קונסט
פֿון זשיל ראָזיע (פּאַריז)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פֿון דער פּאַריזער אויסשטעלונג: הענריק בערלעווי — אַפֿיש פֿאַר דער געזונט־אָרגאַניזאַציע "טאָז", 1927
פֿון דער פּאַריזער אויסשטעלונג: הענריק בערלעווי — אַפֿיש פֿאַר דער געזונט־אָרגאַניזאַציע "טאָז", 1927

הײַיאָר האָבן צוויי מוזייען אין אייראָפּע אָרגאַניזירט אויסשטעלונגען וועגן די אַוואַנגאַרדן, וואָס האָבן צעטומלט די ייִדישע גאַס אין מיזרח–אייראָפּע אין די 20ער יאָרן פֿון פֿריִערדיקן יאָרהונדערט. פֿונעם 11טן פֿעברואַר ביזן 17טן מײַ האָט דער פּאַריזער מוזיי פֿאַר ייִדישער קונסט און געשיכטע אויסגעשטעלט 120 ווערק פֿון אליעזר ליסיצקי, יוסף טשײַקאָוו, מאַרק שאַגאַל, הענריק בערלעווי און אַנדערע. די אויסשטעלונג האָט זיך אײַנגעאָרגנעט אַרום די אילוסטרירטע ייִדישע ביכער אונטערן טיטל "פֿאַרגאַנגענע צוקונפֿט: דער אַוואַנגאַרד און דאָס ייִדישע בוך 1939—1941".

דעם יסוד פֿון דער אויסשטעלונג איז באַשטאַנען פֿון אַ זאַמלונג ייִדישע ביכער וואָס דער מוזיי האָט מיט אַ יאָר פֿינף צוריק געקויפֿט בײַ הילל קאַזאָווסקי, אַן ישׂראלדיקער זאַמלער, אַן עולה פֿון געוועזענעם סאָוועטן–פֿאַרבאַנד. קאַזאָווסקי האָט, אין זײַנע סאָוועטישע יאָרן, געזאַמלט כּמעט אַלע וויכטיקע ביכער פֿונעם ייִדישן אַוואַנגאַרד. דער מוזיי האָט אויך זיך געוואָנדן צו די וויכטיקע זאַמלונגען פֿון דער פּאַריזער מעדעם–ביבליאָטעק, און אויסגעבאָרגט עיקר–המציותן פֿונעם ירושלימער ישׂראל–מוזיי און פּעטערבורגער עטנאָגראַפֿישן מוזיי. דער מאַרשרוט פֿון דער אויסשטעלונג האָט זיך אָרגאַניזירט אין פֿיר באַוועגונגען.

אין דער ערשטער ריכטונג, וועלכע הייסט "קאָפּירן" האָט מען געוואָלט ווײַזן דעם באַזוכער, ווי אַזוי אַ ריי ייִדישע אַרטיסטן, מיט אליעזר ליסיצקי, שלמה יודאָווין און ישׂשׂכר־בער ריבאַק בראָש, האָבן נאָכגעמאַכט, בשעת די עטנאָגראַפֿישע עקספּעדיציעס אין די שטעטלעך פֿון פּאָדאָליע און וואָלין, מאָטיוון וואָס האָבן באַפּוצט אַלטע שילן, פּינקסים צי מצבֿות. אין דער צווייטער ריכטונג האָט מען געקענט זען ווי אַזוי די זעלביקע קינסטלער האָבן "אינטערפּרעטירט" די–אָ מאָטיוון און זיי איבערגעגעבן אין אַ מאָדערנעם, קוביסטישן צי פֿוטוריסטישן סטיל — און דערמיט געלייגט דעם יסוד פֿון דער מאָדערנער ייִדישער קונסט.

אין דער דריטער ריכטונג — "זיך אינדיווידואַליזירן" — האָט מען זיך אָפּגעשטעלט אויף יעדן קינסטלער באַזונדער, פֿון די סאַמע באַרימטסטע, ווי מאַרק שאַגאַל, אליעזר ליסיצקי, נתן אַלטמאַן און הענריק בערלעווי צו כּמעט אומבאַקאַנטע, ווי שׂרה שאָר און מאיר אַקסלראָד. אין דער לעצטער ריכטגונג, וואָס די אָרגאַניזאַטאָרן האָבן באַטיטלט "סוף פֿון אַ חלום" האָט מען געוואָלט ווײַזן און איבערגעבן דעם עולם אַן אידעאָלאָגישע איבערצײַגונג, וואָס מע וואָלט זיכער געקענט באַהאַנדלען: ווי אַזוי אַ טייל קינסטלער פֿון דער אַוואַנגאַרד־גרופּע האָבן זיך אײַנגעקערפּערט אין דער נײַער עסטעטיק פֿון דער אַזוי־גערופֿענעם רעאַליסטישן סאָציאַליזם, און ווי אַזוי די האָפֿענונג פֿון אַן אומאָפּהענגיקער ייִדישער קולטור איז אויסגעגאַנגען אונטערן דרוק פֿון טאָטאַליטאַריזם.

