פּובליציסטיק

וועט איר דאָך מיך פֿרעגן, וואָס פֿאַר אַ שײַכות האָט דער ניו־יאָרקער גובערנאַטאָר פּאַטערסאָן מיטן כעלעמער אינסטאַלאַטאָר יונה פֿערולקעס? גאָר אַ סך, און באַלד וועל איך עס אײַך צעלייגן אויף קליינע שיסעלעך. דער ניו־יאָרקער גובערנאַטאָר פּאַטערסאָן איז אין אַ קלעם. דער שטאַט ניו־יאָרק האָט אַ דעפֿיציט פֿון דרײַ ביליאָן דאָלאַר און ער כלאָפּאָטשעט און קען זיך נישט קיין עצה געבן דערמיט. וואָס טוט מען און ווי גיט מען זיך אַן עצה? זעט אויס, אַז ער איז נישט באַקאַנט מיט די גרויסע גבֿירים וואָס זאָלן אים אויסלייזן פֿון זײַנע צרות. אָדער דער צווייטער ספּאָסוב איז אַז ער הייבט נישט אָן צו וויסן ווי מען געבערנירט אַזאַ גראָמאַדנעם שטאַט ווי ניו־יאָרק, און איך זאָג שטאַט און נישט שטאָט. און אַחוץ דעם דאַרף מען דאָך האָבן אַ קאָפּ צוצוטראַכטן אַלערליי מאַכערײַקעס און אויסטאַנצן אַ מה־יפֿית־טאַנץ פֿאַר די היגע פּאָליטיקער. כאָטש צוריק גערעדט, אונדזער ניו־יאָרקער מאַיאָר בלומבערג גיט זיך אויך נישט קיין עצה מיטן ניו־יאָרקער דעפֿיציט, נישט געקוקט אויף דעם וואָס ער קען און איז אויסגעקאָכט מיט דער גאַנצער פּלעיאַדע גבֿירים־אַדירים און פּאָליטיקער אין ניו־יאָרק. מסתּמא איז די עקאָנאָמיע אויף אַזוי פֿיל אין דר׳ערד, אַז די קאַסע שטייט שוין לער, לויז און ליידיק ווי אַ פּויק.

מיר ווייסן אָבער, אַז בלומבערג איז איינער פֿון די גרעסטע גבֿירים אין אַמעריקע. טויג עס טאַקע, ווײַל באַצאָלט שׂכירות נעמט ער נישט פֿאַר זײַן אַמט, און אין קאָרופּציע קען מען אים אויך נישט באַשולדיקן. וואָזשע טוען די פּאָליטיקער? זיי שנײַדן פּאַסן רעכטס און לינקס פֿונעם אָרעמען בירגער, ווי די אַמאָליקע געוועלטיקער, הערשער און מעכטיקע מלכים. הײַנט טוט מען עס אויף אַן איידעלן אופֿן. ״Give me the Money״ (גיב מיר דאָס געלט), ווי עס האָט זיך אַמאָל אויסגעדריקט משה נאַדיר.

אָבער צוריק צום ניו־יאָרקער גובערנאַטאָר, וועלכער איז טאַקע נישט אויסגעוויילט געוואָרן אין די לעצטע וואַלן. ער איז געוואָרן אַ שני־למלך צום אויסדערוויילטן גובערנאַטאָר שפּיצער. דער אויסגעוויילטער גובערנאַטאָר שפּיצער האָט מיט גרויס פּאַראַד איבערגענומען די גובערנאַטאָרישע אייבערהאַנט, און געדאַרפֿט אויסלייזן סײַ דעם ניו־יאָרקער שטאַט פֿון קאָרופּציע און באַלאַגאַן, און סײַ אויסגלײַכן דעם דעפֿיציט. מען האָט אויף שפּיצערן געלייגט גרויסע האָפֿענונגען, געווען אַפֿילו אַזעלכע וואָס האָבן פֿאָרויסגעזען, אַז דער נײַער ייִדישער גובערנאַטאָר וועט אײַננעמען די וועלט מיט זײַן חכמה און כּוח נפֿשי. אפֿשר וועט ער אויך קענען זײַן אַ פּרעזידענטן־קאַנדידאַט פֿון די פֿאַראיינקטע שטאַטן.

