|
אילה פֿיידער |
|
במשך פֿון די יאָרן האָב איך באַמערקט אַן אינטערעסאַנטן פֿענאָמען: ווען איך הייב אָן רעדן ייִדיש מיט אַ הענדלער אין אַ חסידישער קראָם אין וויליאַמסבורג אָדער באָראָ־פּאַרק, ענטפֿערט מיר אַ מאַן אויף ייִדיש, און אַ פֿרוי — אויף ענגליש.
צוליב דעם וואָס איך האָב נישט קיין נאָענטן קאָנטאַקט מיט די חסידישע פֿרויען, האָב איך נישט געוווּסט ווי אַזוי צו פֿאַרענטפֿערן אַזאַ אויפֿפֿירונג. בין איך געקומען צום אויספֿיר, אַז די פֿרויען האָבן פּשוט אַ גרעסערן חשק אויסצוזען מער "מאָדערן" ווי די מענער, און דערפֿאַר אַסימילירן זיי זיך לינגוויסטיש גיכער.
ווי עס ווײַזט זיך אַרויס, איז דער ענטפֿער אַ סך מער קאָמפּליצירט. די אַנטראָפּאָלאָגין ד״ר אילה ("אַיאַלאַ") פֿיידער האָט לעצטנס אַרויסגעלאָזט אַ בוך, Mitzvah Girls (די מיצווה־מיידלעך), וווּ זי דערציילט וועגן די צוויי יאָר וואָס זי האָט פֿאַרבראַכט מיט חסידישע פֿרויען — ס׳רובֿ פֿון זיי באָבאָווער — אין זייערע היימען, אויף דער גאַס און אין די מיידל־שולן פֿון באָראָ־פּאַרק. אינעם בוך זענען דאָ עטלעכע קאַפּיטלען וועגן ייִדיש בײַ די "מעסיקע" חסידישע פֿרויען. מיטן וואָרט "מעסיקע" מיינט פֿיידער יענע חסידים, וואָס האָבן אַ ביסל מער טאָלעראַנץ צו דרויסנדיקע (באָבאָווער, ליובאַוויטשער און די וועלכע געהערן נישט צו קיין ספּעציפֿישער שיטה) איידער די סאַטמערער, למשל.
אין דער מיידל־שול "בנות־ישׂראל", האָבן די לערערינס, אַדמיניסטראַטאָרן און אַפֿילו תּלמידות געהערט צו פֿאַרשידענע ריכטונגען — באָבאָוו, סאַטמער, ליובאַוויטש, גער, וויזשניץ, און אַ צאָל וואָס פֿיידער רופֿט "נישט־אַפֿיליִיִרטע" חסידים. אַלע האָבן גוט מיטגעאַרבעט, פֿאַרבראַכט אין איינעם מחוץ דער שול, און אַפֿילו פֿאַרבעטן איינע די אַנדערע צו חתונות פֿון זייערע קינדער און אַנדערע שׂימחות. בײַ די פֿרויען האָט ווייניק אויסגענומען, פֿון וואָסער חסידות־שיטה זיי שטאַמען. ווען פֿיידער פֿלעג זיי פֿרעגן: "צו וועלכער ריכטונג געהערט איר?" האָבן זיי, לכתּחילה, נישט פֿאַרשטאַנען די פֿראַגע, ביז איינע וואָלט זי נישט געפֿרעגט: "איר מיינט אפֿשר, וווּ דאַוונט מײַן מאַן?" מיט אַנדערע ווערטער, די טרײַשאַפֿט צו אַ געוויסן רבין איז הײַנט, אַ פּנים, וויכטיקער פֿאַר די מענער ווי פֿאַר די פֿרויען.
בעת אַן אינטערוויו מיטן "פֿאָרווערטס" האָט פֿיידער דערציילט, אַז זי אַליין איז נישט קיין פֿרומע. ווי די טאָכטער פֿון אַ ישׁראל־געבוירענער מאַמען און אַן אַמעריקאַנער טאַטן, איז זי יאָרן לאַנג געגאַנגען אין דער זונטיקשול פֿונעם רעפֿאָרם־טעמפּל "רודף־שלום" אויף דער "אָפּער וועסט סײַד" פֿון מאַנהעטן. מיידלווײַז פֿלעגט זי פֿון צײַט צו צײַט פֿאָרן קיין וויליאַמסבורג, כּדי צו זען די חסידים — אַ רמז אויף דעם וואָס איז שפּעטער געוואָרן די טעמע פֿון איר דיסערטאַציע, און צום סוף — אַ בוך.
