די וועלט איז שוין צוגעוווינט געוואָרן צו דעם דאָזיקן ריטואַל: די פֿירער, וואָס שטעלן פֿאָר די מעכטיקסטע לענדער, קלײַבן זיך צונויף אין עפּעס אַ סימפּאַטיש און גוט-פֿאַרטיידיקט אָרט, וווּ זיי לייזן די וויכטיקסטע פּראָבלעמען פֿון דער צײַט. אַרום דער דאָזיקער צונויפֿקומעניש פֿירט מען דורך אַנטיגלאָבאַליסטישע מאַניפֿעסטאַציעס, און זשורנאַליסטן פֿון דער גאָרער וועלט פֿאָרן אַהין צו כאַפּן אַ וואָרט מיט די מעכטיקע לײַט.
אין דער אמתן, איז עס מער אַ מאַניפֿעסטאַציע פֿון כּוח פֿון דעם קלוב לענדער, וואָס קוקן פֿון אויבן אַראָפּ אויף די איבעריקע "מדינהלעך". אַ מאָל האָט דער דאָזיקער קלוב געהאַט בלויז זיבן מיטגלידער. שפּעטער האָט מען אַרײַנגעלאָזט אויך רוסלאַנד — ווי אַ "פּאָדזיאַקע" פֿאַר צעוואַלגערן די קאָמוניסטישע סיסטעם. נאָך עטלעכע לענדער, אַזעלכע ווי אינדיע און כינע, פֿאַרבעט מען ווי געסט.
וועגן עסן וועט מען טאַקע דברן אַ סך בעת דער איצטיקער אַסיפֿה, וואָס קומט פֿאָר אין יאַפּאַן. די וועלט האָט זיך דאָך צעטיילט אויף צוויי חלקים. איין טייל האָט צו פֿיל אַכילה און אין דעם צווייטן טייל, הונגערט די באַפֿעלקערונג אָדער, לכל-הפּחות, הונגערט מען אונטער. דער מצבֿ איז געוואָרן נאָך ערנסטער, מחמת די ענערגיע איז געוואָרן אַ סך טײַערער. דערצו נאָך האָט מען גענומען פֿילן דעם געוואַלדיקן כּוח פֿונעם "געזעץ פֿון בשוגגהדיקע קאָנסעקווענצן". די ביאָ-ענערגיטיק האָט אויפֿגעפֿאָדערט אַזויפֿיל קוקורוזע און אַנדערע לאַנדווירטשאַפֿטלעכע פּראָדוקטן, אַז דאָס האָט ראַדיקאַל געביטן דעם באַלאַנס אויפֿן מאַרק.
אין די אַנטוויקלטע לענדער פֿילט מען די דאָזיקע קאָנסעקווענצן, אָבער זיי בײַטן ניט בדרך-כּלל דעם סטיל פֿון לעבן, סײַדן די רייד גייט וועגן די אָרעמסטע שיכטן פֿון דער באַפֿעלקערונג. אַנדערש זעט מען עס ניט — די רעסטאָראַנען זײַנען פֿול-געפּאַקט און די פּאָליצעס אין די "סופּערמאַרקעט"ס זײַנען ניט געוואָרן שיטערער פֿאַרשטעלט מיט כּלערליי מינים עסנוואַרג. די פּאָרציעס אין אַמעריקאַנער רעסטאָראַנען זײַנען, דאַכט זיך, ניט געוואָרן קלענער.
אָבער אין אָרעמע לענדער, בפֿרט אין אַפֿריקע, פֿילט מען דעם קריזיס זייער גוט. פֿרעגט זיך, ווי אַזוי די ביאָ-ענערגעטיק און די הויכע פּרײַזן אויף נאַפֿט קענען בײַטן עפּעס אין אַ פֿאַרוואָרפֿן ווינקל פֿון אַפֿריקע? זייער פּשוט: ווײַל צענדליקער מיליאָנען אַפֿריקאַנער תּושבֿים זײַנען אָפּהענגיק פֿון די נדבֿות, וואָס מע שיקט זיי פֿון די אַנטוויקלטע לענדער. זיי זײַנען ניט ביכולת צו האָדעווען זיך אַליין, ווײַל ... און דאָ קען מען איבערציילן אַ גאַנצע רשימה פֿון אָט די "ווײַלס".