האָט ער זיך אַליין באַגראָבן מיט די אייגענע הענט. נישט געווען בכּוח שולט זײַן די תּאווה, האָט זיך די וועלט דערוווּסט פֿון אַ הײַזל מיט אַ גוט באַצאָלטער קורטיזאַנקע ערגעץ אין וואַשינגטאָן. האָט ער בחרפּתו געמוזט רעזיגנירן און אָפּטרעטן זײַן גובערנאַטאָרישע אַרענע. איבערגענומען האָט די שיף אָן אַ רודער דער שני־למלך — מיסטער פּאַטערסאָן. איז נישט גענוג וואָס דער מענטש איז כּמעט אין גאַנצן בלינד, וואָס דאָס וואָלט אים נישט געשאַט ווען ער נאַוויגירט די שיף צו אַ פֿרידלעכן ברעג. האָט ער אָבער מיט דער מינוט וואָס ער האָט איבערגענומען דאָס רעדל, באַלד אַנאָנסירט בפֿרהסיא, אַז ער איז אויך גאָרנישט די נשמה שולדיק, אַז ער האָט געפֿירט לינקע ליבעס, געפֿירט אַפֿערעס מיט אַנדערע ווײַבער, און זײַן ווײַב האָט געזונגען דאָס זעלבע לידל. דערצו, האָט ער אַ צײַט לאַנג אַרײַנגערייכערט אין זיך נאַרקאָטיקס און רופֿט מיך קנאַקניסל. ער איז פֿאַרלאָפֿן דעם וועג די זשורנאַליסטן מיט די גריבלער, אַזוי צו זאָגן: "קומט נישט און אַנטדעקט נישט מײַנע חסרונות און חטאָים. איך האָב זיי אײַך דערלאַנגט אויף אַ גאָלדן טעצעלע," מען זאָל אים שפּעטער נישט פֿאָרוואַרפֿן, אַז ער האָט אונטער זיך אַ נישט כּשרע פֿאַרגאַנגענהייט.

אין צווישן האָט ער אין די צוויי יאָר זיך אַרומגעקוקט און דערזען, אַז די קאַסעס שטייען ליידיק, לער און אויסגעשעפּט. האָט זיך אונדזער גובערנאַטאָר גענומען ברעכן דעם קאָפּ, ווי פֿאַרשטאָפּט מען די עקאָנאָמישע לעכער פֿונעם שטאַט ניו־יאָרק? דערצו דאַרף מען דאָך האָבן אַ מיניסטער־קאָפּ. אָבער ווי עס זעט אויס, אַז ווען מען האָט אויסגעטיילט די געשליפֿענע קעפּ אין קריסטלעכן הימל, האָט ער זיך פֿאַרנומען מיט זײַנע לינקע ליבע־אַפֿערעס. געזען אַז די קאַסע שטייט ליידיק, איז אונדזער גובערנאַטאָר פּאַטערסאָן אַרויס מיט אַ פּלאַן. נעמלעך, ער וועט זײַן דער יעניקער וואָס וועט גוט מאַכן. ער וועט דעם דרײַ־ביליאָניקן דעפֿיציט צו רעכט מאַכן. ווי אַזוי? איז הערט. ער וועט אַוועקנעמען די סובסידיעס פֿון די שפּיטעלער, פֿון די פֿאָלקשולן, פֿון אַ סך סאָציאַלע פֿאַרזיכערונגען. דערמיט וועט ער פֿאַרטיק ווערן מיטן בודזשעט, און לאָזט מיך געמאַך. אָבער איך האָב זיך שוין פֿאַררעדט. זײַט מיר מוחל.