"כ׳האָב געהאַט אַ געוויסע נאָסטאַלגיע פֿאַר דער פֿאַרלוירענער וועלט פֿון מיזרח־אייראָפּע," האָט פֿיידער דערקלערט. "כ׳האָב אָנגעהויבן לייענען אַ סך חורבן־ליטעראַטור און האָב זיך שטאַרק פֿאַרטיפֿט אין דעם ענין."
ווי אַ סטודענט פֿון לינגוויסטישער אַנטראָפּאָלאָגיע אין די 1990ער יאָרן, האָט פֿיידער באַשלאָסן צו שרײַבן איר דיסערטאַציע וועגן דער שפּראַך־סאָציאַליזאַציע פֿון די חסידישע פֿרויען אין באָראָ־פּאַרק. זי האָט נישט געקענט דאָרט געפֿינען קיין דירה, האָט אַ באַקאַנטע איר געגעבן דעם נאָמען פֿון אַ פֿרומער לערערין (נישט קיין חסידישע) וועלכע וווינט אַליין אין אַ דירה, און יענע האָט זי געלאָזט שלאָפֿן אויף דער סאָפֿע. וכּך־הווה — יעדע וואָך איז פֿיידער געקומען אויף דרײַ־פֿיר טעג, געווויינטלעך אין די וואָכן־טעג, אָבער אַמאָל אויך אויף שבת און יום־טובֿ, כּדי זיך צו באַקענען נענטער מיטן לעבן־שטייגער פֿון די חסידישע פֿרויען.
|
דאָס שער־בלאַט פֿונעם בוך Mitzvah Girls |
Beryl Goldberg Photography ©2008 |
מע וואָלט געקאָנט טראַכטן, אַז די פֿרומע פֿרויען, דערוויסנדיק זיך ווער זי איז אין דער אמתן און וואָס ס׳זענען אירע צילן, וואָלטן אַ סעקולערע אַנטראָפּאָלאָגין נישט געדאַרפֿט אַרײַנלאָזן צו זיך אין שטוב. אַרויסגעוויזן האָט זיך אַנדערש: "זיי האָבן מיך וואַרעם אויפֿגענומען — האָט פֿיידער דערציילט — ווײַל זיי האָבן געגלייבט, אַז ס׳איז מיר געווען באַשערט צו שטודירן די טעמע, כּדי מיך צו דערנענטערן צו אַ רעליגיעז לעבן. דער פֿאַקט וואָס איך שטאַם פֿון אַ ליבעראַלער ייִדישער היים און שטודיר אין אוניווערסיטעט, און האָב זיך איצט געפֿונען צווישן זיי, האָט זיי נאָך מער איבערצײַגט וועגן דעם כּוח און אמת פֿון אַ פֿרום, ייִדיש לעבן."
אינעם בוך דערציילט פֿיידער וועגן אַ מערקווירדיקן חילוק צווישן דעם עלטערן און ייִנגערן דור. מיט אַ דור־צוויי צוריק האָבן אַ סך חסידישע פֿרויען צוגעדעקט דעם קאָפּ בלויז מיט אַ שײַטל; די הײַנטיקע פֿרויען טראָגן אָבער סײַ אַ שײַטל, סײַ אַ היטל. דעמאָלט האָבן זיי זיך גערופֿן מיט ענגלישע נעמען ווי לילי אָדער ראָוז; הײַנט זענען די נעמען בלויז ייִדישע און לשון־קודשדיקע: חיה, רייזי, פֿייגי (דער "י" בײַם סוף נעמט זיך פֿונעם אַמעריקאַנער סופֿיקס "y"). און וואָס שייך ייִדיש, רעדן די הײַנטיקע חסידישע מיידעלעך אָפֿט מאָל אַ סך בעסער ייִדיש ווי זייערע מאַמעס און באָבעס, כאָטש זייער פֿליסיקייט ווערט ממשותדיק אָפּגעשוואַכט נאָך דעם ווי זיי הייבן אָן גיין אין דער עלעמענטאַר־שול.
