די הײַנטיקע פּרשה הייסט "חיי־שׂרה" — "שׂרהס לעבן". אין דער אמתן, אָבער, ווערט איר לעבן באַשריבן דווקא אין די פֿריִערדיקע פּרשיות. בײַם אָנהייב פֿון דער איצטיקער סדרה, גיט אונדז די תּורה איבער, ווי אַלט עס איז געווען שׂרה אמנו, ווען זי איז געשטאָרבן. ווײַטער ווערט דערציילט, ווי אַבֿרהם אָבֿינו האָט אָפּגעקויפֿט אַ שטח לאַנד אַרום דער מערכת־המכפּלה אין חבֿרון, וווּ ער האָט באַערדיקט זײַן ווײַב.
דערנאָך קומט אין דער פּרשה אַ דערציילונג וועגן דעם, ווי אַבֿרהם האָט געזוכט דעם שידוך פֿאַר זײַן זון, יצחק. ער האָט געשיקט זײַן באַדינער, אליעזר, קיין אַרם־נהרים. ווען אליעזר איז צוגעקומען צום דאָרטיקן ברונעם, האָט ער געבעטן דעם אייבערשטן צו ווײַזן אים אַ סימן: אויב ער וועט פֿרעגן בײַ אַן אָרטיק מיידל צו טרינקען, און זי וועט אויך פֿאָרלייגן צו געבן וואַסער פֿאַר זײַנע קעמלען, וועט ער שוין וויסן, אַז ער האָט געפֿונען דעם געהעריקן שידוך.
נאָך אליעזרס בקשה, איז צום ברונעם באַלד געקומען רבֿקה, די טאָכטער פֿון אַבֿרהמס פּלימעניק, בתואל. זי האָט אויסגעהאַלטן דעם "טעסט" און פֿאָרגעלייגט וואַסער סײַ צו דעם וואַנדערער, סײַ צו זײַנע קעמלען. אליעזר האָט זי געבראַכט צו אַבֿרהמען. אויפֿן וועג, האָבן זיי דערזען יצחקן, וועלכער האָט מתפּלל געווען אין אַ פֿעלד; זיי זענען געפֿעלן געוואָרן איינע דעם צווייטן, און האָבן חתונה געהאַט.
נאָך זײַן חתונה, האָט יצחק באַלד פֿאַרשטאַנען, אַז רבֿקה איז זײַן באַשערטע פֿון הימל. איר חלה-טייג האָט תּמיד געראָטן, אירע שבת-ליכט האָבן געברענט במשך פֿון אַ גאַנצע וואָך, און אַ וואָלקן — אַ סימן פֿון דער הייליקער שכינה — האָט תּמיד אַרומגערינגלט זייער געצעלט, ווי אין די צײַטן, ווען עס האָט נאָך געלעבט זײַן מאַמע, שׂרה.
ווײַטער ווערט אין דער פּרשה דערציילט, ווי אַבֿרהם אָבֿינו האָט ווידער חתונה געהאַט; זײַן צווייטע ווײַב האָט געהייסן קטורה. רש״י דערקלערט, על־פּי־מדרש, אַז דאָס איז געווען זײַן געוועזענע פּלגש הגר, די מאַמע פֿון ישמעאל. אַ צאָל אַנדערע מפֿרשים האַלטן אָבער, אַז קטורה און הגר זענען געווען צוויי באַזונדערע פֿרויען. ווי עס שטייט בײַם סוף פֿון דער סדרה, איז אַבֿרהם אָבֿינו געשטאָרבן בײַ 175 יאָר; זײַנע זין האָבן אים באַערדיקט לעבן שׂרהן אין דער מערכת־המכפּלה. שפּעטער איז אויך געשטאָרבן זײַן עלטערער זון, ישמעאל.
די נעמען פֿון די פּרשיות האָבן תּמיד אַ שײַכות צו זייער אינהאַלט. אַ מדרש זאָגט, אַז די הײַנטיקע פּרשה הייסט דווקא "חיי-שׂרה", ווײַל שׂרהס "אמת לעבן", ווי די אייביקע לעגענדאַרע מאַמע פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, וועלכע האָט אויך איבערגעלאָזט אַ שטאַרקע השפּעה איבער דער גאַנצער וועלט, האָט זיך ערשט אָנגעהויבן נאָך איר פֿיזישן טויט.
