פּאָליטיק

אויב מיר זאָלן וועלן אונטערציִען אַ סך־הכּל און אָפּשאַצן אין איין זאַץ (אָדער "אויף איין פֿוס") די ענדערונגען, וואָס מדינת־ישׂראל און די "ישׂראלים" האָבן אַדורכגעמאַכט אין די לעצטע פֿופֿציק יאָר, וואָלט עס זיך געקענט אויסדריקן אין דעם קעפּל איבער אונדזער הײַנטיקן מאמר. עס איז אָבער אויך נישט פאַראַן קיין בעסערע באַצייכענונג, וואָס זאָל זײַן אַזוי טרעפֿלעך און צוגעפּאַסט צו איר טעמע, ווי — דאָס באַקאַנטע ווערטל וועגן דעם "סוד פֿאַר גאַנץ בראָד".

מיר מיינען דאָ דעם סאַמע שטרענגסטן סוד, די גרעסטע געהיימעניש פֿון דער מדינה, וואָס אַלע האָבן וועגן איר געוווּסט — און קיינער האָט נישט געטאָרט אַרויפֿברענגען דאָס וואָרט און דעם נאָמען אויף די ליפּן.

גענוי מיט פֿופֿציק יאָר צוריק, אין יאָר 1958, האָבן די אויסשפּיר־עראָפּלאַנען פֿון דער אַמעריקאַנער מיליטע­רישער אַוויאַציע אַנטדעקט און פֿאָטאָגראַפֿירט אַ געהיימ­נישפֿולע בוי־טעטיקייט אין דעם שטעטעלע דימונה אויפֿן נגבֿ. אויף דער נײַגעריקייט, וואָס די זאַך האָט אַרויסגערופֿן בײַ די אַנטשפּרעכנדיקע פֿאַקטאָרן אין וואַ­שינגטאָן — האָט די רעגירונג אין ירושלים געענטפֿערט, אַז עס בויט זיך דאָרט אַ טעקסטיל־פֿאַבריק פֿאר די תּושבֿים פֿונעם נגבֿ.

דעמאָלט זענען די אַמעריקאַנער נאָך נישט געווען קיין שותּפֿים צו דער "טעקסטיל־פֿאַבריק" אין דימונה, און ירושלים איז נאָך דעמאָלט נישט געווען "גאַנץ", "פֿאַראייניקט" און "אייביק" ווי זי איז הײַנט. די מיטגרינ­דערין און די אמתדיקע שותּפֿטע צו דעם ווערק (דער איני­ציאַטאָר און "גײַסטיקער אינוועסטאָר" איז געווען שמעון פּרס) איז די ערשטע צען יאָר געווען פֿראַנקרײַך; עס איז נאָך דעמאָלט נישט געווען די גלאָבאַליזאַציע, און קיינער האָט נאָך דאַן נישט פֿאַרלאַנגט פֿון ישׂראל זי זאָל אַריבערפֿירן די "פֿאַבריק" קיין אויסלאַנד, און אַוודאי נישט קיין יאָרדאַניע אָדער מצרים, ווי דאָס איז שפּעטער געשען מיט אַנדערע טעקסטיל־אונטערנעמונגען וואָס האָבן דאָרט געפֿונען ביליקערע אַרבעטס־הענט. די פֿעלקער פֿון דער וועלט, אײַנגעשלאָסן אַפֿילו די אַראַבישע לענדער, האָבן זיך באַ­צויגן מיט אַ געוויסער פֿאַרשטענדעניש צו דער ספּעציפֿישער זיכערהייט־טראַוּמע פֿון דער ייִדישער מדינה, וואָס איז אויפֿגעקומען מיט צען יאָר פֿריִער אויף די אַשן פֿון דעם ייִדישן חורבן.