פֿון דער לאָדזשער אויסשטעלונג: א. ליסיצקי — אילוסטראַציע — "שיפֿסקאַרטע" צום ליד פֿון איליאַ ערענבורג, 1922
פֿון דער לאָדזשער אויסשטעלונג: א. ליסיצקי — אילוסטראַציע — "שיפֿסקאַרטע" צום ליד פֿון איליאַ ערענבורג, 1922

דער מוזיי האָט אַרויסגעגעבן אַ פּרעכטיקן קאַטאַלאָג פֿון דער אויסשטעלונג, אין וועלכן עס זענען רעפּראָדוצירט געוואָרן אַלע ביכער און בילדער, וואָס זענען אויסגעשטעלט געוואָרן און וואָס שטעלן מיט זיך פֿאָר די פֿולסטע זאַמלונג פֿון ייִדישע אילוסטרירטע פּובליקאַציעס, וואָס זײַנען אַרויסגעגעבן געוואָרן עד–היום.

דעם 17טן אָקטאָבער 2009 איז דערעפֿנט געוואָרן אין לאָדזשער מוזיי פֿאַר מאָדערנער קונסט אַן אויסשטעלונג אויף מער–ווייניקער דער זעלביקער טעמע: "ייִד, פּאָליאַק, קינסטלער: אידענטיטעט און אַוואַנגאַרד". די לאָדזשער אויסשטעלונג איז אַ קלענערע ווי די פּאַריזער און די אָרגאַניזאַטאָרן האָבן באַשלאָסן צו קאָנצענטרירן זיך אויף די ייִדישע קינסטלער, וואָס זענען געבוירן געוואָרן און האָבן געלעבט אין פּוילן. נאָר אַזאַ אויסשטעלונג, אָרגאַניזירט אינעם גרעסטן מוזיי פֿאַר מאָדערנער קונסט פֿון לאַנד און אין דער געוועזענער פֿאַבריק פֿונעם באַרימטן לאָדזשער ייִדישן טעקסטיל–מאַגנאַט ישׂראל פּאָזנאַנסקי, שטעלט מיט זיך פֿאָר אַן אויפֿטו און באַצייכנט אַ וויכטיקן שטאַפּל פֿון אָנערקענונג דורך דער איצטיקער רעגירונג די ייִדישע פֿאַרגאַנגענהייט.

דעם 16טן און דעם 17טן אָקטאָבער איז אָרגאַניזירט געוואָרן אין מוזיי אַן אינטערנאַציאָנאַלער סימפּאָזיום אויף דער טעמע, אין וועלכן עס האָבן אָנטייל גענומען אַקאַדעמיקער פֿון קאַנאַדע, די פֿאַראיינקטע שטאַטן, פֿראַנקרײַך, דײַטשלאַנד און פּוילן. אויב די אויסלענדישע געסט האָבן אַרויסגעבראַכט די ייִדישע אידענטיטעט פֿון די פּוילישע ייִדישע קינסטלער, האָבן די היגע אַקאַדעמיקער מער באַטאָנט די "פּוילישקייט" אין זייער קונסט. פֿאַר אַ באַזוכער פֿון מערבֿ–אייראָפּע — און די סתּירה וועט נאָך בולטער אויסזען פֿאַר אַן אַמעריקאַנער — זעט אויס מאָדנע און אַ ביסל פֿאַרשימלט אַרומצורעדן די פֿראַגע פֿון נאַציע אינעם קאָנטעקסט פֿון קונסט. נאָר יעדעס לאַנד האָט זײַן אייגענע געשיכטע, און אַפֿילו אויב דער קוקווינקל, פֿון וועלכן די פּוילישע ייִדישע רײַכקייט ווערט באַטראַכט און אָנערקענט אין איר אייגן לאַנד קען אויסזען אויסטערליש, דאַרף מען זיכער אָפּשאַצן די אָנשטרענגונגען פֿון דער אָנפֿירונג פֿון לאָדזשער מוזיי.

די פּאַרידער אויסשטעלונג, כאָטש זי איז געווען אַ פּרעכטיקע, האָט נישט באַוויזן צוצוציִען קיין ברייטן עולם: 7,000 באַזוכערס האָבן זיך פֿאַראינטערעסירט מיטן ענין, ווען די אַנדערע אויסשטעלונגען אינעם זעלביקן מוזיי האָבן אויפֿגענומען צווישן 30,000 און 50,000 מענטשן. צי איז די טעמע צו יונג? צי איז די עקספּאָזיציע צו פֿיל באַטראַכט געוואָרן פֿאַר ספּעציאַליסטן? אינטערעסאַנט וועט זײַן צו וויסן אין אַ פּאָר וואָכן אַרום וויפֿל פּאָליאַקן האָבן געוואָלט אַנטדעקן פֿאַר זיך דעם ייִדישן אַוואַנגאַרד.