אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
אַ בילד צום אַרטיקל אין "פֿאָרווערטס" פֿון אָנהייב 1930ער יאָרן, וווּ עס ווערט דערציילט וועגן דעם "ראַדיאָ מאָסקווע"; ל. טראָצקי (רעכטס) און י. סטאַלין
אַ בילד צום אַרטיקל אין "פֿאָרווערטס" פֿון אָנהייב 1930ער יאָרן, וווּ עס ווערט דערציילט וועגן דעם "ראַדיאָ מאָסקווע"; ל. טראָצקי (רעכטס) און י. סטאַלין
Forward Association

איך האָב זיך ניט באַטייליקט אין די וואַלן דעם 3טן נאָוועמבער, כאָטש אין דעם טאָג בין איך געווען אין ניו-יאָרק. די זאַך איז אַז איך בין ניט קיין אַמעריקאַנער בירגער. אָבער דער פֿאַקט פֿון מײַן אָנגעהעריקייט צו גרויס-בריטאַניע שטייט ניט געשריבן בײַ מיר אויפֿן שטערן, און אין משך פֿונעם גאַנצן טאָג האָט מען מיר אין די הענט געשטופּט פּאַפּירלעך, גערופֿן מיך צו שטימען פֿאַר מײַקל בלומבערגן. וואָס וואָלט איך געטאָן, טאָמער איך וואָלט יאָ געווען אַן אַמעריקאַנער?

מיר דאַכט זיך, אַז פֿאַר בלומבערגן וואָלט איך בשום-אופֿן ניט געשטימט. מחמת ס׳איז צבֿועקיש — צו שיקן די אַרמיי אין אַנדערע לענדער, זי זאָל דאָרטן אײַנפֿירן דעמאָקראַטיע, און דערלויבן בײַ זיך אין דער היים אַ רײַכן — זאָל זײַן זייער אַ פֿעיִקן און אַ ייִדישן — פּאָליטיקער זיך פֿאַרמעסטן אויף דעמאָקראַטיע און בײַטן די תּקנות, לויט וועלכע דעם מייאָר האָט מען ניט דערלויבט צו בלײַבן מער פֿון אַכט יאָר. אַפֿילו וולאַדימיר פּוטין האָט זיך ניט דערלויבט צו טאָן אַזאַ זאַך! וועט איר זאָגן: וווּ איז פּוטין און וווּ איז בלומבערג? זיכער. אָבער סײַ-ווי-סײַ פֿילט זיך פֿון דעם אַלץ ניט קיין גוטער ריח.

דער עולם האָט עס דערפֿילט. דערפֿאַר האָט טאַקע בלומבערג געוווּנען אין גאַנצן מיט אַ פֿינף-פּראָצענטיקן אונטערשייד. מיר ווערט אַ ביסל קאַלעמוטנע, ווען איך דערמאָן זיך, אַז אין דער פּראָפּאַגאַנדע פֿאַר אָט דעם נצחון האָט ער אַרײַנגעגאָסן 100 מיליאָן דאָלאַר. מיר זעט עס אויס ווי אַ חוצפּה פֿון אַ צעבאַלעוועטן נגיד און אַ געוואַלדיקע מפּלה פֿון דעמאָקראַטיע. איך רעד שוין ניט וועגן דעם, אַז פֿון דער גאַנצער מעשׂה ציט אויך מיט "שבֿטימדיקייט": לאָמיר שטימען פֿאַר בלומבערגן, ווײַל ער געהערט צו "אונדזעריקע". אין תּוך אַרײַן, שטימט מען אַזוי — פֿאַר די וואָס זײַנען פֿון דעם זעלבן עטניש-רעליגיעזן טייג געקנאָטן — אין איראַק צי אַפֿגאַניסטאַן. און אַזוי האָבן דאָ, אין ניו-יאָרק, געטאָן ניט ווייניק ייִדן, וואָס האַלטן זיך פֿאַר ליבעראַלן צי אַפֿילו סאָציאַליסטן.

