קולטור, געשיכטע
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַהרן פּערעלמאַן. זכרונות. סאַנקט־פּעטערבורג׃ 
אייראָפּעיִשע הויז, 2009.
אַהרן פּערעלמאַן. זכרונות. סאַנקט־פּעטערבורג׃ 
אייראָפּעיִשע הויז, 2009.

זכרונות פֿאַרנעמען אין דער רוסיש־ייִדישער ליטעראַטור זייער אַ חשובֿ אָרט. צו דעם דאָזיקן זשאַנער געהערן אַזעלכע מײַסטערווערק ווי שמעון דובנאָווס "דאַס בוך פֿון מײַן לעבן" און "ברויט און מצה" פֿון זײַן טאָכטער סאָפֿיע, גריגאָרי באָגראָווס "נאָטיצן פֿון אַ ייִדן" און הענריך סליאָזבערגס "מעשׂים פֿון פֿאַרגאַנגענע טעג", אָסיפּ מאַנדעלשטאַמס "גערויש פֿון צײַט" און איליאַ ערענבורגס "מענטשן, יאָרן, לעבן צו דער דאָזיקער רשימה קאָן מען איצט צוגעבן די זכרונות פֿון אַהרן פּערעלמאַן (1876—1954), וואָס זײַנען אָנגעשריבן געוואָרן אין לענינגראַד אין די 1940ער — 1950ער יאָרן און אָפּגעהיט געוואָרן אין דעם אַרכיוו פֿון דעם מחברס משפּחה.

אַהרן פּערעלמאַן האָט געהערט צו דער סאַמע סמעטענע פֿון דער רוסיש־ייִדישער אינטעליגענץ, וואָס האָט זיך גענומען צו בויען אַ מאָדערנע ייִדישע קולטור אין די לעצטע יאָרן פֿון דער צאַרישער תּקופֿה. ווי אַ רעדאַקטאָר און אַ פֿאַרלעגער, האָט זיך פּערעלמאַן באַטייליקט אין די סאַמע וויכטיקע אַקטיוויטעטן און אונטערנעמונגען, ווי למשל, די רוסיש־ייִדישע צײַטשריפֿט "די ייִדישע וועלט". אין 1915 איז פּערעלמאַן געוואָרן דער פֿאַרוואַלטער פֿונעם גרויסן "נײַעם ענציקלאָפּעדישן ווערטערבוך" פֿונעם באַרימטן פֿאַרלאַג פֿון "בראָקהאַוז און אפֿרון".

פּערעלמאַנס גורל אין דער סאָוועטישער תּקופֿה איז געווען אַ גליקלעכער, בפֿרט אין פֿאַרגלײַך מיט זײַנע קאָלעגעס׃ ער האָט אויסגעמיטן דעם "גולאַג" און איבערגעלעבט די בלאָקאַדע פֿון לענינגראַד אין 1941—1944. ער האָט זיך גענומען פֿאַר שרײַבן זכרונות בעתן שווערן בלאָקאַדע־ווינטער פֿון 1941. זײַן כּתבֿ־יד עפֿנט זיך מיט דער באַשרײַבונג פֿון די לאַנגע פֿינצטערע, קאַלטע און הונגעריקע נעכט פֿונעם ערשטן בלאָקאַדע־ווינטער, ווען עס זײַנען געשטאָרבן צוויי ברידער זײַנע. דווקא "דעמאָלט איז עס געוואָרן נויטווענדיק זיך אַריבערצוטראָגן מיטן געדאַנק אין די לאַנג־פֿאַרגאַנגענע יאָרן, וועלכע האָבן אין די דאָזיקע שווערע טעג אויסגעזען נאָך מער ליכטיק, איידער זיי זײַנען געווען אין דער אמתן". נאַטירלעך, האָט פּערעלמאַן ניט געהאַט קיין האָפֿענונג, אַז זײַן בוך וועט אַ מאָל דערשײַנען אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, און דערפֿאַר האָט ער ניט געהאַלטן פֿאַר נייטיק זיך צוצופּאַסן צו דער סאָוועטישער צענזור.

דאָס בוך באַשטייט פֿון איינצלנע טעמאַטישע קאַפּיטלען, וועלכע באַשרײַבן פֿאַרשידענע תּקופֿות פֿונעם מחברס לעבן און די פֿאַרשידענע ספֿערעס פֿון זײַן טעטיקייט. אויפֿגעוואַקסן אין אָדעס אין אַ סוחרישער משפּחה מיט חסידישע און מתנגדישע וואָרצלען, האָט ער באַקומען אַ שטרענגע ייִדישע דערציִונג. דער אַלטער שטייגער האָט זיך אָנגעשטויסן אויף כּלערליי מניעות אין דער גרויסער מאָדערנער שטאָט, און אַהרן, אַזוי ווי זײַנע ברידער און שוועסטער, איז געוואָרן אויס פֿרום שוין אין זײַן יוגנט.

