ירושלים, דעם 30סטן נאָוועמבער 1947: ייִדן פֿרייען זיך אין די גאַסן, נאָך דעם ווי די "יו־ען" האָט אָנגענומען די צעטיילונג פֿון פּאַלעסטינע. |
Getty Images |
אַ באַשלוס פֿון מיט 62 יאָר צוריק
עס איז גוט באַקאַנט די דערקלערונג פֿון אַבא אבֿן, דעם אויסערן־מיניסטער פֿון ישׂראל, אַז די אַראַבער פֿאַרזעען נישט קיין געלעגנהייט צו פֿאַרזען אַ שלום מיט ישׂראל. איינע פֿון די בולטסטע געלעגנהייטן איז געווען מיט 62 יאָר צוריק, דעם 29סטן נאָוועמבער 1947, ווען די "יו־ען" האָט אָנגענומען דעם באַשלוס צו צעטיילן פּאַלעסטינע און שאַפֿן 2 מדינות: אַ ייִדישע און אַן אַראַבישע. דעם 29סטן נאָוועמבער 1947, בין איך געווען מיט מײַן פֿרוי אויפֿן וועג פֿון מינכן, דער אַמעריקאַנער אָקופּאַציע־זאָנע אין דײַטשלאַנד, קיין בערגען־בעלזען, דער ענגלישער אָקופּאַציע־זאָנע, אויף אונדזער אומלעגאַלן וועג קיין ארץ־ישׂראל.
פֿאַר דעם ווי מיר האָבן פֿאַרלאָזט מינכן, האָבן מיר געהערט אויפֿן ראַדיאָ די באַהאַנדלונגען אין דער "יו־ען" וועגן דער רעקאָמענדאַציע פֿון דעם ספּעציעלן "יו־ען"־קאָמיטעט צו צעטיילן ארץ־ישׂראל אויף צוויי מדינות — אַ ייִדישער און אַראַבישער. די גאַנצע נאַכט, אין באַן, האָבן מיר נישט צוגעמאַכט מיט קיין אויג. עס האָט באַאומרויִקט די זאָרג, אַז צוליב אַ שטימע אָדער צוויי וועט דער צעטיילונג־פּלאַן נישט אָנגענומען ווערן. אָבער אַז מיר זענען אויף מאָרגן אָנגעקומען קיין בערגען־בעלזען, האָבן מיר זיך דערוווּסט, אַז דער צעטיילונג־פּלאַן איז באַשטעטיקט געוואָרן: 33 מדינות האָבן געשטימט "פֿאַר", 13 — קעגן און 10 האָבן זיך אָפּגעהאַלטן. אויף די ווענט פֿונעם פּליטים־לאַגער האָבן געפֿלאַטערט פּלאַקאַטן: "זאָל לעבן די ייִדישע מדינה", "זאָל לעבן בן־גוריון", און די שׂימחה איז געווען גרויס. ווי אַ "היסטאָרישע גערעכטיקייט", האָט בן־גוריון דעפֿינירט דעם "יו־ען"־באַשלוס פֿון שאַפֿן אַ ייִדישע אומאָפּהענגיקע מדינה אין ארץ־ישׂראל.
ווי באַקאַנט, האָבן די ייִדן אָנגענומען דעם חלוקה־פּלאַן, אָבער די אַראַבער נישט, און ביזן הײַנטיקן טאָג איז דער פּלאַן פֿון צוויי מדינות אויף דער טאָג־אָרדענונג. עס איז גוט באַקאַנט, אַז דער פֿאָרזעער פֿון דער ייִדישער מדינה, טעאָדאָר הערצל, האָט נאָכן ערשטן ציוניסטישן קאָנגרעס, וואָס ער האָט צוזאַמענגערופֿן אין באַזעל אין יאָר 1897, אָנגעשריבן אין זײַן טאָגבוך:
"ווען איך וואָלט געוואָלט רעזומירן דעם קאָנגרעס אין איין פּסוק — אַ זאַך וואָס איך וואָלט נישט געוואַגט צו טאָן עפֿנטלעך — וואָלט איך געזאָגט, אַז אין באַזעל האָב איך געשאַפֿן די ייִדישע מדינה. ווען איך וואָלט דאָס געזאָגט אין דער הייך, וואָלט מען מיר געענטפֿערט מיט אַ געלעכטער. אפֿשר אין פֿינף יאָר, זיכער אין 50 יאָר אַרום, וועלן דאָס אַלע אָנערקענען".
פּונקט 50 יאָר נאָך דעם ווי הערצל האָט נאָטירט די דאָזיקע ווערטער, דעם 29סטן נאָוועמבער 1947, האָט די אַלגעמיינע פֿאַרזאַמלונג פֿון דער "יו־ען" אָנגענומען דעם באַשלוס צו שאַפֿן אַ ייִדישע מדינה, ווי אַ טייל פֿון ארץ־ישׂראל.
