פֿונעם אייביקן קוואַל

בלק, דער קיניג פֿון מואבֿ, האָט געבעטן דעם בייזן מכשף בלעם צו שעלטן די ייִדן. בײַם אָנהייב, האָט בלעם זיך אָפּגעזאָגט, ווײַל דער אייבערשטער האָט אים געהייסן דאָס נישט צו טאָן. שפּעטער, ווען בלק האָט געשיקט אַ גאַנצע דעלעגאַציע חשובֿע לײַט, וועלכע האָבן איבערגעצײַגט דעם מכשף דורכצופֿירן אַ קללה-ריטואַל קעגן דעם ייִדישן פֿאָלק, האָט בלעם זיך אָנגעטראָפֿן אויף אַ נײַער, גאָר אומגעוויינטלעכער שטערונג: זײַן אייזלטע האָט אָנגעהויבן רעדן. דער מלאך, וועלכער האָט דערשראָקן די בהמה, האָט געהייסן בלעמן צו זאָגן נאָר גוטע ווערטער וועגן ייִדן. צו בלקס פֿאַרדראָס, האָט דער מעכטיקער מכשף, אַנשטאָט צו שעלטן, געבענטשט דאָס ייִדישע פֿאָלק.

די הײַנטיקע פּרשה איז די איינציקע אינעם חומש, וואָס טראָגט דעם נאָמען פֿון אַ בפֿירושן רשע און אַ טויט-שׂונא פֿון די ייִדן. דער "זוהר" זאָגט, אַז בלק איז אויך געווען אַ בייזער מכשף, נאָך גרעסער ווי בלעם. בלקס עיקר-כּוח האָט געשטעקט אין זײַנע הענט; דער בייזער קיניג האָט געהאָפֿט, אַז בלעמס בייזע צונג וועט אים העלפֿן צו פֿאַרשעלטן דאָס ייִדישע פֿאָלק. פֿון די לעצטע צוויי אותיות פֿון זייערע ביידע נעמען, "בלעם" און "בלק", שטעלט זיך צונויף דאָס וואָרט "עמלק" — אַ סימן פֿון זייער טיפֿער שׂינאה און שעד­לעכקייט צו די ייִדן.

די חז״ל זאָגן, אַז הגם בלק איז געווען אַ גרויסער רשע, האָט ער זיך אויסגעצייכנט אין איין גוטער מידה — גראָדקייט. בלק האָט קיינמאָל נישט אויסבאַהאַלטן זײַנע בייזע כּוונות, און איז געווען אַן אָפֿענער שׂונא-ישׂראל. פֿונדעסטוועגן, פֿאַרוואָס טראָגט אַ גאַנצע פּרשה אין דער הייליקער תּורה דעם נאָמען פֿון אַזאַ פּאַרשוין, "אַ האַלבן עמלק"?

דער ענטפֿער שטעקט אין די איבעריקע דרײַ אותיות פֿון די זעלבע צוויי נעמען. אויב מע נעמט אַוועק דעם "עמלק" פֿון "בלעם" און "בלק", בלײַבט "בבֿל" — דאָס לאַנד, וווּ ס׳רובֿ ייִדן האָבן געוווינט אין דער צײַט פֿון מרדכי און אסתּר, ווען די סכּנה פֿון אומקום האָט זיך על-פּי-נס פֿאַרוואַנדלט אין אַ שׂמחה.

ווען משיח וועט קומען, וועלן מיר דערזען, אַז אַלע מאָמענטן אין דער ייִדישער און אַלמענטשלעכער געשיכטע, אַפֿילו די סאַמע פֿינצטערע, האָבן אין זיך באַהאַלטן אַ "קערנדל" פֿון גוטס. אַזוי ווי מגילת-אסתּר, ווײַזט אונדזער פּרשה אָן, ווי בלקס פּלענער אומצוברענגען דאָס ייִדישע פֿאָלק — אין דעם פֿאַל, דורך מיסטישע מיטלען — איז גופֿא פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ ברכה. בלעמס נבֿואה-פּסוקים, "מה טובֿו אהליך יעקבֿ", וועלכע מע זאָגט אין דער שיל גלײַך בײַם אָנהייב פֿונעם שחרית, זענען געוואָרן אַ טייל פֿון אונדזערע טאָג-טעגלעכע תּפֿילות.

דער דאָזיקער "גאולה-פּרינציפּ", טראַנספֿאָרמאַציע פֿון שלעכטס אין גוטס במשך פֿונעם היסטאָרישן פּראָצעס, ווי אויך דורך פֿאַרשיידענע פּערזענלעכקייטן, וועלכע טראָגן אין זיך אַ "פֿונק פֿון משיחן", ווערט אויסגעדריקט אינעם ייִחוס פֿון דוד-המלך — דער אורזיידע פֿונעם קומענדיקן גואל-צדק. די הײַנטיקע פּרשה טראָגט בלקס נאָמען טאַקע צוליב זײַן גראָדקייט — אָבער נישט צוליב זײַן אייגענער פּערזענלעכקייט. בלקס אייניקל, עגלון, איז געווען דער טאַטע פֿון רות — דודס עלטער-באָבע. צוליב איר גראָדקייט און אַנטשלאָסנקייט, וואָס רות האָט געירשנט פֿון איר עלטער-זיידן, איז איר געווען באַשערט צו גרינדן די משפּחה, פֿון וועלכער עס וועט שטאַמען דער קומענדיקער אויסלייזער.

מע קען זאָגן, אַז אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע פּרשיות, וועלכע ווערן אָנגערופֿן צוליב די פֿאַרגאַנגענע געשעענישן, איז דער נאָמען פֿון דער הײַנטיקער סדרה פֿאַרבונדן מיט דער צוקונפֿט. ווען משיח וועט קומען, וועט מען פֿאַרשטיין די וויכטיקער פּאָזיטיווע ראָל, וועלכע זײַן מואבֿישער אורזיידע, בלק, האָט געשפּילט אינעם "גאולה-פּראָצעס".