צייכענונג פֿון עוואַ מעיטנעראָוו, 13 יאָר אַלט; טערעזינער געטאָ
צייכענונג פֿון עוואַ מעיטנעראָוו, 13 יאָר אַלט; טערעזינער געטאָ

יעדעס יאָר, דעם 19טן אַפּריל ווערט אויף דער ייִדישער גאַס אָפּגעמערקט די דאַטע פֿונעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ. אַזוי ווי דער אַפּריל־נומער פֿון "ווײַטער" איז געווידמעט דער ייִדיש־טעטיקייט אין מאָסקווע, לייגן מיר אײַך פֿאָר טעקסט־אויסצוגן פֿונעם לערנבוך "ייִדיש פֿאַר רוסיש־רעדנדיקע", געווידמעט דעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ. דאָס לערנבוך האָט צוגעגרייט דער באַקאַנטער ייִדישער לינגוויסט שמעון סאַנדלער, וואָס איז דערשינען אין מאָסקווע אין יאָר 2001.


לידער פֿון קינדער און יוגנטלעכע געשאַפֿן אין די געטאָס

עטל גורעוויטש, 11 יאָר אַלט; קאָוונער געטאָ

בײַ אונדז אין געטאָ

בײַ אונדז אין געטאָ איז גענוג ביטער
פֿון יעדן שאָס מע דערלאַנגט אַ ציטער.
פּאָסטנס שטייען בײַ אַלע געטאָ־קאַנטן,
ווי מיר וואָלטן געווען די גרעסטע אַרעסטאַנטן.

ווי עס קומט די נײַע וואָך
גייט אַרויף אַ נײַע יאָך
און מע טראַכט דאַן, ווער ווייסט וואָס
וועט זײַן מאָרגן? —
נײַע לײַדן, נײַע זאָרגן.

אסתּר שטוס, 12 יאָר אַלט; ביאַליסטאָקער געטאָ

גאָט, ווי דאָס טוט וויי!

איינס, צוויי, דרײַ,
ווען וועלן מיר זײַן פֿרײַ?
הונגעריק, באָרוועס, אָפּגעריסן,
פֿון טאַטע־מאַמע גאָרניט וויסן,
גאָט, ווי דאָס טוט וויי!

איינס, צוויי, דרײַ,
דער טאָג וויל ניט פֿאַרבײַ,
שלעפּן ציגל, ברעטער, שטיינער,
און פֿון טויטע מענטשן ביינער.
גאָט, ווי דאָס טוט וויי!

איינס, צוויי, דרײַ,
הער מײַן געשריי,
פֿון אומבאַקאַנטע מאַסן־קבֿרים,
קליינע קינדער פֿון חדרים,
קיין מאַמעס דאָ מיט זיי.

איינס, צוויי, דרײַ,
גלויבן מיר געטרײַ.
וואַרטן מיר און האָפֿן
ווי דו האָסט אונדז פֿאַרשפּראָכן —
עם ישׂראל חי!

צייכענונג פֿון קיטי ברונעראָוו, 13 יאָר אַלט; טערעזינער געטאָ
צייכענונג פֿון קיטי ברונעראָוו, 13 יאָר אַלט; טערעזינער געטאָ

חיהלע פּאָזנאַנסקי, 15 יאָר אַלט; ווילנער געטאָ

אַ מאַמע

איך בין אויפֿגעשטאַנען באַגינען
און דערמאָנען זיך עפּעס געוואָלט.
גלײַך ביסטו מיר אַרויף אויפֿן זינען
און דײַן בילד האָט פֿאַר מיר זיך געמאָלט.
אַך, ווי גוט איז צו זײַן נאָר צוזאַמען,
ניט פֿאַרשטאַנען האָב איך עס אַמאָל,
אַך, ווי שלעכט איז צו זײַן אָן אַ מאַמען,
אַך, ווי ביטער צו לעבן אָן איר.

יעקבֿ בערמאַן, 17 יאָר אַלט; ריגער געטאָ

די זון איז אַרײַן אין די וואָלקנס

די זון איז אַרײַן אין די וואָלקנס,
עס האָט אָנגענומען אַן אַרקטישע קעלט.
מענטשן זײַנען ווילדער ווי חיות,
איך דערקען שוין מער ניט די וועלט.

מע האָט אונדז אַרײַנגעוואָרפֿן אין געטאָ
פֿון אויסן פֿאַרצאַמט מיט אַ שטעכל־דראָט,
ניטאָ קיין פֿאַמיליעס,
עס לעבן נאָר איינציקע יתומים.

די ברידער אין אָסטן זיי קעמפֿן,
זיי שרעקט ניט קיין שניי און קיין קעלט,
נאָר זיי וועט געהערן די צוקונפֿט,
נאָר זיי וועט געהערן די וועלט.