די סאַמע אינטערעסאַנטע קאַפּיטלען פֿונעם בוך דערציילן וועגן דעם ייִדישן עפֿנטלעכן און קולטורעלן לעבן אין פּעטערבורג. פּערעלמאַן האָט זיך דאָרט באַזעצט אין 1906, ווען די רוסישע הויפּטשטאָט איז בהדרגה געוואָרן דער צענטער פֿון ייִדישן לעבן פֿון דער גאַנצער רוסישער אימפּעריע. פּערעלמאַן איז געווען פֿאַרטאָן אין פֿאַרשידענע אַקטיוויטעטן, וואָס האָבן אים געבראַכט אין אַ נאָענטן קאָנטאַקט מיט אַלע וויכטיקע פֿיגורן פֿון רוסיש־ייִדישער אינטעליגענץ׃ שמעון דובנאָוו, שאול גינזבורג, ישׂראל צינבערג, מאַקסים ווינאַווער, הענריך סליאָזבערג, ש. אַנ־סקי און אַ סך אַנדערע. יעדן איינעם פֿון זײַנע באַקאַנטע גיט פּערעלמאַן אַ קורצע און טרעפֿלעכע כאַראַקטעריסטיק. זײַן קוק איז אַוודאי סוביעקטיוו, אָבער זײַנע אָפּשאַצונגען זײַנען אויסגעהאַלטן און כּסדר וואַרעם און פֿרײַנדלעך.

דער לעצטער יאָרצענדליק פֿון דער צאַרישער מאַכט איז געווען אַ בלי־תּקופֿה פֿון ייִדישע קולטורעלע און געזעלשאַפֿטלעכע אַקטיוויטעטן. דעמאָלט האָבן זיך אויסגעפֿורעמט די יסודות פֿון דער ייִדישער "בירגערלעכער געזעלשאַפֿט", וואָס איז קיין מאָל ניט מקוים געוואָרן אין רוסלאַנד. פּערעלמאַן איז געווען אַקטיוו פֿאַרטאָן אינעם דאָזיקן פּראָצעס. ווי אַ פֿאַרלעגער און רעדאַקטאָר, איז ער געווען גוט באַהאַוונט אין די הילכות פֿון ייִדישער פּעריאָדיק, און זײַנע פּראָפֿעסיאָנעלע אָפּשאַצונגען פֿון פֿאַרשידענע ייִדישע צײַטונגען, "פֿאָרווערטס" בתוכם, זײַנען זייער ווערטפֿול. אַ ציוניסט אין זײַן יוגנט, איז ער שפּעטער געוואָרן נאָענט צו דובנאָווס שיטה פֿון ייִדישן גלות־אויטאָנאָמיזם.

גאָר אוניקאַל איז פּערעלמאַנס באַשרײַבונג פֿון דער ירידה פֿונעם "ייִדישן פּעטערבורג" נאָך דער רעוואָלוציע, ווען די אַלטע אינטעליגענץ איז געשטאַנען פֿאַר דער ברירה׃ עמיגרירן אָדער בלײַבן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און פּרוּוון זיך צוצופּאַסן צו דער נײַער מאַכט. צווישן די סאַמע רירעוודיקע עפּיזאָדן אינעם בוך איז די באַשרײַבונג פֿון די לעצטע יאָרן פֿון ישׂראל צינבערג, וועלכער האָט אָפּגעגעבן זײַן לעבן אויף קידוש־השם פֿון ייִדישער וויסנשאַפֿט. גאַנץ דראַמאַטיש איז דער פּאָרטרעט פֿון שאול גינזבורג, וועלכער איז ניט געווען בכּוח אויסצופֿילן זײַן וויסנשאַפֿטלעכן שליחות ווי אַ היסטאָריקער פֿון רוסישן ייִדנטום. גינזבורג איז געפֿאַלן "דער קרבן פֿון דעם אומשטאַנד, וואָס טוערס פֿון ייִדישער ליטעראַטור און וויסנשאַפֿט האָבן געמוזט זוכן פּרנסה אויף אַנדערע געביטן".

נאָך דער רעוואָלוציע האָט פּערעלמאַן געפּרוּווט ממשיך צו זײַן זײַן פֿאַרלעגערישע אַרבעט אויפֿן געביט פֿון וויסנשאַפֿטלעכער און אַקאַדעמישער ליטעראַטור, אָבער אין גיכן זײַנען אַלע פֿאַרלאַגן נאַציאָנאַליזירט געוואָרן. ער האָט אויסגעקליבן פֿאַר זיך אַ ריזיקאַלן, אָבער, ווי עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַ זיכערן אופֿן פֿון לעבן אין סאָוועטישן לענינגראַד. ער איז ניט געווען אָנגעשטעלט אין קיין שום סאָוועטישער אַנשטאַלט, און האָט געאַרבעט פּריוואַט ווי אַ רעדאַקטאָר. אַ סבֿרה, דווקא דאָס האָט אים געראַטעוועט פֿון אַרעסט און רעפּרעסיעס אין די 1930ער יאָרן, ווען דאָס רובֿ פֿון זײַנע אַמאָליקע קאָלעגן זײַנען נעלם געוואָרן אינעם גיהנום פֿונעם "גולאַג". אין פּערעלמאַנען האָט מען פּשוט פֿאַרגעסן, ווײַל זײַן נאָמען איז ניט געווען אין קיין שום אָפֿיציעלער רשימה. אַ דאַנק דעם, האָבן מיר איצט, 55 יאָר נאָך זײַן טויט, באַקומען אַן אוניקאַלן מקור פֿון מאָדערנער ייִדישער קולטור־געשיכטע.