* * *

אַפּראָפּאָ פּראָפּאַגאַנדע: אין רוסלאַנד האָט מען אָפּגעמערקט 80 יאָר זינט דער "ראַדיאָ מאָסקווע" האָט אָנגעהויבן זײַן אַרבעט פֿאַרן אויסלענדישן עולם. געווען איז עס דעם 29סטן אָקטאָבער 1929, און די ערשטע אויסלענדישע שפּראַך איז געווען, פֿאַרשטייט זיך, דײַטש. ערשטנס, האָט דײַטשלאַנד געהאַט ניט ווייניק סימפּאַטיקער פֿון קאָמוניזם. צווייטנס, האָבן אַ סך דײַטשן פֿאַרמאָגט גוטע ראַדיאָס. אין יענעם יאָר, 1929, האָבן אָנגעהויבן אַרבעטן אויך רעדאַקציעס אויף ענגליש, עספּעראַנטאָ, פֿראַנצויזיש, טשעכיש, שוועדיש, שפּאַניש און אונגאַריש. אויף די — און שפּעטער אויף אַ סך אַנדערע שפּראַכן (אין אייניקע יאָרן אויך אויף ייִדיש) — האָט מען געפֿירט פּראָפּאַגאַנדע פֿון קאָמוניסטישע אידעען.

עקאַטערינאַ אָלעווסקאַיאַ
עקאַטערינאַ אָלעווסקאַיאַ

אָבער די געשיכטע פֿון "ראַדיאָ מאָסקווע" האָט אויך געהאַט סימפּאַטישע זײַטלעך. דעם 28סטן אָקטאָבער 1962 האָט מען דורכן ראַדיאָ איבערגעגעבן ניקיטאַ כרושטשיאָווס ענטפֿער דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט דזשאָן קענעדי. די וועלט איז דעמאָלט געווען נאָענט צו אַ נוקלעאַלער מלחמה, ווײַל די סאָוועטן האָבן בגנבֿה געבראַכט ראַקעטעס קיין קובע. אַ דאַנק דעם "ראַדיאָ מאָסקווע" האָט די גאַנצע וועלט זיך גלײַך דערוווּסט, אַז דער סאָוועטישער צד האָט זיך באַטראַכט און איז געווען גרייט צוריקצוציִען דאָס געפֿערלעכע געווער.

אַ סימפּאַטיש זײַטל איז אויך פֿאַרבונדן מיטן נאָמען פֿון קאַטיאַ (עקאַטערינאַ) אָלעווסקאַיאַ, וועמעס קול איז געווען גוט באַקאַנט אין טשילי. אין משך פֿון 15 יאָר פֿון דעם גענעראַל פּינאָטשעס מיליטערישער דיקטאַטור, זינט 1973 ביז 1988, האָט קאַטיאַ דערציילט די טשיליִער וועגן די געשעענישן אין זייער אייגן לאַנד. די סענסיטיווע אינפֿאָרמאַציע האָט צונויפֿגעקליבן די אָפּאָזיציע, אָבער צוריק פֿלעגט זי קומען אַזש פֿון מאָסקווע.

עקאַטערינאַ אָלעווסקאַיאַ איז געבוירן געוואָרן אין אַ ייִדישער משפּחה אין אוקראַיִנע, אָבער ווי אַ קינד איז זי געבראַכט געוואָרן קיין מעקסיקע. קאַטיאַ איז געווען אַ יאָר צוואַנציק אַלט, ווען זי האָט, צוזאַמען מיט איר פֿאָטער, זיך אומגעקערט קיין אוקראַיִנע. שפּאַניש האָט זי גערעדט אַ סך בעסער פֿון רוסיש, און די ערשטע צײַט האָט זי געאַרבעט ווי אַ טוריסטישער גיד. אין קורצן, אָבער, האָט זי באַקומען אַן אַרבעט אין דער שפּאַנישער רעדאַקציע, און מיטן ראַדיאָ איז פֿאַרבונדן געוואָרן איר גאַנץ לעבן.

די לעצטע יאָרן פֿון איר לעבן האָט זי געוווינט אין ישׂראל. הײַיאָר, אין מײַ חודש, איז זי געשטאָרבן אין עלטער פֿון 92 יאָר. עס זעט אויס, אַז אויף איר טויט האָט מען זיך אָפּגערופֿן, דער עיקר, אין טשילי, וווּ מע האָט ניט פֿאַרגעסן איר קול. אין רוסלאַנד איז עס קיין גרויסע נײַעס ניט געוואָרן. און אין ישׂראל האָט מען עס, דאַכט זיך, אין גאַנצן ניט באַמערקט.

אַ מאָדנע זאַך. דער מאָסקווער ראַדיאָ איז געווען אַן אינסטרומענט פֿון פּראָפּאַגאַנדע. און קאַטיאַ אָלעווסקאַיאַ איז געווען אַ קול פֿון דער דאָזיקער פּראָפּאַגאַנדע. אָבער אין דעם זכּרון פֿון אַ סך טשיליִער איז זי פֿאַרבליבן ווי אַ ליכטיקער געשטאַלט.