אָט די סגולה האָט מיר דערמאָנט פֿון אונדזער אינסטאַלאַטאָר אין ישׂראל. אַ טײַערער ייִד, אַ גאָלדענער מענטש, אָבער ווען ס׳איז געקומען צום אינסטאַלירן איז ער נעבעך געווען אַ קאַליקע אויף אַלע אבֿרים. פֿאַרשטייט זיך, אַז מיר האָבן דאָס נישט געוווּסט איידער מיר האָבן אים אָנגעשטעלט. ער איז געקומען רעקאָמענדירט, האָט מען אים געגלייבט אויפֿן וואָרט. אין וואָס האָט עס זיך געהאַנדלט? מיר זײַנען געקומען קיין ישׂראל אין 1969, אָנגעלאָדן מיט מעבל פֿון אַמעריקע, מיט אַ פֿרידזשידער, אַן אויוון, אַ וואַשמאַשין, אַ טרוקן־מאַשין און אַ מאַשין צו וואַשן די כּלים. איז די וואַש און טרוקן־מאַשינען האָט מען אַראָפּגעשטעלט אונטן, אין אַן אונטערשטן צימער. די עלעקטרישע קיך־אײַנריכטונגען — האָבן זיך נישט פּאָמיעשטשעט (אַרײַנגעפּאַסט) אין קיך. די קיך אונדזערע איז געווען אַ ביסעלע צו קליין און אַ ביסעלע צו שמאָל. האָט מען זיך באַטראַכט און צוגענומען אַ קאַנאַדער בוי־מײַסטער, אויך אַ כעלעמער מלמד, און יענער האָט געדאַרפֿט עפֿענען איין וואַנט און זי איבערבויען, כּדי צו פֿאַרברייטערן און פֿאַרלענגערן די קיך אַז אַלץ זאָל שטימען בײַם אינסטאַלירן די מאַשינען.

איז דאָך גוט און ווויל. געענדיקט מיט מזל די וואַנט, אַרײַנגעשטעלט דעם אויוון מיטן פֿרידזשידער, די קראַנען מיט צוויי וואַשזינקען. איך האָב אַ צײַט לאַנג געהאַלטן כּשר, מילכיק־ און פֿליישיק־געשיר באַזונדער; מענדלס פֿרומע משפּחה זאָל קומען און עסן. איבערגעבליבן איז אַן אָרט פֿאַר דער כּלים־מאַשין. האָב איך אַרײַנגערופֿן דעם כעלעמער אינסטאַלאַטאָר און אים געבעטן אַרײַנצורוקן די מאַשין וואָס וואַשט דאָס געפֿעס, פּונקט אויפֿן אָרט וואָס איז ספּעציעל דעזיגנירט געוואָרן דערצו.

קומט דער אינסטאַלאַטאָר אַרײַן אין קיך, באַטראַכט די גאַנצע עלעקטראָנישע מאַשינעריע און נעמט מיט אַ מאָל אָן אַ פֿילאָסאָפֿישן טאָן לגבי זײַן אינסטאַלאַציע.

פֿרעג איך אים:

"ר׳ ייִד, וואָס איז דאָ אײַך נישט קלאָר? די כּלים־מאַשין דאַרף אַרײַנגערוקט ווערן צווישן דעם אויוון און די צוויי וואַשזינקען." זאָגט ער מיר:

"לאָמיך נאָר באַטראַכטן די קיך און זען וווּ די כּלים־מאַשין וועט זיך אַרײַנפּאַסן?"

זאָג איך אים:

"דער קאַנאַדער בוי־מײַסטער האָט איבערגעלאָזט אַ ספּעציעלן אָרט פֿאַר דער כּלים־מאַשין ווען ער האָט פֿאַרגרעסערט די קיך. אַזוי אַז אַלץ וואָס איר דאַרפֿט טאָן איז אַרײַנרוקן די מאַשין אויף יענעם אָרט און צוטשעפּען די רערן און די עלעקטריע צו דער מאַשין. דאָס איז די גאַנצע מעשׂה."

נעמט זיך דער כעלעמער אינסטאַלאַטאָר צו דער אַרבעט און פּרובירט די מאַשין אַרײַנצורוקן אויפֿן דעזיגנירטן אָרט. ער שטופּט אַהין, ער שטופּט אַהער, די מאַשין רוקט זיך נישט אַרײַן. מ׳הייבט אָן צו מעסטן און באַטראַכטן אין וואָס דאָ גייט. ווײַזט זיך אַרויס, אַז דער כעלעמער בוי־מײַסטער האָט נישט געמאָסטן גוט, און נישט איבערגעלאָזט גענוג אָרט פֿאַר דער כּלים־מאַשין. ווערט דאָך מיר פֿינצטער אין די אויגן. כאָטש איך בין געווען אַליין אַ ספּעץ אויף וואַשן ס׳געפֿעס אָן אַ מאַשין, דאָך האָט עס מיך אונטערגעהויבן. סטײַטש די מאַשין רוקט זיך נישט אַרײַן, ווײַל עס פֿעלן אַ פּאָר מילימעטער אין דער ברייט די מאַשין זאָל קענען אַרײַן.

