(אַ פֿראַגמענט פֿון אַ קאָמיקס־סעריע)
אַנע ערשלער, וואָס האָט געשאַפֿן דעם טעקסט, וווינט אין פּאַריז; שי כאַטשאַטוראָוו, דער מחבר פֿון די בילדער, איז אַ נײַן־יעריקער זון פֿון אירע חבֿרים, וועלכער וווינען אין להבֿים, ישׂראל. די עפּיזאָדן טראַכטן זיי אויס כּסדר, רעדנדיק אויפֿן טעלעפֿאָן.
שי כאַטשאַטוראָוו: ווען איך צייכן די מעשׂיות וועגן די שוואַרצע פּינטעלעך, לערן איך די ייִדישע אויסדרוקן. עס זענען דאָ אַ פּאָר אויסדרוקן, וואָס זיי זענען מיר אַזוי שטאַרק געפֿעלן געוואָרן, אַז איך באַנוץ זיך מיט זיי איצט כּסדר, ווען איך שמועס מיט מײַן ברודער יובֿל. דאָס וואָס עס פּאַסירט מיט מישען און משהן איז פּונקט אַזוי ווי אין לעבן, בלויז די פּינטעלעך האָב איך קיין מאָל ניט געזען, דאָס איז דער איינציקער אונטערשייד. משה, מישע און די שוואַרצע פּינטעלעך האָבן שטענדיק זייער פֿאַרשיידענע מיינונגען וועגן אַלצדינג, צי ווייסט מען, ווער איז גערעכט? אַ מאָל איינער, אַ מאָל דער צווייטער — ס׳איז זייער שווער צו זאָגן!