אַזוי אַרום איז די ברייטע וועלט געוואָרן אַ שטילער שותּף צום פֿארשווײַגן דעם "סוד פֿאַר גאַנץ בראָד" — כאָטש דאָ און דאָרט זענען געוואָרן אַרויסגעטריפֿט און פֿאַרעפֿנטלעכט אין דער אויסלענדישער פּרעסע אַזעלכע אָדער אַנדערע, אמתדיקע אָדער צוגעטראַכטע, רעוועלאַציעס וועגן דער אַטאָמישער מיסטעריע אונטער דעם טעקסטילענעם שלייער. די וועלט האָט נאָך אַלץ זיך נישט צו שטאַרק איבערגענומען מיט דער אַנטפּלעקונג, כאָטש קיין שׂונאים האָבן דער יונגער מדינה קיינמאָל נישט געפֿעלט. און קיינער איז, פֿאַר­שטייט זיך, אין אויסלאַנד פֿאַר דעם נישט געוואָרן באַ­שטראָפֿט. און ווען עס האָט ווער אויף דער אינטערנאַציאָנאַלער אַרענע דערמאָנט דעם אַטאָמישן חטא פֿון ישׂראל, האָבן די וואָרטזאָגערס פֿון מדינת־ישׂראל קיינמאָל אים נישט אָפּגעלייקנט און אויך נישט באַשטעטיקט. זיי האָבן נאָר יעדעס מאָל פֿאַרזיכערט, אַז "ישׂראל וועט נישט זיין די ערשטע זיך צו באַנוצן מיט אַן אַטאָמישן וואָפֿן".

ישׂראל האָט אָבער, אונטער פֿאַרשיידענע מאָטיוון און באַוואָרענישן, זיך אָפּגעזאָגט אונטערצושרײַבן די אינטערנאַ­ציאָנאַלע קאָנווענץ קעגן אַטאָמישער באַוואָפֿענונג און האָט אויך נישט דערלויבט די קאָנטראָלערן פֿון דער אינטער­נאַציאָנאַלער אַטאָמישער אַגענטור צו באַזוכן און קאָנטראָ­לירן די "טעקסטיל־פֿאַבריק" אין דימונה.

דאַקעגן איז אָבער שווער באַשטראָפֿט געוואָרן פֿאַר אַרויסטראָגן אין דער עפֿנטלעכקייט די אינעווייניקסטע סודות פֿון דעם אַטאָמישן רעאַקטאָר אין דימונה — דער ישׂראלדיקער אַטאָם־טעכניקער מרדכי וואַנונו, וועלכער האָט דאָס געטאָן, ווי ער טענהט, צוליב אידעאָלאָגישע מאָטיוון, ווי אַ פּרינציפּיעלער קעגנער פֿון אַטאָמישער באַוואָפֿענונג. די טעג ווערט ער ווידער, שוין נאָכן אָפּזיצן די שטראָף פֿון 18 יאָר תּפֿיסה, אויפֿסנײַ געמישפּט פֿאַר עובֿר זײַן די באַגרענעצונגען, וואָס דאָס געריכט האָט אויף אים אַרויפֿגעלייגט נאָך זײַן באַפֿרײַונג.

דער מישפּט, דער אַרעסט און די באַשעפֿטיקונג פֿון דער וועלט־פּרעסע מיט דעם ענין וואַנונו האָט באַרימט געמאַכט די אַטאָמישע רענאָמע פֿון ישׂראל איבער דער ברייטער וועלט, וווּ ישׂראל ווערט נישט פֿאָרמעל באַטראַכט ווי אַ מיטגליד אינעם קלוב פֿון די אַטאָמישע מדינות.

אין צווישן זענען שוין נישט ווייניק אַנדערע לענדער צוגעשטאַנען צו אָט דעם קלוב און האָבן אויפֿגעבויט אַטאָמי­שע רעאַקטאָרן — ווער פֿאַר מיליטערישע און ווער פֿאַר ציווילע באַדערפֿענישן, צווישן זיי צפֿון־קאָרעע און לעצטנס אויך איראַן, וועלכע האָט אָבער, אונטער דעם כאָמייניסטישן פֿונדאַמענטאַליסטישן רעזשים פֿון פּרעז' אַכמעדינאַדזשאַד, באַגלייט איר אַטאָמישע טעכנאָלאָגישע אַנטוויקלונג מיט די ברוטאַלע דראָונגען קעגן דער עקזיס­טענץ פֿון מדינת־ישׂראל. צוזאַמען מיט די רעטאָרישע העץ־דראָונגען האָט איראַן אויך אַנטוויקלט אַן אַקטיוון מעכאַניזם פֿון מיליטערישער אונטער­שטיצונג פֿאַר די טעראָר־מילי­ציעס פֿון "כעזבאַללאַ" און פֿון "כאַמאַס", באַדראָענדיק מדינת־ישראל פֿון מזרח (מצד איראַן), פֿון צפֿון (מצד "כעזבאַללאַ" אין לבֿנון) און פֿון דרום — מצד דעם "כאַמאַס" (פֿונעם עזה־פּאַס).