שטייען מיר שוין ביידע אין מיטן דער קיך און קענען דאָס נישט פֿאַרדײַען, ווי גיט מען זיך אַן עצה? ווי אַזוי קען מען אַרײַנרוקן די כּלים־מאַשין? אָבער זוך אַהין, זוך אַהער, די כעלעמער קיך איז נישט געמאָסטן געוואָרן ווי עס באַדאַרף צו זײַן. דעריבער בלײַבן מיר אויפֿן וואַסער. נעמט דער כעלעמער אינסטאַלאַטאָר אַלע מײַנע עלעקטרישע קיך־מכשירים און ער הייבט אָן מיטן אויוון:

"גבֿרת!" — קוקט ער מיך אָן מיט די כעלעמער אויגן, ווײַזנדיק אויפֿן אויוון, — "דאָס דאַרפֿט איר?". זאָג איך אים:

"סטײַטש? איך דאַרף דאָך קאָכן. ווי וועל איך קענען קאָכן אָן אַן אויוון?"

"אוי יאָ," — קראַצט ער זיך דעם כעלעמער שטערן — "איר דאַרפֿט דאָך קאָכן. כ׳האָב אין גאַנצן פֿאַרגעסן."

ער לויפֿט צו צום פֿרידזשידער, לייגט אַרײַן זײַן האַנט אויפֿן טירל און מאַכט:

"גבֿרת! דעם פֿרידזשידער דאַרפֿט איר אויך?"

קוק איך אים אָן מיט אַ פּאָר אויסגעשטאַרצטע אויגן, וואָס וואָלטן געקענט שיסן מיט פּולווער.

"ר׳ ייִד!" — שרײַ איך שוין אַ באַנומענע. — "וואָס מיינט איר זיך. מיר זײַנען אין כעלם? אַפֿילו דאָרט האָט מען געדאַרפֿט אַן אויוון און אַ קילשטיבל."

און דער ייִד האָט זיך אָפּגעווישט די טראָפּנס שווייס פֿון זײַן פֿאַרשוויצטן שטערן און אַוועק אַהיים אַן אָנגעבלאָזענער. איך בין געבליבן מיט דער כּלים־מאַשין אין מיטן קיך.

אָט די מעשׂה, ליבע פֿרײַנד, דערמאָנט מיך אינעם כעלעמער ניו־יאָרקער גובערנאַטאָר. ווי אַזוי? ווען ער האָט געמאַכט דעם בודזשעט צו פֿאַרשטאָפּן דעם לאָך פֿונעם דעפֿיציט, האָט ער זיך מסתּמא געפֿרעגט:

"די שפּיטעלער דאַרפֿט איר?"

"די פֿאָלקשולן דאַרפֿט איר."

"און די סובסידיעס דאַרפֿט איר?"

און אויב די שפּיטעלער זײַנען איבערגעפֿולט און דראַפּען זיך אויף די גלײַכע ווענט צוליב דעם דוחק פֿון דאָקטוירים און קראַנקן־שוועסטער. די שולן לײַדן פֿונעם דוחק אין גוטע לערער, איבערגעפֿולטע קלאַסן וואָס מיטן אָפּשאַפֿן די סובסידיעס, שטעלט מען דערמיט אײַן די צוקונפֿט פֿון אונדזערע קינדער. אָבער כעלם האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַן אינטערנאַציאָנאַלער און אוניווערסאַלער אינסטיטוציע. הײַנט, די כעלעמער דאָקטאָראַטן קומען פֿון פֿאַרשיידענע אוניווערסיטעטן אין לאַנד, דער עיקר פֿונעם קעטשאָפּ־אוניווערסיטעט, פֿונעם עפּל־שטרודל־אוניווערסיטעט און פֿונעם פּיצאַ מיט אַלע פּיטשעווקעס אוניווערסיטעט. אַזוי אַז מיר זײַנען פֿאַרזאָרגט. און איך וואַרט מען זאָל אַרויסגעבן דאָקטאָראַטן אינעם כעלעמער אוניווערסיטעט.