פֿאַר וואָס איז די ייִדיש־קענטעניש פֿון דעם עלטערן דור פֿרויען אַזוי שוואַך? ווען די חסידישע קהילות האָבן נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה גענומען בויען די ישיבֿות, האָבן זיי נישט געבויט קיין ייִדיש־רעדנדיקע שולן פֿאַר מיידלעך; דעריבער האָבן די משפּחות געשיקט די טעכטער אין די ליטווישע "בית־יעקבֿ"־שולן, וווּ מע האָט געלערנט אויף ענגליש און העברעיִש. ווען די חסידישע רביים און אַנדערע פֿירער פֿון דער קהילה האָבן אײַנגעזען, אַז זייערע טעכטער הייבן אָן רעדן און לייענען ענגליש און גייען אַפֿילו אין די עפֿנטלעכע סעקולערע ביבליאָטעקן, האָבן זיי גענומען בויען זייערע אייגענע מיידל־שולן.
צוליב דעם וואָס די פֿאָרשולן (די קלאַסן פֿאַר קינדער צווישן 3 און 5 יאָר) ווערן הײַנט אָנגעפֿירט אין גאַנצן אויף ייִדיש, קענען אַ סך פֿון די הײַנטיקע מיידעלעך בעסער ייִדיש ווי זייערע מאַמעס, און רעדן עס מיט זייערע ייִנגערע ברידער און שוועסטער, אַפֿילו אויב די מאַמע רעדט ענגליש. אין די עלטערע קלאַסן, זאָגט פֿיידער, איז עס אָבער אַנדערש. הגם געוויסע לערערינס פֿירן אָן די קלאַסן אויף ייִדיש, רעדן ס׳רובֿ פֿון זיי ענגליש צווישן זיך, אָדער ווי פֿיידער רופֿט עס — "חסידיש ענגליש": אַן אייגנאַרטיק־חסידישער נוסח פֿון ענגליש, וואָס נעמט אַרײַן אַ סך ייִדישע און לשון־קודשדיקע ווערטער. און ווען די מיידלעך שפּילן זיך בעת דער הפֿסקה, מוטיקט מען זיי נישט צו רעדן ייִדיש, גייען זיי כּמעט אַלע אַריבער אויף ענגליש.
אין דער באָבאָווער מיידל־שול "בנות־ישׂראל", וווּ פֿיידער האָט פֿאַרבראַכט אַ סך צײַט במשך פֿון די צוויי יאָר, האָט די אַדמיניסטראַציע געפּרוּווט פּועלן בײַ די לערער צו רעדן מער ייִדש און נישט אַרײַנמישן ענגלישע ווערטער. אינעם ביוראָ פֿון דער דירעקטאָרין ליגט טאַקע אַן עקזעמפּליאַר פֿון אוריאל ווײַנרײַכס ענגליש־ייִדיש ייִדיש־ענגלישן ווערטערבוך. די תּלמידות און אַפֿילו די לערערינס האָבן זיך אָבער געבונטעוועט קעגן דער נײַער פּאָליטיק, זאָגנדיק, אַז זיי קענען זיך נישט גוט אויסדריקן אָן די ענגלישע ווערטער, און נאָך מער — אַ סך פֿון די ענגלישע ווערטער פֿילן זיך בײַ זיי "הײַמישער" ווי די ייִדישע, ווײַל אַזוי רעדן זייערע מאַמעס און באָבעס. איין לערערין האָט געזאָגט, אַז זי קען דאָס ייִדישע וואָרט "טרעפּ" אָבער זי פֿילט זיך מער באַקוועם צו ניצן "סטעפּס", ווײַל אַזוי זאָגט איר מאַמע.
די קהילה־פֿירער האָבן אָבער יאָ געפּועלט בײַ די לערערינס און מאַמעס כאָטש אַרויסצורעדן די ענגלישע ווערטער מיט אַ ייִדישן אַקצענט. "מיר מוזן פֿאַרייִדישן די שפּראַך פֿון די גויים," האָבן די קהילה־פֿירער געטענהט. אין דעם פּרט, זאָגט פֿיידער, האָט מען יאָ מצליח געווען. בײַ ס׳רובֿ פֿון די פֿרויען, ווען זיי מישן אַרײַן ענגלישע ווערטער, קלינגט עס טאַקע ייִדישלעך.