שׂרהס עלטער ווערט אָנגעגעבן אין דער תּורה ווי דרײַ באַזונדערע צאָלן: הונדערט יאָר, צוואָנציק יאָר און זיבן יאָר. די חז״ל באַטאָנען, אַז דאָס ווײַזט אָן, אַז איר לעבן איז געווען שלימותדיק — בגשמיות, פֿון קינדהייט ביז דער בכּבֿודיקער עלטער. בײַ צוואָנציק יאָר איז זי געווען אַזוי שיין, ווי בײַ זיבן יאָר, און בײַ איר עלטער — אַזוי ריין פֿון זינד, ווי אין איר יוגנט.
די חז״ל זאָגן, אַז שׂרה איז ניפֿטר געוואָרן, ווען זי איז געווויר געוואָרן, אַז איר מאַן האָט שיִער נישט געשאָכטן זייער זון, יצחק, ווי אַ קרבן. בפּשטות, האָט די בשׂורה זי שאָקירט, און געבראַכט צום טויט.
די חסידישע צדיקים דערקלערן אָבער איר טויט אויף אַ מער מיסטישן אופֿן. ווען שׂרה האָט דערהערט וועגן דער הויכער רוחניותדיקער מדרגה, וואָס יצחק האָט דערגרייכט דורך זײַן מסירת־נפֿש בעת דער עקידה, האָט זי בכּיוון באַגאַנגען אַן "אינערלעכע עקידה", כּדי צו דערגרייכן די זעלבע מדרגה. זי האָט זיך אַזוי קלאָר פֿאָרגעשטעלט, אַז זי אַליין ווערט געבראַכט ווי אַ קרבן, אַז איר נשמה איז אַרויסגעפֿלויגן פֿונעם גוף. לויט אַזאַ אָפּטײַטש, איז שׂרהס טויט נישט געווען בלויז אַ רעזולטאַט פֿונעם שאָק, נאָר אַ קולמינאַציע פֿון איר הויכער עבֿודת-השם.
דער נאָמען פֿון דער פּרשה לערנט אונדז, אַז דאָס אמתע לעבן פֿון צדיקים און צידקניות גייט ווײַטער אָן נאָך זייער פּטירה, צוליב דער אייביקער השפּעה, וואָס זיי לאָזן איבער אין דער וועלט, און צוליב די טובֿות, וואָס זייערע נשמות קאָנען אויספּועלן אויף יענער וועלט פֿאַר די קומענדיקע דורות.
הגם די דאָזיקע תּירוצים העלפֿן צו פֿאַרשטיין, פֿאַרוואָס אַ פּרשה, וואָס הייבט זיך אָן מיטן טויט, הייסט "לעבן", פֿאַרענטפֿערן זיי נישט אינגאַנצן די קשיא. הגם אַזאַ "לעבעדיק" לשון איז טאַקע צוגעפּאַסט צו שׂרהס "נעקראָלאָג", פֿאַרנעמט איר טויט און קבֿורה בלויז דעם ערשטן פֿערטל פֿון דער סדרה. דאָס צענטראַלע אָרט פֿאַרנעמט אין איר די ראָמאַנטישע מעשׂה וועגן יצחק און רבֿקהס שידוך. ווי עס ווערט דערקלערט אין ספֿרי־חסידות, האָבן די נעמען פֿון די פּרשיות אַ שײַכות צו זייער אַלגעמיינעם תּוכן; עס מוז זײַן, אַז דער דאָזיקער שידוך גופֿא איז געווען, אין אַ געוויסן זין, דער עיקר־חלק פֿון שׂרהס אמתדיק לעבן — אויב אַפֿילו זי האָט נישט דערלעבט ביז איר זונס חתונה.