די אַטאָמישע געפֿאַר פֿון איראַן, וועלכע פֿארמעסט זיך צו ווערן די דאָמינירנדיקע גרויסמאַכט אין דעם נאָענטן און מיטעלן אָריענט זינט דער אַמעריקאַנער אינוואַזיע קעגן דער סאַדאַם כוסיין־דיקטאַטור אין איראַק — האָט אָנגעהויבן באַדראָען אויך די אַראַבישע נאַפֿט־מדינות בראָש מיט סאַודיע, ווי אויך מצרים. די קאָאַליציע קעגן דער אַטאָמישער באַוואָפֿענונג פֿון איראַן האָט אײַנגעשלאָסן אויך דעם אייראָ­פּעיִשן "קוואַרטעט" און אַפֿילו רוסלאַנד און די פֿאַראייניקטע פֿעלקער. די אַלע מדינות, בראָש מיטן זיכערהייט־ראַט פֿון דער יו־ען, שלאָגן זיך איצט מיט דער דעה — צווישן די אַמעריקאַנער פֿאָדערונגען וועגן שאַרפֿע עקאָנאָמישע באַשטראָפֿונג־סאַנקציעס, און די מילדערע עקאָנאָמישע לאָקונג־פּראָיעקטן פֿון אַנדערע מדינות אָפּצוּווענדן איראַן פֿון אירע האַרטנעקיקע כּוונות און אַגרעסאָרישע פּלענער.

די אינטערנאַציאָנאַלע קאַמפּאַניע קעגן די אַטאָמישע פּראָוואָקאַציעס און דראָונגען פֿון איראַן האָט זיך געהאַט אָנגעהויבן אין די טעג פֿון דער פּרעמיערשאַפֿט פֿון אריאל שרון, און הגם ער האָט זיך אַלץ מער און מער אײַנגעקלאַמערט אין דער סטראַטעגישער צוזאַמענאַרבעט מיט וואַשינגטאָן און זיך אונטערגעוואָרפֿן דער אַמעריקאַנער פּאָליטישער און מיליטערישער סטראַטעגיע, האָט ער זיך שטרענג געהאַלטן בײַם פּרינציפּ פֿון ישׂראלס שווײַגנדיק־שטומען אָנטייל אין דער הילכיקער קאַמפּאַניע. זאָלן אַנדע­רע רעדן און שרײַען — און ישׂראל זאָל זיך האַלטן אין שאָטן. דאָס וועט זײַן געזונטער פֿאַר איר און פֿאַר דער וועלט.

אַזוי, הגם מיט ווייניקער באַשיידנקייט, האָט זיך אַ לענגערע צײַט געפֿירט די רעגירונג פֿון אהוד אָלמערט. אָלמערט האָט אויך "הילכיק געשוויגן" נאָך דער געהיימער באָמבאַרדירונג פֿון דעם סירישן געהיימען אָביעקט אין דער וויסטע, נישט וועלנדיק אַוועקשטעלן דעם סירישן הערשער אין אַ פּאָליטישער פֿאַרלעגנהייט. די גאַנצע וועלט האָט — כאָטש נאָך אַלץ נישט פֿאָרמעל — אָנערקענט דעם אַטאָמישן פּאָטענציאַל פֿון מדינת־ישׂראל, אָבער אין ישׂראל איז עס נאָך אַלץ געבליבן "אַ סוד פֿאַר גאַנץ בראָד", אַ שטראָפֿלעכע מלוכישע געהיימעניש.