למשל, ווײַל די רעגירונג האָט ניט דורכגעפֿירט די נייטיקע (אָבער שעדלעכע פֿאַר דער רעגירנדיקער כּנופֿיא) עקאָנאָמישע טראַנספֿאָרמאַציעס, וועלכע זאָלן סטימולירן די אַנטוויקלונג פֿון אַ גוט-אַנטוויקלטער היגער לאַנדווירטשאַפֿט. אָדער ווײַל דאָס לאַנד ווערט שוין לאַנגע יאָרן צעריסן דורך אַ בירגערקריג און מיליאָנען לײַט בלײַבן יאָרנלאַנג קאָנצענטרירט אין לאַגערן פֿאַר פּליטים. אָדער ווײַל די היגע לאַנדווירטשאַפֿטלעכע פּראָדוקטן זײַנען (פּאַראַדאָקסאַל!) טײַערער פֿונעם אימפּאָרט, ווײַל די אימפּאָרטירטע סחורה — אַ שטייגער, פֿון אייראָפּע צי אַמעריקע — ווערט ברייטהאַרציק סובסידירט מצד די רעגירונגען.
ווי אַ פּועל-יוצא ווערט די באַפֿעלקערונג טיילווײַז, צי אין גאַנצן, אָפּהענגיק אין דער אינטערנאַציאָנאַלער שטיצע. גאַנץ אָפֿט קומט פֿון אויסלאַנד אַ העלפֿט פֿונעם גאַנצן מלוכה-בודזשעט פֿון אַן אַפֿריקאַנער מדינה. די צרה איז, אַז אַ גרויסער חלק פֿון אָט די געלטער (אַרום 20 פּראָצענט) גייט געוויינטלעך אַוועק אויף קויפֿן געווער און אויף לוקסוסן פֿאַר די מלוכה-לײַט.
עקספּערטן האַלטן, אַז דעם איצטיקן קריזיס קען מען אויסנוצן, כּדי צו מאַכן שטאַרקער די לאַנדווירטשאַפֿטלעכע סעקטאָרן אין אַפֿריקע. די לאָגיק איז אַזאַ: וואָס טײַערער דאָס אַרײַנברענגען עסנוואַרג פֿון אויסלאַנד, אַלץ בעסער איז עס פֿאַר סטימולירן די היגע פֿאַרמערס צו אַנטוויקלען זייערע באַלעבאַטישקייטן. דאָס איז, אָבער, טעאָריע. די פּראַקטיק איז דאָך גאַנץ אָפֿט זייער ווײַט פֿון אַ וועלכער עס זאָל ניט זײַן טעאָרעטישער לאָגיק. צי לאָגיש איז עס געווען צו רויִנירן די ווײַסע פֿאַרמערס אין זימבאַבווע? אָבער מע האָט זיי חרובֿ געמאַכט, ווײַל דאָס האָט געלוינט דער רעגירונג פּאָליטיש. אַזוי האָט מען אַ מאָל חרובֿ געמאַכט די לאַנדווירטשאַפֿט אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, ווײַל מע האָט געוואָלט ליקווידירן דעם קלאַס פֿון פֿאַרמעגלעכע פּויערים און אַרײַנטרײַבן די דאָרפֿישע באַפֿעלקערונג אין קאָלכאָזן.
די באַלעבאַטים און די געסט פֿון דער איצטיקער צונויפֿקומעניש פֿון די אַכט פֿירנדיקע נאַציעס וועלן בלי-ספֿק רעדן שיינע ווערטער און צוזאָגן מיליאָנען דאָלאַרן פֿאַר דער הונגעריקער באַפֿעלקערונג אין אָרעמע רעגיאָנען. אָבער אָן פּאָליטישע שינויים וועט דאָס דאָזיקע ברײַען ווידער אַ מאָל ברענגען זייער באַגרענעצטע רעזולטאַטן.