|
דער נײַער דרײַ־קאָמפּאַקטל־קאָמפּלעט
פֿון אַלטע ייִדישע פּלאַטעס, אויסגעקליבן
פֿון דער מיירענט־זאַמלונג |
|
יענע וואָך איז דערשינען אַ דרײַ־קאָמפּאַקטל־קאָמפּלעט, אונטערן נאָמען "חזנים, קלעזמאָרים און פּאָפּולערע זינגער 1905—1953: קלאַסישע ייִדישע פּלאַטעס פֿון דער מיירענט זאַמלונג" (Cantors, Klezmorim and Crooners 1905—1953). די קאָמפּאַקטלעך נעמען אַרײַן 67 מוזיקאַלישע רעקאָרדירונגען; 42 פֿון זיי, האָט מען נאָך פֿריִער קיין מאָל נישט אַרויסגעגעבן אין אַ דיגיטאַלישן פֿאָרמאַט. צוזאַמען מיט די קאָמפּאַקטלעך געפֿינט זיך אויך אַ באַגלייט־ביכל פֿון 72 זײַטן מיט אַ פּרטימדיקער אינפֿאָרמאַציע וועגן די אַרטיסטן אָנגעשריבן פֿון הענעך סאַפּאָזשניק.
ווער איז שערי מיירענט? די מענטשן וואָס באַטייליקן זיך אינעם יערלעכן "קלעזקעמפּ" קענען זי גוט ווי איינע פֿון די אָנפֿירערס און שטיצערס פֿון דער אָרגאַניזאַציע "ליווינג־טראַדישאָנס" (לעבעדיקע טראַדיציעס) וואָס פֿירט דורך דעם "קלעזקעמפּ" יעדן ווינטער אין די קעטסקיל־בערג. די גרופּע איז אויך אַ שותּף פֿון דעם דאָזיקן קאָמפּאַקטל־סעט.
מיירענט האָט זיך באַטייליקט אין איינעם פֿון די ערשטע "קלעזקעמפּס" אין 1987, שוין אַ פֿעיִקע קלאַרנעטיסטקע אין אַנדערע סטילן פֿון מוזיק. אין 1995 האָט זי אַרויסגעלאָזט אַ רעקאָרדירונג — "הנני" — מיט אירע אָריגינעלע שאַפֿונגען. אין 2001 איז זי געוואָרן דער אַסאָציִיִר־דירעקטאָר פֿון "קלעזקעמפּ" און האָט אין דער זעלבער צײַט זיך באַטייליקט אין אַ קאַפּעליע פֿון מערבֿ־מאַסאַטשוסעטס "האָלסייל־קלעזמער־באַנד" ווי די קלאַרנעטיסטקע און מוזיק־דירעקטאָרין.
אין 2004 האָט זי געזען אויף דער אינטערנעץ אַ מעלדונג, אַז עמעצער וויל פֿאַרקויפֿן אַ הונדערט אַלטע פּלאַטעס (די גיכקייט פֿון די אַלטע פּלאַטעס איז 78 דרייען אַ מינוט) פֿאַר בלויז $40. די ערשטע זאַמלונג אירע, דער עזבֿון פֿון אַ חזן, איז באַשטאַנען פֿון אַלטע חזנישע פּלאַטעס. ווען זי האָט וועגן דעם דערציילט הענעך סאַפּאָזשניקן, דעם דירעקטאָר און גרינדער פֿון "קלעזקעמפּ", האָט ער איר איבערגעגעבן, אַז זײַן חבֿר דיק ספּאָטסוווּד, אַ באַקאַנטער דיסקאָגראַף, וויל אויך פֿאַרקויפֿן זײַן זאַמלונג פֿון אַלטע ייִדישע פּלאַטעס. האָט זי פֿאַרגרעסערט איר זאַמלונג מיט נאָך 200 פּלאַטעס. במשך פֿון 5 יאָר האָט זי אָנגעזאַמלט 5,000 אַזוינע פּלאַטעס וואָס דעקן די ברייטע גאַמע פֿון ייִדישער מוזיק ביז 1950. טייל פּלאַטעס האָט מען רעקאָרדירט אין ישׂראל און דרום־אַמעריקע.
