- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די לעצטע וואָך האָט מען אַ סך גערעדט אין דער מעדיאַ וועגן דער וואַנט, געמיינט דערמיט די טרויעריק־באַרימטע "בערלינער וואַנט" (לייענט דעם אַרטיקל אויף ז' 7). יענע וואַנט איז געפֿאַלן מיט 20 יאָר צוריק און באַגראָבן פֿאַקטיש אונטער אירע בראָכשטיקער די 70־יאָריקע סאָוועטישע אימפּעריע. במשך פֿון די יאָרן האָב איך באַמערקט אַן אינטערעסאַנטן פֿענאָמען: ווען איך הייב אָן רעדן ייִדיש מיט אַ הענדלער אין אַ חסידישער קראָם אין וויליאַמסבורג אָדער באָראָ־פּאַרק, ענטפֿערט מיר אַ מאַן אויף ייִדיש, און אַ פֿרוי — אויף ענגליש. צוליב דעם וואָס איך האָב נישט קיין נאָענטן קאָנטאַקט מיט די חסידישע פֿרויען, האָב איך נישט געוווּסט ווי אַזוי צו פֿאַרענטפֿערן אַזאַ אויפֿפֿירונג. בין איך געקומען צום אויספֿיר, אַז די פֿרויען האָבן פּשוט אַ גרעסערן חשק אויסצוזען מער "מאָדערן" ווי די מענער, און דערפֿאַר אַסימילירן זיי זיך לינגוויסטיש גיכער. הײַיאָר האָבן צוויי מוזייען אין אייראָפּע אָרגאַניזירט אויסשטעלונגען וועגן די אַוואַנגאַרדן, וואָס האָבן צעטומלט די ייִדישע גאַס אין מיזרח–אייראָפּע אין די 20ער יאָרן פֿון פֿריִערדיקן יאָרהונדערט. פֿונעם 11טן פֿעברואַר ביזן 17טן מײַ האָט דער פּאַריזער מוזיי פֿאַר ייִדישער קונסט און געשיכטע אויסגעשטעלט 120 ווערק פֿון אליעזר ליסיצקי, יוסף טשײַקאָוו, מאַרק שאַגאַל, הענריק בערלעווי און אַנדערע. די אויסשטעלונג האָט זיך אײַנגעאָרגנעט אַרום די אילוסטרירטע ייִדישע ביכער אונטערן טיטל "פֿאַרגאַנגענע צוקונפֿט: דער אַוואַנגאַרד און דאָס ייִדישע בוך 1939—1941". זכרונות פֿאַרנעמען אין דער רוסיש־ייִדישער ליטעראַטור זייער אַ חשובֿ אָרט. צו דעם דאָזיקן זשאַנער געהערן אַזעלכע מײַסטערווערק ווי שמעון דובנאָווס "דאַס בוך פֿון מײַן לעבן" און "ברויט און מצה" פֿון זײַן טאָכטער סאָפֿיע, גריגאָרי באָגראָווס "נאָטיצן פֿון אַ ייִדן" און הענריך סליאָזבערגס "מעשׂים פֿון פֿאַרגאַנגענע טעג", אָסיפּ מאַנדעלשטאַמס "גערויש פֿון צײַט" און איליאַ ערענבורגס "מענטשן, יאָרן, לעבן צו דער דאָזיקער רשימה קאָן מען איצט צוגעבן די זכרונות פֿון אַהרן פּערעלמאַן (1876—1954), וואָס זײַנען אָנגעשריבן געוואָרן אין לענינגראַד אין די 1940ער — 1950ער יאָרן און אָפּגעהיט געוואָרן אין דעם אַרכיוו פֿון דעם מחברס משפּחה. אַ באַשלוס פֿון מיט 62 יאָר צוריק עס איז גוט באַקאַנט די דערקלערונג פֿון אַבא אבֿן, דעם אויסערן־מיניסטער פֿון ישׂראל, אַז די אַראַבער פֿאַרזעען נישט קיין געלעגנהייט צו פֿאַרזען אַ שלום מיט ישׂראל. איינע פֿון די בולטסטע געלעגנהייטן איז געווען מיט 62 יאָר צוריק, דעם 29סטן נאָוועמבער 1947, ווען די "יו־ען" האָט אָנגענומען דעם באַשלוס צו צעטיילן פּאַלעסטינע און שאַפֿן 2 מדינות: אַ ייִדישע און אַן אַראַבישע. די הײַנטיקע פּרשה הייסט "חיי־שׂרה" — "שׂרהס לעבן". אין דער אמתן, אָבער, ווערט איר לעבן באַשריבן דווקא אין די פֿריִערדיקע פּרשיות. בײַם אָנהייב פֿון דער איצטיקער סדרה, גיט אונדז די תּורה איבער, ווי אַלט עס איז געווען