די לעצטע וואָך האָט מען אַ סך גערעדט אין דער מעדיאַ וועגן דער וואַנט, געמיינט דערמיט די טרויעריק־באַרימטע "בערלינער וואַנט" (לייענט דעם אַרטיקל אויף ז' 7). יענע וואַנט איז געפֿאַלן מיט 20 יאָר צוריק און באַגראָבן פֿאַקטיש אונטער אירע בראָכשטיקער די 70־יאָריקע סאָוועטישע אימפּעריע.
צוריק גערעדט, פֿון אַ וואַנט האָט זיך אָנגעהויבן די מענטשלעכע מלוכישקייט. פֿעלקער טיילן זיך אָפּ פֿון אַנדערע פֿעלקער מיט גרענעצן, וואָס קאָנען אויסזען ווי אַ וואַנט אָדער ווי אַן אָפּגרונט, אָדער סתּם ווי אַ סלופּ־און שילד, אָבער סײַ־ווי — ממשותדיק צי ווירטועל — ווערט צווישן זיי אויפֿגעשטעלט אַ וואַנט.
די ווענט ווירקן אויפֿן באַוווּסטזײַן פֿונעם פֿאָלק. אויפֿגעשטעלט אַמאָל די "גרויסע כינעזישע וואַנט", האָט זי אויסגעפֿורעמט דעם כאַראַקטער פֿונעם כינעזישן פֿאָלק; זײַן קוק אויף זיך און אויף דער וועלט. מעגלעך, אַז דווקא די אָפּגעזונדערטקייט פֿון דער גאָרער וועלט און דאָס קאָנצענטרירן זיך אויף זיך אַליין האָט דערמעגלעכט הײַנט כינע צו ווערן איינע פֿון די מעכטיקסטע מלוכות. נישט געקוקט אויף דער ברייטער צעשפּרייטקייט פֿון די כינעזער איבער דער וועלט, בלײַבט כינע אין תּוך אַ געשלאָסן, פֿאַרבאָרגן לאַנד.
בלי־ספֿק, אַז די ייִדישע געטאָס, פֿון מיטל־עלטער אָן, האָבן געלאָזט טיפֿע שפּורן אויף די גענען פֿון ייִדישן פֿאָלק. פֿון איין זײַט, נאָך מער פֿאַרשטאַרקט די ציִונג זיך אַרויסצורײַסן פֿון די אײַנגעשרומפּענע דלתּ אַמות; און פֿון דער אַנדערע זײַט, אַרײַנגעטריבן עס אין די טיפֿענישן פֿון זײַן אייגנאַרטיקייט און דערפֿירט עס צו די העכסטע מוסטערן פֿון נאַציאָנאַלער אומאָפּהענגיקייט און רעליגיעזער אײַנגעשרומפּנקייט.
די ביידע פּאָלוסן האָבן זיך הײַנט צונויפֿגעשטויסן אויפֿן קליינעם שטח פֿון מדינת־ישׂראל. די ישׂראלים, זיך באַפֿרײַט פֿון די דרויסנדיקע גלות־צוימען, האָבן בײַ זיך אין דער היים אויפֿגעשטעלט אַן "אייגענע וואַנט". פֿאַר וואָס? אפֿשר איז עס אַ מין נאַציאָנאַלע פּאַראַנויע, געבליבן פֿון יענע ווײַטע געטאָ־צײַטן?
נאָך אין די ערשטע חלוצים־יאָרן, איז פֿאַרשפּרייט געוואָרן אין ייִדישן ייִשובֿ דער באַגריף "חומה ומיגדל" — וואַנט און טורעם. צי האָט עס געמיינט, צו פֿאַרשפּאַרן זיך אין אַ מין געטאָ? פֿאַרשטייט זיך, אַז ניין! ס'איז געווען אַ מוז, כּדי זיך צו פֿאַרטיידיקן פֿון די ווילדע אָנפֿאַלן פֿון די אַראַבישע באַנדעס.
זינט דעמאָלט האָט זיך דער מצבֿ שטאַרק געענדערט: פֿון איין זײַט, איז פֿונעם ייִדישן ייִשובֿ אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון ענגלאַנד, אויפֿגעוואַקסן אַן אומאָפּהענגיקע שטאַרקע מדינה; פֿון דער צווייטער זײַט, זײַנען די איינצלנע אַראַבישע באַנדעס גזלנים זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ מיליטאַנטישן כּוח, וואָס ווערט אָנגעפֿירט סײַ פֿון פּאָליטישע אַוואַנטוריסטן און סײַ פֿון איסלאַמיסטישע פֿאַנאַטיקער.
דער צוים, וואָס צעשפּרייט זיך איבער דעם שמאָלן שטח פֿון ישׂראל, ווי אַ פֿאַנטאַסטישער דראַקאָן, איז אַוודאי אַ טראַגעדיע פֿאַר די אײַנוווינער פֿון ביידע זײַטן. ער פֿאַרברענט מיט זײַן פֿײַער פֿון אומצוטרוי די לעצטע האָפֿענונג אויף אַ פֿרידלעכער שכנהשאַפֿט צווישן ביידע פֿעלקער. און וויפֿל די "פּראָגרעסיווע וועלט" זאָל נישט פֿאַראוטיילן דעם "צוים", איז עס אַ מוז — נישט צו דערלאָזן די פּאַלעסטינער זעלבסטמערדער אַרײַנצודרינגען אין די ישׂראל־שטעט און ברענגען אַהין טויט און וויסטעניש. און מיר זעען טאַקע, אַז דער "צוים" אַרבעט: פֿאַר די לעצטע יאָרן איז די צאָל אויפֿרײַסן פֿון די טעראָריסטן געפֿאַלן אויף צענדליקער מאָל.
צוריק גערעדט, האָט דער זיכערהייט־צוים "באַגײַסטערט" די שׂונאים פֿון ישׂראל צו זוכן נײַע וועגן, ווי אַזוי אים גובֿר צו זײַן. די הונדערטער טונעלן אונטערן צוים האָבן דערמעגלעכט אַרײַנצוברענגען אין עזה טויזנטער ראַקעטן, וואָס קיין שום וואַנט, ווי הויך און שטאַרק זי זאָל נישט זײַן, איז פֿאַר זיי נישט קיין שטערונג. הײַנט רעדט מען שוין וועגן ראַקעטן, וואָס קאָנען דערגרייכן ביז תּל־אָבֿיבֿ און ירושלים. אַזוי אַז, אין גיכן וועט אויך דער ישׂראל־צוים פֿאַלן. צום באַדויערן, נישט ווײַל ס'וועט קראַכן דער "כאַמאַס"־רעזשים, ווי ס'האָט געקראַכט מיט 20 יאָר צוריק דער קאָמוניסטישער רעזשים, נאָר ווײַל ישׂראל וועט מוזן זוכן נײַע מיטלען, נײַע "ווענט", ווי אַזוי זיך צו פֿאַרטיידיקן פֿון זייערע שכנים.