דערנאָך האָט מיירענט מיטגעאַרבעט מיט אַ געניטן קלאַנג־אינזשעניר, קריסטאָפֿער קינג, וועלכער האָט איבערגעמאַכט די אַלטע פּלאַטעס אין אַ דיגיטאַליזירטן פֿאָרמאַט, כּדי דער הײַנטיקער צוהערער זאָל קענען סײַ פֿאַרשטיין די ווערטער, סײַ כאַפּן די אָריגינעלע "שטימונג" פֿון אַמאָל. פֿון צײַט צו צײַט קען מען הערן אַ קליינעם זשום אין די מיירענט־רעקאָרדירונגען, וואָס איז בכּיוון געלאָזט געוואָרן, כּדי די זינגערס זאָלן קלינגען נאַטירלעך.
דער דרײַ־קאָמפּאַקטל־סעט איז נאָר דער אָנהייב פֿון אַ ברייטערן פּלאַן — "דער 'ליווינג־טראַדישאָנס’־דיגיטאַלער אַרכיוו" — אין וועלכן, מע וועט אַלע רעקאָרדירונגען איבערפֿירן אויף דער אינטערנעץ, וווּ מע וועט זיי קענען זוכן לויטן טיטל, קאָמפּאָזיטאָר, טעאַטער־פֿאָרשטעלונג אָדער תּפֿילה, און זשאַנער. דערווײַל האָט מען שוין 2,000 איינסן אַזוי איבערגעפֿירט, און דער ציל איז, אַז יעדער זאָל האָבן אַ צוטריט צו די לידער דורך אינטערנעץ. דערווײַל זענען נאָך פֿאַראַן געזעצלעכע פּראָבלעמען מיט דרוקרעכט וואָס דאַרפֿן פֿאַרענטפֿערט ווערן.
דער סדר און אויסקלײַב פֿון די רעקאָרדירונגען אויף די דרײַ קאָמפּאַקטלעך איז באַשטימט געוואָרן, זעט אויס, פֿאָרצושטעלן כּלערליי מינים קינסטלער און סטילן פֿאַרן צוהערער, מע זאָל פֿאַרשטיין אין דער טיף און אין דער ברייט, ווי רײַך ס׳איז די מוזיקאַלישע ירושה. אינעם ערשטן קאָמפּאַקטל, קען מען הערן דעם לעגענדאַרן קלאַרנעטיסט נפֿתּלי בראַנדווײַן (1884—1963) אין אַ קלעזמעריש שטיקעלע, און באַלד נאָך אים, די זינגערין און אַקטריסע נעלי קאַסמאַן (1896—1984) מיט אַן עכט אַמעריקאַנער ייִדיש ליד "נעלי, טו עס נאָך אַמאָל". סאַפּאָזשניקס באַמערקונגען נאָך יעדן ליד זענען פֿול מיט אינטערעסאַנטע און אומבאַקאַנטע פֿאַקטן. ווער האָט געוווּסט, למשל, אַז לערוי שילדס, דער קאַפּעלמײַסטער פֿאַר הונדערטער ייִדישע זינגערס און חזנים, איז שפּעטער געפֿאָרן קיין האָליוווּד און געשאַפֿן די מוזיק פֿאַר לאָרעל און האַרדי פֿילמען? זײַנע אַראַנזשירונגען צו יענער צײַט (1925) זענען טאַקע געווען צווישן די בעסטע אין דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער פּאָפּולערער מוזיק.
