציק יאָר צוריק אויף בראָדוויי, און נאָך דעם, כּמעט אַ יעדן טעאַטער־סעזאָן. דאָס מאָל האָט דזשאָזעף סטײַן באַזירט זײַן פּיעסע אויף קאַרל רײַנערס כּמעט ביאָגראַפֿיש לעבן. די מוזיק און ווערטער האָט צוגעשטעלט סטען דניאלס. עס האָבן אָנטייל גענומען בקרובֿ פֿופֿצן פֿעיִקע און וווּנדערלעכע אַקטיאָרן, און רעזשיסירט די פֿאָרשטעלונג האָט סטיואַרט ראָס. מיט איין וואָרט — אַ געלונגענע טעאַטראַלע סאַטירע. וועט איר דאָך פֿרעגן: ווי קומט עס וואָס אין ירושלים האָט מען געלייגט אַן איי און אין (Enter Laughing) האָט מען מיר באַנײַט מײַן גלויבן אין שעפֿערישקייט? עפּעס דעמאָלט האָבן טעאַטער־מענטשן געהאַט קעפּ, שׁכל, חכמה, טאַלאַנט; פֿאַרשטאַנען ווי צו ספּראַווען זיך מיט עכטער סאַטירע, שאַרזש, לצנות און אַבסורד. הײַנט וואַקסט אַ דור וואָס האָט זיך געכאָוועט אויף "סיט־קאַמס", ביליקע קאָמעדיעס. מען לייענט נישט; מען איז נישט באַקאַנט מיט דער וועלט־ליטעראַטור, הומאָר, אָדער פּאָליטיק. שפּרינגען בײַ זיי אַרויס טעאַטראַלע מפּיל־קינדער.

לאָמיך אָבער צוגיין צום סוזשעט פֿון דער פּיעסע. דער יונגער העלד, אַן איבערגעגעבענער זון, דוד קאַלאָוויטש (דזשאַש גריסעטי), אַרבעט שווער צו פֿאַרדינען אַ פּאָר גראָשן, און זײַן נאָענטער חבֿר מאַרווין (ראַב טעפּ), וואַקסן ביידע אויס אין דער בראָנקס, אויף דער 174סטער גאַס, לעבן דעם גרענד־קאָנקורס. און כאָטש דוד אַרבעט שווער בײַ אַ גוטן בעל־הבית, חלומט ער אָבער וועגן דער בינע. די מאַמע, עמאַ קאַלאָוויטש (דזשיל אײַקענבערי) און דער טאַטע, מאָריס קאַלאָוויטש (מײַקל טאָקער), האָבן אַנדערע חלומות פֿאַר זייער זון. זיי ווילן דווקא ער זאָל ווערן אַן אַפּטייקער. דאָס איז אַ בכּבֿודיקע פּראָפֿעסיע פֿאַר אַ ייִדיש ייִנגל. דערזעט אָבער דער יונגער דוד אַן אַנאָנס אין אַ צײַטונג, וווּ מען זוכט אַקטיאָרן. נעמט ער זיך אָן מיט מוט און שטעלט זיך צו צו די פּראָבעס. די טאָכטער פֿונעם רעזשיסאָר, וואַנדאַ (עמערי שולין) פֿאַרכליאַפּעט זיך אין אים און הייסט דעם טאַטן פּטור ווערן פֿון די רעשט אַפּליקאַנטן. אָבער דוד איז אַ שטיק קלאָץ אויף דער בינע. הייסט מען אים אַרײַנקומען און לייענען די ווערטער פֿונעם טעקסט; קומט ער אַרײַן און לייענט:

"קומט אַרײַן לאַכנדיק", וואָס דאָס איז בלויז אַ רעפּליק. צינדן זיך אַלע אָן:

"גולם! וואָס לייענסטו דעם רעפּליק, לייען דײַן ראָלע".

דער חבֿרהמאַן הייבט נישט אָן צו וויסן מיט וואָס מ‘עסט עס, וואָס מיינט אַ רעפּליק. קומט ער אַרויף אויף דער בינע שפּרינגענדיק און דערלאַנגט זײַנע רייד קלאָצעוואַטע, ביז וואַנדאַ מישט זיך אַרײַן און פֿאַרזיכערט איר פֿאָטער, אַז זי וועט אים נעמען אין די הענט אַרײַן און מאַכן פֿון אים אַן אַקטיאָר. דוד האָט אַ מיידל אַנדזשעלאַ (יאַנין לאַ מאַנאַ), וואָס אין איר איז ער, דאַכט זיך, פֿאַרליבט. אָבער ער זאָגט איר אויס אַ סוד, אַז ווי נאָר ער זעט אַ שיין מיידל, אַזוי ווערט ער פֿאַרכליאַפּעט אין איר און קען נישט בײַשטיין דעם נסיון.