שׂרה אמנו, ווען זי איז געשטאָרבן. ווײַטער ווערט דערציילט, ווי אַבֿרהם אָבֿינו האָט אָפּגעקויפֿט אַ שטח לאַנד אַרום דער מערכת־המכפּלה אין חבֿרון, וווּ ער האָט באַערדיקט זײַן ווײַב. איך האָב זיך ניט באַטייליקט אין די וואַלן דעם 3טן נאָוועמבער, כאָטש אין דעם טאָג בין איך געווען אין ניו-יאָרק. די זאַך איז אַז איך בין ניט קיין אַמעריקאַנער בירגער. אָבער דער פֿאַקט פֿון מײַן אָנגעהעריקייט צו גרויס-בריטאַניע שטייט ניט געשריבן בײַ מיר אויפֿן שטערן, און אין משך פֿונעם גאַנצן טאָג האָט מען מיר אין די הענט געשטופּט פּאַפּירלעך, גערופֿן מיך צו שטימען פֿאַר מײַקל בלומבערגן. וואָס וואָלט איך געטאָן, טאָמער איך וואָלט יאָ געווען אַן אַמעריקאַנער? מיר דאַכט זיך, אַז פֿאַר בלומבערגן וואָלט איך בשום-אופֿן ניט געשטימט. יענע וואָך איז דערשינען אַ דרײַ־קאָמפּאַקטל־קאָמפּלעט, אונטערן נאָמען "חזנים, קלעזמאָרים און פּאָפּולערע זינגער 1905—1953: קלאַסישע ייִדישע פּלאַטעס פֿון דער מיירענט זאַמלונג" (Cantors, Klezmorim and Crooners 1905—1953). די קאָמפּאַקטלעך נעמען אַרײַן 67 מוזיקאַלישע רעקאָרדירונגען; 42 פֿון זיי, האָט מען נאָך פֿריִער קיין מאָל נישט אַרויסגעגעבן אין אַ דיגיטאַלישן פֿאָרמאַט. צוזאַמען מיט די קאָמפּאַקטלעך געפֿינט זיך אויך אַ באַגלייט־ביכל פֿון 72 זײַטן מיט אַ פּרטימדיקער אינפֿאָרמאַציע וועגן די אַרטיסטן אָנגעשריבן פֿון הענעך סאַפּאָזשניק. וועט איר דאָך מיך פֿרעגן, וואָס פֿאַר אַ שײַכות האָט דער ניו־יאָרקער גובערנאַטאָר פּאַטערסאָן מיטן כעלעמער אינסטאַלאַטאָר יונה פֿערולקעס? גאָר אַ סך, און באַלד וועל איך עס אײַך צעלייגן אויף קליינע שיסעלעך. דער ניו־יאָרקער גובערנאַטאָר פּאַטערסאָן איז אין אַ קלעם. דער שטאַט ניו־יאָרק האָט אַ דעפֿיציט פֿון דרײַ ביליאָן דאָלאַר און ער כלאָפּאָטשעט און קען זיך נישט קיין עצה געבן דערמיט. וואָס טוט מען און ווי גיט מען זיך אַן עצה? די אינטערנעץ איז אַ מעכטיקער פֿאָרום, בתוכם — צי בפֿרט — אין אַזאַ לאַנד ווי רוסלאַנד, וווּ די פּרעסע און טעלעוויזיע זײַנען מערסטנטייל לאָיאַל דער רעגירונג. אָבער דער YouTube איז אָפֿן פֿאַר אַלעמען. האָט אַ פּאָליציאַנט פֿון דרום-רוסלאַנד, אַלעקסיי דימאָווסקי, פֿאַרשריבן זײַנע אָפֿענע ווענדונגען צום פּרעמיער-מיניסטער וולאַדימיר פּוטין. ער רעדט וועגן קאָרופּציע, וואָס איז אַ קאָלאָסאַלע פּראָבלעם אין לאַנד בכלל און צווישן די פּאָליציאַנטן בפֿרט. דער אָפֿיציר טענהט, אַז דאָס געהאַלט אַליין פֿון די פּאָליציאַנטן (אַרום פֿיר-פֿינף הונדערט דאָלאַר אַ חודש) שטופּט זיי אונטער צו נעמען כאַבאַר. שווער זיך צו דערמאָנען ווען עס איז געשען, און אפֿשר האָט זיך עס גאָר נאָך קיין מאָל נישט געטראָפֿן, אַז אַ ייִדיש־טוער זאָל אויסגעצייכנט ווערן אין ישׂראל מיט אַ נאַציאָנאַלער פּרעמיע. אויב אַזוי איז דניאל גלאַי, דער פֿאָרזיצער פֿון ייִדישן שרײַבער־ און זשורנאַליסטן־פֿאַראיין, דער ערשטער ייִדיש־טוער וואָס איז באַלוינט געוואָרן מיט אַן אָפֿיציעלער מלוכישער פּרעמיע — דעם ראָש־הממשלה־פּרײַז פֿאַרן יאָר 2009. |