די אַלטע פּלאַטעס זענען ווײַטער פּראָדוצירט געוואָרן אַ פּאָר יאָר נאָכן חורבן, און אין דער זאַמלונג קען מען הערן נאָך־מלחמהדיקע קינסטלער פֿון אַ נײַעם דור, ווי פֿײַוווּש פֿינקעל און הענרי געראָ. אַ סך פֿון מיירענטס פּלאַטעס שטאַמען פֿון דער "באַנער"־פֿירמע, געגרינדעט פֿונעם זינגער סימאָר רעכטצײַט אין די 1940ער יאָרן, און מיכל ראָזענבערגס קאָמישע פֿאָרשטעלונג — "געצל בײַ אַ בייסבאָל שפּיל" איז איינע פֿון זיי.
מער טשיקאַווע צו הערן איז לויִס פֿרידסעלס קאַפּעליע, פֿאַרשריבן אַן ערך אין יאָר 1905 — "ברוך הבא". כאָטש ער איז געווען פֿון די ערשטע און באַקאַנטסטע קאָמפּאָזיטאָרן פֿאַר דער ייִדישער בינע אין אַמעריקע, האָט מען גאָר ווייניק פּלאַטעס פֿון אים אַליין, ווי אַ דיריגענט. אויך זעלטן איז די רעקאָרדירונג פֿונעם קלאַרנעטיסט סעם פֿינקעל — "זאָל זײַן געטאַנצט". מע ווייסט נישט ווער דער פֿינקעל איז געווען, און גאָרנישט וועגן דער רעקאָרדירונג; איין זאַך ווייסט מען אָבער יאָ — אין דעם אומבאַקאַנטן פֿינקעל איז פֿאַרפֿאַלן געוואָרן אַ פֿײַנער מוזיקער.
אינעם צווייטן קאָמפּאַקטל איז אויך טשיקאַווע צו הערן ברוך אַמבראָז, אַ קאַפּעלמײַסטער פֿון ענגלאַנד פֿון די 1930ער ביז 1950ער יאָרן, וואָס איז נישט באַקאַנט אין אַמעריקע. זײַן גרופּע שפּילט אַן אינטערעסאַנטן געמיש פֿון קלעזמער־ און בריטישן דזשעז. אינעם צווייטן קאָמפּאַקטל קען מען אויך הערן אַ זעלטענע רעקאָרדירונג פֿונעם זינגער אַבֿרהם (אייב) מאָסקאָוויץ און דאָס ליד "וווּ איז דאָס געסעלע" מיט אַ פּשוטער באַגלייטונג פֿון צימבל און באַס. מע קען אויך הנאה האָבן ווי שלום־עליכם לייענט פֿאָר "ווען איך בין ראָטשילד" אַ פּאָר חדשים פֿאַר זײַן טויט אין 1915.
אינעם דריטן קאָמפּאַקטל איז כּדאַי צו פֿאַרצייכענען די אָריגינעלע רעקאָרדירונג פֿון "אַ בריוועלע דער מאַמען", געזונגען פֿונעם מחבר און בדחן שלמה שמולעוויטש. אויך די זינגערין פּעפּי ליטמאַן, וואָס האָט זיך אָפֿט אָנגעטאָן ווי אַ מאַן, און האָט רעקאָרדירט אין וואַרשע אין 1914, ווערט פֿאַרטראָטן אין דער זאַמלונג מיטן צוויי־טײַטשיקן ליד "עולם־הבא".
מסתּמא אין אַ פּאָר יאָר אַרום וועט מען מער נישט פֿאַרקויפֿן אַזוינע שיינע "קאָמפּלעטן" פֿון קאָמפּאַקטלעך, אַרויסגעגעבן אין אַ הויכער קלאַנג־קוואַליטעט, מיט אַ באַגלייט־ביכל געשריבן מיט פֿאַרשטאַנד און טיפֿער פֿאָרש־אַרבעט. הײַנט וויל מען דאָך אַלץ אומזיסט אין דער אינטערנעץ, אַפֿילו אויב די קוואַליטעט לײַדט... דעריבער פֿריידט אונדז, וואָס "ליווינג־טראַדישאָנס" האָט זיך גענומען די מי אַזאַ אוצר צו פֿאַרשפּרייטן.