אין יאָר 1882 האָט ד״ר לייב פּינסקער, איינער פֿון די פֿירער פֿון דער "חיבת־ציון"־באַוועגונג, פּובליקירט זײַן בראָשור "אויטאָעמאַנציפּאַציע". די בראָשור איז ביזן הײַנטיקן טאָג אַ קלאַסיש ווערק אין דער ייִדישער ליטעראַטור; קיין אַנדערע איז נישט ענלעך צו איר, וואָס שייך דער שאַרפֿזיניקייט פֿון דער ייִדישער פּראָבלעם, און דעם דרייסטן אויסדרוק פֿון דער לאַגע אין גלות. אָט ווי פּינסקער שילדערט דאָס לעבן פֿון אַ ייִדן אין די תּפֿוצות:
"אין די אויגן פֿון די לעבעדיקע, ווערט ער באַטראַכט ווי אַ מת; אין די אויגן פֿון די בירגער — אַ פֿרעמדער; אין די אויגן פֿון די אײַנוווינער — אַ נע־ונד; אין די אויגן פֿון די רײַכע — אַ קבצן; אין די אויגן פֿון די אָרעמע — רײַכער אויסנוצער; אין די אויגן פֿון אַ פּאַטריאָט — אַ מענטש אָן אַ היים, און אין די אויגן פֿון אַלעמען — אַ שׂונא, אַ קאָנקורענט".
אַ פּאָר יאָר נאָך דעם ווי הערצל האָט פּובליקירט זײַן בוך "די ייִדישע מדינה", האָט אים אַ פֿרײַנד געעצהט איבערצולייענען פּינסקערס "אויטאָעמאַנציפּאַציע". נאָך דעם ווי ער האָט עס געלייענט, האָט הערצל געזאָגט, אַז ווען ער וואָלט געוווּסט וועגן דעם פֿריִער, וואָלט ער נישט געווען געשריבן זײַן "ייִדישע מדינה".
דוד בן־גוריון האָט אויף דעם באַמערקט, אַז די ייִדישע געשיכטע איז דאַנקבאַר הערצלען דערפֿאַר, וואָס ער האָט נישט געוווּסט וועגן דער "אויטאָעמאַנציפּאַציע", און זיך נישט אָפּגעהאַלטן פֿון פּובליקירן זײַן "ייִדישע מדינה". אמת, אין הערצלס בוך זענען פֿאַראַן אַ סך געדאַנקען, וואָס רופֿן זיך איבער מיט פּינסקערס ווערטער. "אָבער אויב עמעצער וועט פֿרעגן, ווער פֿון די ביידע איז גרעסער", האָט געשריבן מנחם אוסישקין, "דאַרף דער ענטפֿער זײַן: דאָס זענען צוויי פֿאַרשיידענע גרויסקייטן. ווען דער לערער וואָלט נישט געשאַפֿן די שילער, וואָלט קיינער נישט געגאַנגען נאָכן פֿירער".
אין דעצעמבער 1946 איז פֿאָרגעקומען אין באַזעל דער 22סטער ציוניסטישער קאָנגרעס, דער ערשטער קאָנגרעס נאָכן חורבן. איך האָב זיך באַטייליקט אינעם דאָזיקן קאָנגרעס און בין בײַגעווען בײַ אַ צוזאַמענטרעף פֿון דוד בן־גוריון מיט דער פֿאָרשטייערשאַפֿט פֿון די ניצול־געוואָרענע, די לעבן־געבליבענע פֿונעם חורבן.
די פֿאָרשטייער פֿון דער גרופּע זענען געקומען צו בן־גוריונען און געטענהט, אַז מען טאָר נישט פֿאַרגעסן און מען טאָר נישט מוחל זײַן, ווײַל דער חורבן קען זיך איבערחזרן. זיי האָבן פֿאַרלאַנגט פֿון בן־גוריונען צו פֿאַרשטאַרקן דעם קאַמף פֿאַרן שאַפֿן אַ ייִדישע מדינה אין ארץ־ישׂראל, וואָס זי וועט נישט נאָר קענען אַבסאָרבירן די איבערגעבליבענע פֿונעם חורבן, נאָר וועט אויך זײַן אַ פֿעסטונג פֿאַרן גאַנצן ייִדישן פֿאָלק, באַשיצן יעדן ייִדן אויף דער וועלט און זײַן אַ גאַראַנטיע, אַז מער וועט קיין ענלעכער אומגליק נישט פֿאָרקומען. דער דאָזיקער פֿאַרלאַנג פֿון די לעבנס־געבליבענע האָט געשטאַרקט דעם אַקטיוויסטישן לאַגער אין די ציוניסטישע באַוועגונגען בראָש וועלכן עס איז געשטאַנען דוד בן־גוריון, און ער האָט דערקלערט אויפֿן קאָנגרעס:
"די לעצטע צוואה פֿון די מיליאָנען קרבנות איז געווען, אַז נאָר צוליב דעם, וואָס דאָס ייִדישע פֿאָלק איז געווען אַ פֿאָלק אָן אַן אייגענער נאַציאָנאַלער היים זענען מיר דערמאָרדעט געוואָרן; און עס וועט נישט הערשן קיין פֿרײַהייט און גערעכטיקייט ביז עס וועט נישט פֿאַרריכט ווערן די היסטאָרישע אומגערעכטיקייט און עס וועט נישט אויפֿקומען פֿון דאָס נײַ די ייִדישע מדינה. אַזאַ מדינה איז אָפֿיציעל אויפֿגעקומען אין 1948, ווי אַ רעזולטאַט פֿונעם "יו־ען"־באַשלוס פֿון 29סטן נאָוועמבער 1947.