דער חומש דערקלערט נישט, ווי אַזוי אַבֿרהם און שׂרה האָבן חתונה געהאַט, און זיי האָבן געהאַט זייער זון על־פּי־נס, שוין אין דער טיפֿער עלטער. די מעשׂה וועגן יעקבֿ און זײַנע פֿרויען ווערט יאָ פּרטימדיק באַשריבן, אָבער די גאַנצע געשיכטע מיט דעם שווינדלער לבֿן און זײַנע טעכטער איז גאָר אַן אומגעוויינטלעכע. פּרעה האָט געגעבן יוספֿן אַ בכּבֿודיקע ווײַב, אָסנת בת פּוטיפֿרע — צוליב דעם, וואָס ער האָט געראַטעוועט מצרים פֿון הונגער. דאָס איז, אָבער, אויך געווען אַן אומגעוויינטלעכע חתונה.
אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, ווערט אין דער הײַנטיקער פּרשה דערציילט די איינציקע "נאָרמאַלע" שידוך־מעשׂה אינעם גאַנצן חומש, ווי אויך די ערשטע ייִדישע חתונה אין דער געשיכטע. אין פֿאַרגלײַך מיט יעקבֿן, וועלכער האָט פֿאַרדינט זײַן זיווג נאָך דער פֿיל־יעריקער שקלאַף־אַרבעט, און מיט יוסף, וועלכער איז פֿאַרקויפֿט געוואָרן אין מצרים, און געוואָרן דאָרטן אַ שני־למלך, האָט יצחק געפֿונען זײַן באַשערטע בײַ געוויינטלעכע, רויִקע אומשטענדן. פֿונדעסטוועגן, קאָן מען זאָגן, אַז ס׳איז אויך נישט געווען קיין טיפּישער שידוך.
יצחק איז געווען דער ערשטער געבוירענער ייִד אין דער וועלט, אַן אײַנגעבוירענער צדיק, וועלכער איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ הייליקער היים און אויסגעשטאַנען דעם נסיון פֿון דער עקידה. צוליב דער גרויסער קדושה, האָט ער אַפֿילו נישט געטאָרט פֿאַרלאָזן אַרץ־ישׂראל, כּדי צו געפֿינען אַ כּלה. דערפֿאַר, האָט אַבֿרהם געשיקט אַליעזרן אין אַן אַנדער לאַנד, ווײַל ער האָט נישט געוואָלט האָבן צו טאָן מיט די אָרטיקע פֿאַרדאָרבענע כּנענישע פֿרויען.
נישט געקוקט אויף דעם, האָט יצחק חתונה געהאַט מיט דער שוועסטער פֿונעם באַרימטן רשע, לבֿן, וועלכע איז אויפֿגעוואַקסן אין חרן — אַן אָרט מיט גאָר אַ שלעכטן נאָמען. הגם אין אַרם־נהרים האָבן געוווינט אַבֿרהמס קרובֿים, זענען זיי געווען אינגאַנצן ווײַט פֿון קדושה. אָבער, צוליב דעם סימן, וואָס דער באַשעפֿער האָט געשיקט אַליעזרן, האָט זיך אים אײַנגעגעבן צו געפֿינען דאָרטן אַ גרויסע צדיקת — אַ "רויז צווישן די דערנער".
שׂרה אמנו האָט פֿאַרלייגט די יסודות פֿון ייִדישקייט פֿאַר די קומענדיקע דורות. אַ ייִד מוז שטרעבן צו בלײַבן הייליק און אויך אַנטפּלעקן ג־טלעכקייט אין דער גראָבער גשמיותדיקער וועלט, "משדך זײַן" רוחניות און גשמיות. אַדרבה, דווקא אין די מאַטעריעלע זאַכן קאָן מען געפֿינען די העכסטע ניצוצות־הקדושה.
אין יצחקס שידוך האָט זיך אַנטפּלעקט דער צוועק און דער תמצית פֿון שׂרהס לעבן, ווי די אורמוטער פֿונעם ייִדישן פֿאָלק — דערפֿאַר טראָגט אונדזער פּרשה אַזאַ נאָמען.