טעאַטער
קאָמפּאָזיטאָר דניאל גלאַי באַקומט דעם ראָש־הממשלה־פּרײַז אין ישׂראל
קאָמפּאָזיטאָר דניאל גלאַי באַקומט דעם ראָש־הממשלה־פּרײַז אין ישׂראל

שווער זיך צו דערמאָנען ווען עס איז געשען, און אפֿשר האָט זיך עס גאָר נאָך קיין מאָל נישט געטראָפֿן, אַז אַ ייִדיש־טוער זאָל אויסגעצייכנט ווערן אין ישׂראל מיט אַ נאַציאָנאַלער פּרעמיע. אויב אַזוי איז דניאל גלאַי, דער פֿאָרזיצער פֿון ייִדישן שרײַבער־ און זשורנאַליסטן־פֿאַראיין, דער ערשטער ייִדיש־טוער וואָס איז באַלוינט געוואָרן מיט אַן אָפֿיציעלער מלוכישער פּרעמיע — דעם ראָש־הממשלה־פּרײַז פֿאַרן יאָר 2009.

אין ישׂראל ווערט געהאַלטן דער דאָזיקער פּרײַז ווי די העכסטע אָנערקענונג פֿאַר אַ קינסטלערישער שאַפֿונג. וועגן דניאל גלאַיס שאַפֿונג ווערט באַצייכנט, צווישן אַנדערן, אין די מאָטיוון פֿון דער זשורי: "גלאַיס סטיל איז אַ קאָנסערוואַטיווער, אַן אָרנטלעכער, דורכגעפֿלאָכטן מיט טראַדיציע און איבערהויפּט איז ער מצליח צו שאַפֿן וועזנטלעכע דיאַלעקטישע פּראָצעסן פֿון די עלעמענטן, מיט וועלכע ער בויט זײַן שאַפֿונג".

ס׳קאָן זיך אפֿשר שאַפֿן אַן אײַנדרוק, אַז נישט איבער זײַן פֿיל־יאָריקער איבערגעגעבענער ייִדיש־טעטיקייט איז דניאל גלאַי זוכה געווען צו דער פּרעמיע; דעם פּרײַז האָט ער באַקומען קודם־כּל — און צוזאַמען מיט אים האָבן אים אויך באַקומען — נאָך אַנדערע פֿינף מוזיקערס, (איינער פֿון זיי אויפֿן דזשעז־געביט) — איבער זײַן ברייטער מוזיקאַלישער שאַפֿונג, וואָס שליסט אײַן צווישן אַנדערן, קאָמפּאָזיציעס פֿאַר אָרקעסטער, מוזיק פֿאַר טעאַטער, באַלעט, קאַמער־מוזיק, קאַמער־אָפּערעס א״אַ.

פֿון דער אַנדערער זײַט אָבער, איבערקוקנדיק מיט אַ ביסל מער אויפֿמערק די פֿאַרשיידענע שאַפֿונגען פֿון קאָמפּאָזיטאָר, וואַרפֿט זיך אין די אויגן, אַז פֿיל פֿון זײַנע קאָמפּאָזיציעס זײַנען אינספּירירט פֿון דער ייִדיש־איבערלעבונג און דאָס האָט זיכער נישט געקאָנט דורכגיין אומבאַמערקט דורך די פּרעמיע־געבערס. אָן שום ספֿק, שטעלן מיט זיך פֿאָר די עיקרדיקע אינספּיראַציע־מאָטיוון פֿון דניאל גלאַיס שאַפֿונגען די טעקסטן פֿון פּראָזע־שרײַבער, ווי אויך פֿון פּאָעטן, געשאַפֿענע אויף ייִדיש. דווקא אין אָט דעם מאַטעריאַל, וואָס שליסט אויך אײַן מאָטיוון פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר, ווי דאָס איז דער טעקסט פֿון זײַן קאַמער־אָפּערע "חיים בן־חיה" און אַנדערע, פֿילט זיך דער קאָמפּאָזיטאָר "בײַ זיך", דאָס איז אייגנס, פֿון ייִדישן פֿאָלקס־אוצר.

צוזאַמען מיט דעם געפֿינען מיר ליטעראַריטשע שאַפֿונגען ווי "וואָס? ער לעבט נאָך?", וואָס גלאַי האָט געפֿונען אין אַ רירנדיקער דערציילונג פֿון צבֿי כּנר (קאַנאַר) ז״ל, און דער מוזיקער האָט עס פֿאַרוואַנדלט אין אַ מוזיקאַלישער דראַמע פֿאַר דערציילער, טענאָר, און פֿאַרשיידענע אינסטרומענטן; אָדער "דער צווילינגל", באַזירט אויף אַבֿרהם סוצקעווערס אַ ליד פֿאַר דערציילער און סטרונע־קוואַרטעט; צי די דראַמאַטישע פּאָעמע "די קופּע" פֿון פּרץ מאַרקיש; די קאָמפּאָזיציע איז אויך פֿאַר אַ דערציילער און סטרונע־קוואַרטעט.

