דער איצטיקער נומער פֿון “ווײַטער" לייגט אײַך פֿאָר זיך צו באַקענען מיט דער ייִדיש־טעטיקייט, פֿאַרבונדן מיט אַ באַזונדער שטאָט. פֿון אָנהייב יאָר 2009 האָבן מיר דערציילט אונדזערע לייענער וועגן ייִדיש אין ווילנע (יאַנואַר), קיִעוו (פֿעברואַר), ניו־יאָרק (מאַרץ), און פֿונעם אַפּריל־נומער וועט איר זיך דערוויסן וועגן דער ראָלע פֿון מאָסקווע אינעם גורל פֿון ייִדיש, באַזונדערס אין דער אַזוי גערופֿענער תּקופֿה פֿון “סאָוועטיש היימלאַנד", דער איינציקער זשורנאַל אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, וואָס פֿלעגט דערשײַן חודשלעך במשך פֿון 30 יאָר.

‫ייִדישע מאָזאַיִק
מויניע שולמאַן

דאָס זאַמלבוך “ייִדיש: שפּראַך און קולטור אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד" (אויף דער ייִדישער הילע הייסט עס “ייִדיש: שפּראַך און ליטעראַטור אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד") איז אַרויס אין מאָסקווע אין 2009. ס׳רובֿ מאַטעריאַלן זײַנען פֿריִער געווען פֿאָרגעשטעלט בעת אַ קאָנפֿערענץ, דורכגעפֿירט אין יאָר 2006 אין רוסלענדישן מלוכה-אוניווערסיטעט פֿאַר הומאַניסטיק. אַ דאַנק דעם ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר פֿון אַמעריקע און דעם ייִדישן וויסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט (ייִוואָ), עקזיסטירט שוין כּמעט צוויי יאָרצענדליק בײַ אָט דעם מאָסקווער אוניווערסיטעט זייער אַ געראָטענע פּראָגראַם פֿון ייִדישע לימודים.

קולטור־געשיכטע
אַ. ווערגעליס בעת אַ טרעפֿונג אין דער רעדאַקציע "סאָוועטיש היימלאַנד"

א

דעם 7טן אַפּריל איז געווען דער צענטער יאָרצײַט נאָכן טויט פֿון דעם פּען-מענטש, מיט וועלכן עס זײַנען, בדרך-כּלל, אַסאָציִיִרט די געשעענישן אין דער מאָסקווער ייִדישער ליטעראַרישער סבֿיבֿה פֿון דער צווייטער העלפֿט 20סטן יאָרהונדערט. די רייד גייט, וועגן דעם דיכטער, ראָמאַניסט, זשורנאַליסט און רעדאַקטאָר אַהרן ווערגעליס, 1918—1999.

צייכענונג פֿון עוואַ מעיטנעראָוו, 13 יאָר אַלט; טערעזינער געטאָ

יעדעס יאָר, דעם 19טן אַפּריל ווערט אויף דער ייִדישער גאַס אָפּגעמערקט די דאַטע פֿונעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ. אַזוי ווי דער אַפּריל־נומער פֿון "ווײַטער" איז געווידמעט דער ייִדיש־טעטיקייט אין מאָסקווע, לייגן מיר אײַך פֿאָר טעקסט־אויסצוגן פֿונעם לערנבוך "ייִדיש פֿאַר רוסיש־רעדנדיקע", געווידמעט דעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ. דאָס לערנבוך האָט צוגעגרייט דער באַקאַנטער ייִדישער לינגוויסט שמעון סאַנדלער, וואָס איז דערשינען אין מאָסקווע אין יאָר 2001.