- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די אינטערנעץ איז אַ מעכטיקער פֿאָרום, בתוכם — צי בפֿרט — אין אַזאַ לאַנד ווי רוסלאַנד, וווּ די פּרעסע און טעלעוויזיע זײַנען מערסטנטייל לאָיאַל דער רעגירונג. אָבער דער YouTube איז אָפֿן פֿאַר אַלעמען. האָט אַ פּאָליציאַנט פֿון דרום-רוסלאַנד, אַלעקסיי דימאָווסקי, פֿאַרשריבן זײַנע אָפֿענע ווענדונגען צום פּרעמיער-מיניסטער וולאַדימיר פּוטין. ער רעדט וועגן קאָרופּציע, וואָס איז אַ קאָלאָסאַלע פּראָבלעם אין לאַנד בכלל און צווישן די פּאָליציאַנטן בפֿרט. דער אָפֿיציר טענהט, אַז דאָס געהאַלט אַליין פֿון די פּאָליציאַנטן (אַרום פֿיר-פֿינף הונדערט דאָלאַר אַ חודש) שטופּט זיי אונטער צו נעמען כאַבאַר. וועגן קאָרופּציע רעדן אין רוסלאַנד אַלע. מענטשן, וואָס פֿאַרנעמען מלוכישע שטעלעס, זײַנען פֿאַרבונדן מיט קרימינעלע שיכטן. פֿאַרמישט זײַנען אויך לײַט פֿון אַנדערע סאָציאַלע טיילן פֿון דער געזעלשאַפֿט. רוסלאַנד האָט אַ מענטש, וואָס איז, אין אַ געוויסן זין, ענלעך אויף דעם אַמעריקאַנער פֿראַנק סינאַטראַ. די רייד גייט וועגן יוסף קאָבזאָן, אַ מאָנומענטאַלע (ייִדישע) פֿיגור צווישן די פּאָפּולערע זינגער און, גלײַכצײַטיק, אַ גוטער חבֿר מיט קרימינעלע טיפּן, אונטערוועלטניקעס. אַ סימן האָט איר: צוליב זײַנע פֿאַרבינדונגען דערלויבט מען ניט קאָבזאָנען אַרײַנצופֿאָרן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. דעם 4טן נאָוועמבער, אין דעם נאַציאָנאַלן טאָג פֿון רוסלאַנד, האָט דער ערשטער קאַנאַל פֿון דער רוסישער טעלעוויזיע אָפּגעגעבן די בעסטע אָוונט-שעהען פֿאַר אַ קאָנצערט, געווידמעט דעם זינגערס 72סטן געבוירן-טאָג. צום סוף האָט ער געזונגען "הבֿה-נגילה", צוזאַמען מיט אַ גרויסן מיליטערישן כאָר און אָרקעסטער, בראָש מיט אַ גענעראַל. ס׳איז געווען ממש ניט רעאַל, און אַפֿילו קאָמיש, צו זען ווי די אויסגעשטעלטע אין רייען אוניפֿאָרמירטע זינגערס האָבן אָנגעהויבן זיך הבֿה-נגילהן — שאָקלען זיך אין דעם ריטעם פֿון דעם ייִדישן ניגון. אָבער קאָבזאָן איז די טעג דערמאָנט געוואָרן אין דער מעדיאַ ניט אַזוי צוליב זײַן ניט-קײַלעכדיקן געבוירן-טאָג, ווי אין שײַכות מיט זײַן אומגעבראַכטן חבֿר — שבתי קאַלמאַנאָוויטש, וואָס איז געווען מיט צען יאָר ייִנגער פֿון קאָבזאָנען, אָבער ער האָט ניט דערלעבט די הײַיאָריקע פֿײַערונג פֿונעם נאַציאָנאַלן יום-טובֿ פֿון רוסלאַנד — איינע פֿון די דרײַ מדינות פֿון קאַלמאַנאָוויטשעס בירגערשאַפֿטן: רוסלאַנד, ליטע און ישׂראל. אין אַן אינטערוויו האָט קאַלמאַנאָוויטש מיט אַ צײַט צוריק געזאָגט: "מײַן לעבן איז אַזאַ, אַז אַזעלכע זאַכן זעען נאָרמאַלע מענטשן אין קינאָ". ער איז געבוירן געוואָרן אין ליטע אין 1947, אין אַ משפּחה וווּ מע האָט גערעדט ייִדיש. פֿון קינדווײַז אָן האָט ער געקענט אויך ליטוויש, פּויליש און רוסיש. צום סוף פֿון זײַן לעבן האָט ער פֿרײַ גערעדט אַ טוץ שפּראַכן. אַזאַ בחור, דערצו מיט קלאָרע סימנים פֿון אַן אַוואַטוריסט, האָבן ניט געקענט ניט באַמערקן די סאָוועטישע אויסשפּיר-לײַט, און ער האָט זיך געלאָזט אײַנרעדן: קאַלמאַנאָוויטשן האָט מען אויסגעשולט, און אין 1971 איז ער געקומען קיין ישׂראל מיט אַ שליחות פֿון דער אויסשפּיר-דינסט, וואָס האָט געגעבן דעם איצטיקן רוסלאַנד אַ סך לײַט מיט השפּעה, אָנהייבנדיק פֿון דעם געוועזענעם פּראָפֿעסיאָנעלן אויסשפּירער וולאַדימיר פּוטין. אין ישׂראל האָט קאַלמאַנאָוויטש פֿאַרענדיקט דעם העברעיִשן אוניווערסיטעט, געאַרבעט אין דער קאַנצעלאַריע פֿון גאָלדע מאיר, און גענומען