די צוגעבונדנקייט צו דער ייִדישער קולטור נעמט זיך בײַ דניאל גלאַי נאָך פֿון דער היים אין אַרגענטינע, וווּ ער איז געבוירן געוואָרן אין 1945. דאָרט האָט ער אײַנגעזאַפּט די ייִדישע ווערטן בײַ זײַן משפּחה, וווּ קונסט איז געווען די טעגלעכע שפּײַז זייערע (דער פֿאָטער, זישע גאָלדוואַסער, באַקאַנטער אַקטיאָר אין דעמאָלטיקן אַרגענטינער ייִדישן טעאַטער; רפֿאל גאָלדוואַסער, דניאלס ברודער, איז אויך אַ בינע־קינסטלער.

שרײַבער, קאָמפּאָזיטאָר און פּיאַניסט איז דניאל עולה געווען קיין ישׂראל אין 1965. זײַן צווייטן אוניווערסיטעט־טיטל (מאַגיסטער) האָט ער באַקומען פֿון דעם שיקאַגאָ־אוניווערסיטעט; זײַנע מוזיקאַלישע שטודיעס פֿאַר פּיאַנע, טעאָריע און קאָמפּאָזיציע האָט ער פֿאַרפֿולקומט אין דער נאַציאָנאַלער קאָנסערוואַטאָריע אין בוענאָס־אײַרעס און אין דעם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט, אין דער "רובין"־מוזיק־אַקאַדעמיע.

זײַנע מוזיקאַלישע שאַפֿונגען ווערן אויסגעפֿירט איבער גאָר דער וועלט: אין אַרגענטינע, פֿאַראייניקטע שטאַטן, פֿראַנקרײַך, שפּאַניע, דײַטשלאַנד, איטאַליע, קראָאַטיע, ווײַסרוסלאַנד, ליטע, טשעכײַ, אונגאַרן און, אַוודאי, אין ישׂראל. באַזונדערס אײַנדרוקספֿול איז געווען די פּרעמיערע פֿון גלאַיס קאַנטאַטע "אין מלכות פֿון צלם", אויפֿן טעקסט פֿון אורי־צבֿי גרינבערג, מיט אַ וואָרט־קינסטלער (מיכאל בן־אַבֿרהם ז״ל אין זײַן לעצטן אויפֿטריט), אַ סאָפּראַן און ספּעציעלע קלאַנג־עפֿעקטן. די פֿאָרשטעלונג האָט באַגלייט, אין איינקלאַנג מיט דער מוזיק און דעם טעקסט — אַ בילדער־אויסשטעלונג פֿון דער קינסטלערין רחל אָכאָנאָוו. די דאָזיקע פּאָעמע האָט דער דיכטער אורי־צבֿי גרינבערג געשאַפֿן אויף ייִדיש, זײַענדיק נאָך אין פּוילן און עס פֿאַרעפֿנטלעכט אין 1923, אין דער מאָדערניסטישער צײַטשריפֿט "אַלבאַטראָס", וואָס איז דערשינען אין בערלין. אין ישׂראל האָט אורי־צבֿי אָנגעהויבן צו שאַפֿן אויסשליסלעך אויף העברעיִש, און איז געוואָרן דער אידעאָלאָגישער וועגווײַזער פֿון דער רעוויזיאָניסטישער באַוועגונג און אינספּירירט די אַנטשטייונג פֿון די אונטערגרונט־שטרעמונגען אצ״ל און לח״י אין זייער קאַמף קעגן דעם בריטישן מאַנדאַט.

דניאל גלאַי איז אויסגעוויילט געוואָרן צו זײַן דער פֿאָרשטייער פֿון די פּרײַז־געווינערס, און אין זייער נאָמען אויסצודריקן זייער דאַנקבאַרקייט פֿאַרן באַקומען דעם פּרעסטיזשפֿולן פּרײַז.

אין זײַן וואָרט האָט דניאל גלאַי צווישן אַנדערן געזאָגט: "די קאָמפּאָזיטאָרן זײַנען קלאַנגען־שאַפֿערס וואָס האָבן דעם כּוח צו פֿאַרבינדן צענדליקער טויזנטער און אפֿשר מיליאָנען מענטשן איבער דער וועלט, וועלכע גלייבן, און גיבן זיך איבער מיט נײַגער די קלאַנגען וואָס מיר שאַפֿן. מיר באַזיצן אַ גרויסן כּוח, דעם כּוח וואָס דרינגט אַרויס פֿון שיינקייט, פֿון דורכזיכטיקע געפֿילן און פֿון גלויבן אין אַ לעבן פֿון קלאַנגען וואָס מ׳הערט זיך צו זיי צו..."