אין טעאַטער טרעפֿט ער זיך אָן אין אַ באַרימטן עלטערן אַקטיאָר וואָס אַלע שאַצן אָפּ זײַן גרויסקייט און באַרימטקייט. ער הייסט האַריסאָן מאַרלאָו (דזשאָרדזש ס. אוירווינג) און יענער מאַכט קרעפּל פֿלייש פֿון אונדזער דודן. די עלטערן דערוויסן זיך וועגן דעם אומגליק, אַז זייער בנוק שדכנט זיך צום טעאַטער, און אַז ער גייט אַרום מיט אַ שיקסע. און אַז זייער חלום פֿון אַן אַפּטייקער רינט אויס צוזאַמען מיט די רינוועס אין צענטראַל־פּאַרק. הייבן זיך אָן סקאַנדאַלן.

מיט איין וואָרט, אַ ייִדישע משפּחה אין דער בראָנקס דערזעט ווי דאָס קינד ווערט פֿאַרפֿאַלן און פֿאַרפֿירט פֿונעם גלאַנץ און שימער פֿון דער דרויסנדיקער וועלט. דאָ ווערט געשילדערט דער דערנער־גאַנג פֿון די ייִדישע אַקטיאָרן און קאָמיקער, וואָדעוויל־שפּילער און ערנסטע שוישפּילער, וואָס האָבן געחלומט פֿון האָליוווּד, פֿון בראָדוויי, פֿון רענאָמע און רײַכטום. צווישן זיי, נישט נאָר קאַרל רײַנער, וועלכער האָט געשריבן און געשפּילט אין דער לעגענדאַרער טעלעוויזיע־סעריע "דהע שאָו אָוו שאָוס", מיט סיד סיזער און אימאָדזשין קאָקאָ און וואָס קיינער פון אונדז האָט נישט פֿאַרפֿעלט צו זען יעדן שבת־צו־נאַכט אויף "ען־בי־סי" פֿון 1950 ביז 1954. געשריבן האָבן דעמאָלט פֿאַר דער פֿאַנטאַסטישער קאָמעדיע אַזעלכע אַמעריקאַנער ייִדישע שרײַבער ווי וווּדי אַלען, וועלכער איז שפּעטער געוואָרן וועלט־באַרימט מיט זײַנע פֿילמען, שפּילנדיק אַ שלומיאל; דראַמאַטורגן, ווי מעל ברוקס, וועלכער איז געוואָרן פּונקט אַזוי וועלט־באַרימט מיט זײַנע פֿילמען און קאָמעדיעס; ניל סײַמאָן; שטאַרק־באַרימטער דראַמאַטורג לאַרי געלבאַרט — ממש די סמעטענע פֿון די ריזיקע טאַלאַנטן, וואָס אַמעריקע האָט זיך דעמאָלט אײַנגעהאַנדלט פֿון דער ייִדישער ייִדיש־רעדנדיקער גאַס, פֿון ייִדישן טעאַטער, פֿון די קעטסקילס "באָרשט סוירקעט", און איינער פֿון זיי איז געווען קאַרל רײַנער. אַזוי אַז צו וואָס זיי האָבן זיך נאָר נישט צוגערירט איז עס פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין גאָלד.

אינטערעסאַנט צו באַמערקן: צווישן מײַנע פֿרײַנד און באַקאַנטע רײַסן זיך די קינדער זייערע צו דער בינע מיטן געדאַנק, אַז דאָרטן קען מען געפֿינען דעם פֿויגל פֿון גליק. מיט איין וואָרט, פֿאַרפֿעלט נישט די פֿאָרשטעלונג, זי איז אַן אויסנאַם. דאָס טעאַטער הייסט: "ניו־יאָרק טיִעיטער קאָמפּאַני", וואָס געפֿינט זיך אויף 240 וועסט 44סטע גאַס. זייער טעלעפֿאָן איז: 0263־575 (212), בליצפּאָסט: www. davidgersten. com