נאָך די אָסלאָ־אָפּמאַכן, מיט 16 יאָר צוריק, האָט אויסגעזען, אַז די פּאַלעסטינער וועלן דאָס מאָל נישט פֿאַרזען די געלעגנהייט און עס וועט זײַן אַ שלום צווישן זיי און ישׂראל. פֿאַר דעם האָבן דרײַ מענטשן באַקומען אין 1994 דעם נאָבעל־פּרײַז פֿאַר שלום: יצחק ראַבין, שמעון פּערעס און יאַסיר אַראַפֿאַט. עס זענען פֿאַרבײַ נאָך 8 יאָר און פּרעזידענט דזשאָרדזש בוש האָט דעם 24סטן יוני 2002 פּראָקלאַמירט די "וועגן־מאַפּע", דעם באַנײַטן פּלאַן פֿון לייזן דעם ישׂראל־אַראַבישן קאָנפֿליקט אויף דער באַזע פֿון 2 מדינות. און אָט זענען ווידער פֿאַרבײַ 7 יאָר און ווידער זעט אויס, אַז אַבא אבֿן איז געווען גערעכט — די פּאַלעסטינער גייען ווידער פֿאַרזען אַ געלעגנהייט צו ענדיקן דעם קאָנפֿליקט מיט ישׂראל.
פֿאַרוואָס שאַפֿן נישט די פּאַלעסטינער זייער אומאָפּהענגיקע מדינה? מען קען רעזומירן די סיבות פֿאַרוואָס די פּאַלעסטינער האָבן ביז הײַנט נישט געשאַפֿן זייער מדינה אַזוי: זיי ווילן נישט אָנערקענען ישׂראל, ווי אַ ייִדישע מדינה. זיי זענען נישט מסכּים צו דערקלערן, אַז אַ שלום מיט ישׂראל מאַכט אַ סוף צום ישׂראל־פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט. זיי פֿאַרלאַנגען ישׂראל זאָל אָפּשטעלן דאָס בויען אויף די שטחים און עס זאָל נישט זײַן קיין פֿאַרברייטערונג פֿון די ייִדישע קאָלאָניעס, אַפֿילו נישט אין פֿאַרבינדונג מיטן נאַטירלעכן וווּקס פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג. זיי פֿאַרלאַנגען צו צעטיילן ירושלים. זיי האָבן נישט מוותּר געווען אויף זייער פֿאַרלאַנג, אַז די פּאַלעסטינער פּליטים זאָל דערלויבט ווערן זיך צוריקקערן קיין ישׂראל — וואָס זיי רופֿן אָן "דער זכות פֿון צוריקקער". זיי זענען נישט מסכּים, אַז די פּאַלעסטינער אומאָפּהענגיקע מדינה זאָל זײַן דעמיליטאַריזירט; נישט האָבן אַן אַרמיי און שווער געווער, נאָר זיכערהייט־איינהייטן צום באַקעמפֿן טעראָר. די איינציקע מעגלעכקייט צו רעאַלזירן דעם חלוקה־פּלאַן פֿון ארץ־ישׂראל איז צו רעאַליזירן דעם באַשלוס פֿון 29סטן נאָוועמבער 1947 וועגן צוויי מדינות.
דער דאָזיקער באַשלוס איז אײַנגעשלאָסן אין צוויי וויכטיקע דאָקומענטן: אין דער "וועג־מאַפּע" פֿון 2002 און אין דער אַנאַפּאָליס־פֿאַרשטענדעניש פֿון 2007. אַזוי ווי אָבאַמאַ האָט באַקומען דעם נאָבעל־פּרײַז אינעם ערשטן יאָר פֿון זײַן קאַדענץ, וועט ער מוזן פֿאַרשטאַרקן זײַנע אָנשטרענגונגען צו ברענגען רעזולטאַטן אין פֿאַרלויף פֿון זײַן ערשטער קאַדענץ. אין זײַן באַגריסונג צו דער פּרעזידענטן־קאָנפֿערענץ אין ירושלים דעם 20סטן אָקטאָבער האָט ער זיך פֿאַרפֿליכטעט צו ברענגען דערצו, אַז ישׂראל און די פּאַלעסטינער זאָלן עקזיסטירן זײַט בײַ זײַט אין שלום און זיכערהייט. נאָר אויב ער וועט מצליח זײַן אין דעם, האַלטן די פּאָליטישע אָבסערוואַטאָרן, קען ער פֿאַרזיכערן זײַן ווערן אויסגעקליבן אויף אַ צווייטער קאַדענץ.
און אויב ער וועט נישט מצליח זײַן און וועט דאָך ווערן אויסגעקליבן אויף אַ צווייטן טערמין, האָט ער נאָך פֿיר יאָר עס צו דערגרייכן.