מאַכן געשעפֿטן. אַליין צי דורך די סאָוועטישע אַגענטן האָט ער זיך פֿאַרבונדן מיט דער דרום-אַפֿריקאַנער מדינה (צי כּמעט אַ מדינה) באָפּוטאַטסוואַנאַ און איז געוואָרן איר פֿאָרשטייער אין ישׂראל. אין קורצן איז ער געוואָרן זייער רײַך — מיט אַן אייגענעם עראָפּלאַן, מיט ווילעס אין די שענסטע ערטער, וכ׳. אָבער די "קליינטשיקע פּראָבלעם" איז, פֿונדעסטוועגן, פֿאַרבליבן — ער איז געווען אַ סאָוועטישער שפּיאָן. סוף-כּל-סוף האָט זיך עס אַנטפּלעקט און אין 1988 האָט מען אים אויף נײַן יאָר פֿאַרשפּאַרט אין אַ ישׂראלדיקער טורמע. אָבער קאַלמאַנאָוויטש איז געווען מער אַ גראַף מאָנטע-קריסטאָ איידער אַ מנחם-מענדל. און אַ מאָנטע-קריסטאָ מוז דאָך אַרויסגיין פֿון דער תּפֿיסה פֿריִער פֿון זײַן טערמין. אַזוי איז עס טאַקע געווען. פֿאַר אים האָבן געבעטן אַ סך מענטשן, בפֿרט יוסף קאָבזאָן, וועמען מע האָט אַ מאָל אַרעסטירט בײַם אַרײַנפֿאָרן אין ישׂראל (מחמת זײַן נאָמען איז געווען אין "שוואַרצע רשימות"), אָבער דערנאָך איז ער געוואָרן אַ גאַנצער יאַ-טעבע-דאַם. זײַן וואָרט האָט שוין געהאַט אַ וואָג אין די הויכע ישׂראלדיקע פֿענצטער אויך. מע טענהט, אַז קאָבזאָן האָט געהאָלפֿן קאַלמאַנאָוויטשן שטעלן זיך אויף די פֿיס, ווען דער שפּיאָן (קאַלמאַנווישט האָט ניט געלייקנט זײַן ראָלע און זיך געקליבן צו שרײַבן זכרונות) איז אַרויס אין יאָר 1993 און געקומען אין מיזרח-אייראָפּע צו מאַכן נײַע געשעפֿטן. און איז ווידער געוואָרן רײַך, און טאַקע זייער ערנסט רײַך. ווי אַזוי? קאָרומפּירטע סבֿיבֿות לעבן לויט באַזונדערע תּקונות. וועגן אייניקע פֿון זיי האָט דערציילט בקול-רם דער פּאָליציאַנט אַלעקסיי דימאָווסקי. אַזוי צי אַזוי, האָט קאַלמאַנאָוויטש געפֿירט געשעפֿטן אין פֿאַרשיידענע לענדער, מיט פֿאַרשיידענע מינים סחורה. דערצו איז ער געוואָרן אַ ברייטהאַרציקער בעל-טובֿה, אַ גוטער פֿרײַנד מיט דער סמעטענע פֿון דער באָהעמע. ער האָט געבראַכט קיין רוסלאַנד אַזעלכע זינגערס ווי מײַקל דזשעקסאָן און ליזאַ מינעלי. אין ליטע האָט מען אים אַפֿילו געגעבן עפּעס אַן אָרדען, וואָס האָט אים געמאַכט פֿאַר אַ שטיקל אַריסטאָקראַט. צוריק גערעדט, מאָנטע-קריסטאָ איז דאָך אויך געווען אַ גראַף. דער סוף איז, אָבער, געווען אַ מאַפֿיאָזישער, ניט קיין אַריסטאָקראַטישער: מע האָט קאַלמאַנאָוויטשן פּשוט דערשאָסן אין זײַן אויטאָ. געווען איז עס אין מאָסקווע, אָבער צו קבֿורה האָט מען אים געבראַכט דווקא אין ישׂראל. וואָס מיינט עס? ס׳איז שווער צו זאָגן, ווי ס׳איז, בכלל, שווער צו פֿאַרשטיין אַזאַ פּאַרשוין, וואָס האָט געהאַט אַזוי פֿיל פּנימער. מע האָט קאַלמאַנאָוויטשן פּשוט דערשאָסן אין זײַן אויטאָSubmitted by Srulik on Sun, 2009-11-15 00:56.
Di gantze zach dershaint zeer fardechtig. In July di rusishe regirung hot farmacht dem rizigen Cherkizov mark in Moskve vos zain eigentimer iz geven a berg id Telman Ismailov un hot bashuldikt Ismailovn er hot araingeshmugelt falshe chinezishe varen kein Moskve. Dos garantirt az Ismailov vet zitzen in der turme un er iz antlofn fun Rusland kein Turtzie oder Isroel. Kalmanovich hot oich bazetzt tzvei merk in Moskve un er iz dershosn gevorn oif a zeer profesioneler vaiz, vi nor a KGB ken machn - es zet ois az emetzer in der rusisher regirung farzucht loz tzu veren fun raiche idishe gesheftslait in Rusland. Khodorkovsky, Berezovsky, Gusinsky, Frenkel, Ismailov, Kalmanovich - ver vet zain neksht? |