ביז וואַנען דער פּרעמיער־מיניסטער פֿון מדינת־ישראל האָט זיך פּלוצעם דערמאָנט און האָט פֿאַרוואַנדלט די טעקסטיל־אונטערנעמונג אין דימונה אין אַן אַטאָמישער סטראַשידלע קעגן איראַן. עס האָט אים נישט געשטערט, וואָס ער איז אין דער זעלבער צײַט געווען ביז איבערן קאָפּ באַשעפֿטיקט מיט אַ גאַנצן קאָמפּלעקס נאַציאָנאַלע און מלוכישע דאגות, דערונטער: מיטן געגרייטן אָפּמאַך מיט "כעזבאַללאַ" וועגן דעם אויסטויש פֿון די געפֿאַנגענע, און מיטן "כאַמאַס" וועגן דעם פֿײַער־איבעררײַס און דעם באַפֿרײַונג־אויסטויש פֿון גלעד שליט, ווי אויך וועגן די פֿאַרהאַנדלונגען מיט אַבו־מאַזען אין ירושלים און מיט די סיריער אין אַנקאַראַ, און מיט זײַן פּאָליציייִשער אויספֿאָרשונג און דער קאָנפֿראָנטאַציע מיט דעם אַמערי­קאַנישן "מאַכער" טאַלאַנסקי וועגן די קאָנווערטן־דאָלאַרן און די וואַל־פּרײַמעריס אין דער פּאַרטיי; און, אחרון־אחרון דער עיקר — ווען ער איז געווען אַזוי שטאַרק באַ­שעפֿטיקט מיט דער מחלוקת אַרום דער פֿאָדערונג פֿון דעם יוסטיץ ־מיניסטער דניאל פֿרידמאַן צו באַשטימען אַ יורידישע קאָמיסיע צו פֿאָרשן די אויפֿפֿירונג פֿון דער פּאָליציי אין דעם סקאַנדאַל אַרום דעם היסטאָרישן קוש פֿון מיניסטער חיים רמון מיט צוויי יאָר צוריק. די ראָמאַנטישע אינוואַזיע פֿון זײַן צונג אין מויל פֿון אַ צה"ל־אָפֿיצירין איז פֿאָרגעקומען אין זעלבן טאָג פֿון דער טעריטאָריאַלער אינוואַזיע פֿון צה"ל אין לבֿנון דעם 12־טן יולי 2006; אַ מיטאָלאָגישער קוש, וואָס האָט געבוירן אַ שטורמישע דעבאַטע פֿון גאַנצע זעקס שעה אין דער רעגירונג אויף איר הײַנטוואָכיקער זיצונג.

פֿאַר דער אויפֿגעבונדענער צונג פֿון דעם פּרעמיער, וועלכער האָט געדראָט איראַן מיט אָנווענדן קעגן איר דעם כּוח פֿון צה"ל, האָט די רעגירונג נישט געווידמעט קיין איינציקע רגע פֿון איר צײַט. אויך נישט פֿאַר דער ענלעכער דראָונג פון דעם מיניסטער פֿאַר קאָמוניקאַציע, גענ' שאָול מופֿז מיט צוויי וואָכן פֿריִער, און די מאַנעוורעס פֿון דער ישׂראלדיקער קריגס־ אַוויאַציע איבער גריכנלאַנד — אויף דעם זעלבן אָפּשטאַנד וואָס צווישן ישראל און איראַן — וואָס איז פֿאָרגעקומען צווישן די ביידע דראָונגען.

זאָל דאָס זײַן אַ סימן, אַז די הײַנטיקע מנהיגים אין ישׂראל האָבן שוין דערשמעקט דעם ריח פֿון וואַלן, אָדער זאָל עס גאָר זײַן אַ מין רוף צו דער וועלט אינעם נוסח פֿון: "האַלט מיך צו, אַנישט וועל איך אים דערהרגענען!"?

אַזוי צי אַזוי — מיט אָט די אומפֿאַראַנטוואָרטלעכע דערקלערונגען האָבן די רעגירנדיקע מנהיגים פֿון ישׂראל נישט נאָר נישט אָפּגעשראָקן דעם דראָענדיקן פֿײַנט, נאָר גראָד געגעבן אים אַ לעגיטימאַציע פֿאַר זײַנע טענות, אַז נישט ער באַדראָט דעם שלום, און אַז די "טעקסטיל־פֿאַב­ריק" אין דימונה איז עלול צו זײַן געפֿערלעכער ווי די 3000 צי מער צענטריפֿוגעס און די פֿיל הונדערטער אַטאָמישע אינסטאַלאַציעס מיט רעאַקטאָרן, וואָס זענען צעוואָרפן איבער אַ שטח פֿון העכער 2,5 מיליאָן קוואַדראַט־קילאָמעטער מיט 73 מיליאָן תּושבֿים...

תּל־אָבֿיבֿ, דעם 8טן יולי 2008