דער פֿאַרלאַנג פֿון די מיידלעך צו רעדן ענגליש אַזוי ווי זייערע מאַמעס (אַפֿילו ווען די מיידלעך קענען ייִדיש) איז זייער אַנדערש ווי בײַ די ייִנגלעך, דערקלערט פֿיידער. די חסידישע חדרים און ישיבֿות פֿאַר ייִנגלעך באַמיִען זיך אויפֿצוהאַלטן די סטרוקטור און די פּעדאַגאָגיק פֿון די ישיבֿות פֿון מיזרח־אייראָפּע, און דערפֿאַר לערנט מען אַלע ייִדישע לימודים אויף לשון־קודש און ייִדיש; אָבער די חסידישע מיידל־שולן האָבן זיך צוגעפּאַסט צו די צפֿון־אַמעריקאַנער מוסטערס פֿון די עפֿנטלעכע שולן, רעדט מען אַ סך מער ענגליש. זיי האָבן אויך אַרײַנגענומען אַ סך פֿון זייערע פּעדאַגאָגישע פֿירונגען. ווען איין תּלמידה שלאָגט אַ צווייטע, למשל, באַהאַנדלט מען זי אַזוי ווי אין די "מאָדערנע" שולן — מע גיט איר "time-out" (מע הייסט איר אַרויסגיין פֿון צימער אָדער זיצן אין אַ ווינקל). מע גיט עס אָבער צו אַ מער ייִדישלעכן טעם: דאָס בענקל ווי די באַשטראָפֿטע תּלמידה מוז זיצן, הייסט דאָס תּשובֿה ("טשיווע")־בענקל.
|
חסידישע מאַמעס מיט קינדער, באָראָ־פּאַרק |
Beryl Goldberg Photography ©2008 |
ווי אַזוי ווייסן די לערערינס ווי עס פֿירט זיך אין די עפֿנטלעכע "גוייִשע" שולן? פּשוט: אין פֿאַרגלײַך מיט די מענער, וואָס טאָרן נישט לייענען קיין סעקולערע צײַטונגען און ביכער, ווײַל דאָס הייסט ביטול־זמן, מאַכט מען זיך נישט וויסנדיק, ווען די פֿרויען טוען עס. און די פֿרויען לייענען טאַקע פֿאַרשידענע סעקולערע אַרטיקלען און ביכער וועגן דערציִען קינדער, און אַנדערע מאַטעריאַלן, וואָס העלפֿן דעם יחיד זיך "פֿאַרבעסערן", וואָס מע רופֿט בלע״ז self-help ביכער. אַ סך פֿון די באָבאָווער פֿרויען לייענען אַפֿילו Readers Digest.
די פֿרויען זענען בכלל מער אויסגעשטעלט צו דער פֿרײַער וועלט ווי די מענער. געוויינטלעך, איז עס די פֿרוי וואָס רעדט מיטן קינדער־דאָקטער, מיט די וווילפֿאַרזאָרג־אַגענטורן, און מיט דער עלעקטריע־פֿירמע. דעריבער איז זייער ענגליש אַ סך פֿליסיקער ווי בײַ זייערע מענער. די פֿרויען האָבן דערציילט פֿיידער, אַז זייערע מענער שטאָלצירן טאַקע מיט דעם וואָס זייער ייִדיש איז בעסער ווי זייער ענגליש, ווײַל דאָס איז אַ סימן, אַז זיי זענען פֿאַרטיפֿט אינעם לערנען.
די ייִנגלעך לערנט מען פֿון קינדווײַז אָן, אַז ס׳איז זייער אַחריות אויפֿצוהאַלטן ייִדיש אין דער היים. מינדי, איינע פֿון די חסידישע פֿרויען, מיט וועלכער פֿיידער האָט זיך באַקענט, האָט איר דערציילט, אַז איר 9־יאָריקער זון חיים איז איין מאָל אַהיימגעקומען פֿון שול און איר געזאָגט: "מאַמי, איך בעט דיך, רעד נאָר ייִדיש אין דער היים".
אינעם בוך דערציילט פֿיידער אויך וועגן פֿאַרשידענע אַנדערע אַספּעקטן פֿונעם לעבן־שטייגער פֿון די חסידישע פֿרויען און מיידלעך, בפֿרט וואָס שייך זייער רעליגיעזער השקפֿה. הגם זי איז נישט פֿרום געוואָרן, אַזוי ווי אירע חסידישע פֿרײַנד האָבן געהאָפֿט (זי איז נאָך אַלץ אַ ליבעראַלע ייִדישע פֿרוי און שיקט אירע קינדער אין אַ פּראָגרעסיווער זונטיק־שול), זאָגט זי, אַז די צוויי יאָר וואָס זי האָט פֿאַרבראַכט מיט זיי, האָבן אויף איר געמאַכט אַ גרויסן רושם. "אַפֿילו אויב איך בין נישט מסכּים מיט זייער לעבן־שטייגער אָדער מיט זייער פּאָליטיק — האָט פֿיידער געזאָגט — בין איך געבליבן מיט אַ טיפֿן דרך־ארץ פֿאַר זיי."